הויפט זייט » פאליטישע נייעס » א' תרומה/כ"ח שבט תשס"ט

א' תרומה/כ"ח שבט תשס"ט

5 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #32
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
Sat Feb 21, 2009 10:58 pm#2
Re: א' תרומה/כ"ח שבט תשס"ט
פעדעראלע אוטאריטעטן פארהערן באָריס
די טשיקאגא סאן-טיימס רעפארט אז פעדאראלע אויטאריטעטן האבן אוסגעפרעגט דעם אילינוי סענאטאר אין זיין פריוואטן פריוואטן לאָיער'ס אפיס, דעם שבת איבעראויס די קעיס פון גאווערנאר בלעגאדז'אוויטש.

אזויוי די טאטע, אזוי די טאכטער
פרעזידענט אבאמא, מישעל, און טאכטער מאליא האבן באזוכט קענסינגטאן פארקוואד עלעמענטרי אין מערילאנד שבת, צו זעהן טאכטער סאשא שפילען באָל.

גרויסע אויסגעבער, בודזשעט שניידער
זונטאג ניו יארק טיימס: כאטש די סטימיולעס, וועט אבאמא שטעלן א ציל די וואך צו שניידען די יערליכע דעפיציט מיט כמעט צוויי דריטעל ביז די סוף פון זיין טערמין.

[/b]בראון אויפן וועג
בריטיש פרעמיער גארדאן בראון וועט קומען באזוכען אין וואשינגטאן זיך צו טרעפן מיט אבאמא אין די ווייסן הויז דעם קומענדיען מערץ 3.

אבאמא: טעקס קאָטס וועט געשפירט ווערן אפריל 1[b]
די פרעזידענט האט אויסגערופען אין זיין וועכענטליכע שבת'דיגען אדרעס, אז די טרעזש'ערי האט שוין אנגעהויבן צו אנווייזן זייערע ארבעטערס צו רודיצירען די סומע פון טעקס פון יעדן פעי-טשעק. לייגט צו אז א געווענליכע אמעריקאנע פאמיליע וועט ביז 6 וואכן אהיימגיין מיט 65 דאלער מער א חודש. "קיינמאל אין היסטאריע האט א טעקס-קאָט געקומען צו ווירקליכקייט שנעלער, אדער געגאנגען צו אזוי סאך שווער ארבעטנדיגע אמעריקאנער"
Sat Feb 21, 2009 11:12 pm#3
Re: א' תרומה/כ"ח שבט תשס"ט
פעלאסי אין אפגאניסטאן
די ספיקער פון קאגנגרעס, נענסי פעלאסי האט זיך געטראפן מיט פרעזידעט קארזאי אין קאבול דעם שבת. די מיטינג איז געווען אויף צו דורכשמועסן א מעגליכע טויש אין די אמעריקאנע מיסיע אין לאנד. זי האט אויף באזוכט אמעריקאנע טרופן אין איר 2 טאגיגע באזוך

פריערדיגע פרעזידענט בוש קיין דאלאס
נאך זיין א חודש אין זייער קראפארד רענטש, האט די בוש פאמיליע זיך אריבערגעצויגן קיין צו זייער פרעסטאן האלא היים.

קלינטאן פארזיכערט כינע מיט אמעריקאנע אינוועסטמענטס
סעקרעטערי קלינטאן זאגט פאר כינע אפיצירן שבת אז זייער האלטן אמעריקאנע טרעזש'ערי נאטן, און אנדערע אמעריקאנע חובות איז נאך אלץ א גוטע אינוועסטמענט. די 2 לענדער זענען אויך מסכים צו ארבעטן צוזאמן אויף צו סטאביליזירן די גלאבאלע עקאנאמיע און צו קעמפן קלימאט טויש.
Sun Feb 22, 2009 12:12 pm#4
וויטמאן: 150 מיליאן דולר
מעג וויטמאן, געוועזענער בעל הבית פונ'ם גיגאנטישן איבעי און קאנדידאט צו לויפן פאר גאווערנאר פון קאליפארניא, האט זיך אויסגעדריקט אין אן אינטערוויו צום ניו יורק טיימס, אז זי שאצט אז א קאמפיין פאר גאווערנאר וועט קאסטן 150 מיליון דולר, און אויב זי וועט מחליט זיין צו לויפן וועט זי באצאלן רוב פון איר טאש. "איך בין מער ווי גרייט, ווי איינער קען נאר זיין".
Sun Feb 22, 2009 12:22 pm#5
פאטאקי פאר סענעטאר?
עס ווערט באריכטעט אז דער ריפובליקאנער נאציאנאלע סענאט קאמפיין קאמיטע האט אפגעהאלטן א מיטיג מיטן געוועזענעם גאווערנאר דזשארזש פאטאקי אז ער זאל אונטערנעמען א קאמפיין פארן סענאט זיץ פון די געוועזענעם סענעטאר קלינטאן וואס ווערט יעצט געהאלטן דורך סענעטאר קירסטין דזשיליברענד.
פאר ניו יארקער ריפובליקאנער קען נישט זיין א בעסערע קאנדידאט פארן זיץ, און מיט זיין נאמען אויפן בעלאט וועט ער זיכער הייבן די שאנסן פון רודי דזשוליאני צו געווינען דעם גאווערנאר אמט.