(געפעק פון יענער זייט ים - 8)
איך שטיי אויף דער שוועל פון דער טיר ארויס פון קינדערשער נאאיוויטעט און אריין אין רייפער דערוואקסנקייט. איך שטעל א טראט פאראויס, און צי זיך צוריק מיט א ציטער: ווער ווייסט וואס דערווארט מיך "דארט"? איך האב מורא פון דעם נעפל וואס לאזט מיר נישט אריינקוקן אין דער דאזיגער נייער לעבנס-תקופה. איך כאפ א בליק אויף צוריק, אבער אויך דארט איז עס שוין נישט איבעריג קלאר. הפנים, איך באלאנג מער נישט אהין. עפעס דאכט זיך מיר זע איך יא; אבער וואספארא נאר כ'בין - דאס זענען די לעצטע אפגלאנצן פון זכרונות, וואס ווערן אלס בלאסער.
טוט מיר וויי אויף דער פארגאנגענהייט - אן עפאכע פול מיט אומשולדיגקייט, בלינדן צוטרוי אין אלעם, נארישער איבערצייגונג אז אלץ איז גוט און פאזיטיוו, פייערדיגער פארהערליכונג פון יעדער אידייע וואס קלינגט אידעאליסטיש. אוי טוט עס וויי. עס ציפט ביים הארץ. עס הייבט ערשט אן רעכט פייניגן; דעם עיקר וועל איך שפירן ווען כ'וועל שוין זיין אויף דער אנדערער זייט און א שטיק וועג אריין אין ווירקליכן לעבן.
בין איך יעצט, הייסט עס, פונקט אינדערמיט פונעם בין-השמשות צווישן תקופה און תקופה.
געשוואומען בין איך אויף פוכיגע כמארעס, צעווייכט פון ווייניג יארן, און געשפילט זיך אין ריינער זארגלאזיגקייט. אחוץ צופרידנשטעלנדער דערשעפטקייט פון בלויזן שטיפן האט גארנישט געדיכט אויסגעפילט די דין-איידעלע לופט פון מיינע ד' אמות. האט זיך אבער פון אונטערשטן צפון-ווינקל אנגעטראגן א שטיק גרוי און מיר אנגעפילט דעם קאפ מיט א מאדנעם אינהאלט - א צונויפגעשלאגענעם געשפענסט פון רעאליטעט, הארט און פאקט.
צום ערשטן מאל וואס כ'עפן די אויגן און לאַך נישט אזוי גלאט אין דער וועלט אריין.
טוט עס מיר וויי. עס נאגט. עס בענקט זיך נאך דעם נישט באגרייפן, יא גלייבן, נישט טראכטן, יא וויסן, נישט שעמען, יא-נישט, נישט-יא...פארפאלן. אויסגעשפילט זיך. צייט אנצוטאן די לויף-שיך און נאכיאגן מיין יארגאנג - וואס איז שוין ווייט אוועק אויפ'ן וועג - - -