הויפט זייט » חרדישע נייעס » עש''ק ויק''פ כ''ד אדר תשס''ט
עש''ק ויק''פ כ''ד אדר תשס''ט
5 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #208
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
נייע חבר הבד''ץ אויפגענומען אין די עדה החרדית
ירושלים - די נאכט איז געווארן אויפגענומען הרה''ג ר' משה זאב זארגער שליט''א אלץ חבר הבד''ץ אין די עדה החרדית אין ירושלים
רבנים וואס וויילן נישט אינדערהיים די שבת
כ''ק אדמו''ר מ'נדבורנא שליט''א וועט וויילן די שבת אין אוקריינא אין די שטאט בישטנא ביים ציון פון זיין זיידע כ''ק אדמו''ר רבי מרדכי מ'נדבורנא זצ''ל נאכן זיין אין ליזענסק כ''א אדר
כ''ק אדמו''ר מ'אלכסנדר שליט''א וויילט די שבת אין אנטווערפען
כ''ק אדמו''ר מ'קאסוב ירושלים שליט''א וויילט די שבת אין מירון
הרה''צ ר' מנחם מענדל פקשר שליט''א אב''ד וויזניץ אלעד וויילט די שבת אין מירון צוזאמען מיט חסידי וויזניץ אלעד
קידוש בבית תולדות אברהם יצחק-קרעטשניף
די שבת קומט פאר די קידושא רבה לרגל די געבורט פון א טאכטער צו הרה''ג ר' דוד צבי קאהן שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מ'תולדות אברהם יצחק שליט''א וחתן כ''ק אדמו''ר מ'קרעטשניף (ארה''ב) שליט''א אין ביהמ''ד תולדות אברהם יצחק אין ירושלים
קידוש בבית סאטמאר-וויזניץ-דושינסקיא-סיגעיט
די שבת קומט פאר די קידושא רבה לרגל די געבורט פון א טאכטער צו הרה''ג ר' דוד דוב דושינסקיא שליט''א רב דביהמ''ד בית פיגא אין קרית יואל בן כ''ק אדמו''ר מ'דושינסקיא שליט''א וחתן כ''ק אדמו''ר מ'סאטמאר (מהר''א) שליט''א אין ביהמ''ד בית פיגא אויף די דראביטש גאס אין קרית יואל, לכבוד די שמחה וועט סאטמאר רבי דאווענען גאנץ שבת אין די ביהמ''ד פון די בעל שמחה, כ''ק אדמו''ר מ'דושינסקיא איז א איידעם ביי אב''ד סיגעיט שליט''א כ''ק אדמו''ר מ'סאטמאר איז א איידעם ביי כ''ק אדמו''ד מ'וויזניץ (ב''ב) שליט''א