הויפט זייט » חרדישע נייעס » א' ויקרא כ''ו אדר תשס''ט
א' ויקרא כ''ו אדר תשס''ט
3 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #218
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
אברכי כולל פאנאוויטש אין ירושלים נעמען צוזאם חתימות פאר שפארן געלט ביים חתונה מאכן
ירושלים - צוליב די לעצטערע אויפוואכונג אין מערערע קהלות אין ניו יארק וועגן שפארן געלט ביים חתונה מאכן, האבן א גרופע אינגעלייט פון פאנאוויטשע כולל אין ירושלים וואס מאכן שוין חתונה קינדער אדער הייבן זיי בקרוב אן חתונה מאכן אנגעהויבן צוזאם נעמען חתימות פונעם ארץ ישראל'דיגן עולם נישט אויסצוגעבן מער ווי 60,000 דאללער פאר א צד, ווי באוויסט קאסט היינט א חתונה אין ארץ ישראל מינימום 80,000 דאללער, וועגן די מנהג המקום צו קויפן דירות פאר די קינדער, און פארשטייט זיך עס איז נישט מעגליך אויסצוהאלטן אפילו לויט די אמעריקאנע מצב כ''ש וכ''ש לויט די ארץ ישראל'דיגע מצב, 60,000 דאללער איז נאך ווייט פון תיקון אבער פונקט גענוג צוביסלעך צו אנהייבן אראפרוקן די סטאנדארט, די אינגעלייט האבן גענומען די הסכמה פון הגאון ר' אי''ל שטיינמאן שליט''א ווי אויך האבן זיי גענומען א ועד הרבנים צו שטיין בראש, מער דעטאלן וועלן נאכפאלגן
כ''ק אדמו''ר מ'תולדות אברהם יצחק שליט''א באזוכט ביי כ''ק אדמו''ר מ'צאנז קלויזנבורג שליט''א
קרית צאנז - כ''ק אדמו''ר מ'תולדות אברהם יצחק שליט''א האט אצינד אפגעשטאט א באזוך ביי כ''ק אדמו''ר מ'צאנז קלויזנבורג שליט''א במעון קדשו אין קרית צאנז ווי עס האט זיך פארפירט א שיינע תורה'דיג שמועס