הויפט זייט » 2007 » פארהאלטענע געפילן

פארהאלטענע געפילן

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

1 פאסטס אין ארכיוו · ארטיקל #52
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
12/31/2007#1
פארהאלטענע געפילן

‎(געפעק פון איבער'ן ים - 7)


זיצן ביי מיר געפילן אויף שטעך-נאדל, אבער זענען איינגעבינדן מיט שטריק פון פארגאנגענער אנטוישונג. זיצן ביי מיר די געפילן אין געבורטס-ווייען, אבער א פארשמאלטע עפענונג לאזט זיי נישט ארויס אויף דער ליכטיגער וועלט.

און אויף צו-להכעיס מערן זיי זיך ווי דעם ביבליש-מצרי'שן פראָש - א קנאַק, א געפיל; א קוועטש, נאך דריי געפילן!

פון פארפּאנצערטן קאמער מיט זיבן שלעסער שרייען זיי איבער דער אומלאגיק פון דעם שוואכן וועכטער וואס האלט דעם שליסל; א מכה ווייסן זיי אז דער אמת'ער באַלעבוס איז א מאסע אומגעזונטער אומסטינקט.

זאל זיך פרייען אויף מיין בראָך דער שונא-איך פאר מיר אליין. דערלייזט וועלן די אונטערדריקטע געפילן ווערן ווען נאטירליכער געדאנק וועט מיט זיין גליענדיג-צעווייעכטער שווערד איבערהאקן די אייזערנע קלעם-קייטן.