הויפט זייט » 2008 » עומדים צפופים

עומדים צפופים

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

1 פאסטס אין ארכיוו · ארטיקל #56
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
1/03/2008#1
עומדים צפופים


און אזוי האט דער "בילדינג דעפארטמענט" געזאגט: עמיצער האט אריינגערופן אפרעדן זיך, אז דער בעיסמענט פון דעם דאזיגן צוויי-פאמיליע הויז איז קעגן געזעץ טראנספארמירט געווארן אין א דריטער דירה. נאך מער. אין דעם דאזיגן בעיסמענט וואוינען 10 מענטשן.

עד כאן מפי הקאמפלעינער.

מיר רעדן דא פון א הויז וואס איז גרויס 16 ביי 36 (בערך). דאס באטרעפט א חשבון פון 576 סקווער פיס. דער דאזיגער שטח רעכנט אריין די דיקקייט פון די ווענט. און ס'איז דאך א בעיסמענט, וואו דער באָילער און וואסער-טאנק געפינען זיך. דאס טייטש, אז פלאץ פריי פאר מענטשן איז דא ערגעץ-וואו ביי 475 סקווער פיס און אראפ.

איז שטעלט זיך א שרעקליכע קשיא: וואו, טאטע אין הימל, זענען די דאזיגע צען מענטשן פלאצירט?...