הויפט זייט » פאליטישע נייעס » ג' תרומה/ל' שבט תשס"ט

ג' תרומה/ל' שבט תשס"ט

6 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #44
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
Tue Feb 24, 2009 12:11 am#2
אבאמא'ס גרויסע רעדע
די פרעזידענט וועט דעליווערן א סטעיט אוו די יוניאן סארט אדרעס צו א פאראייניגטע סעסיע פון קאנגרעס היינט, דינסטאג, 9:00 pm אין די קאפיטאל געביידע.
Tue Feb 24, 2009 12:15 am#3
דזש'ינדעל'ס שיינענדיגע מאמענט
באבי דז'ינדעל (גאווערנער פון לואיסיאנע) וועט דעליווערן די רעפובליקאנער ענטפער אויף די פרעזידענטליכע רעדע צו קאנגרעס. ער וועט רעדן תיכף נאך די פרעזידענטס רעדע פון בעטאן ראג'.
אזוי אויך, דעמאקראטישע פירערס נענסי פעלאסי און הערי ריד וועלן האלטן א פרעסע קאנפערענץ פינף אזייגער פון פאראויס פון אבאמא'ס רעדע.
Tue Feb 24, 2009 12:19 am#4
יאפאן פרעמיער ערשטע צו באזוכן אבאמא
אבאמא וועט זיך טרעפן מיט פרעמיער טארו אסו אינם ווייסן הויז היינט צופרי אין די אוועל אפיס, די ערשטע אינטערנאציאנאלער פירער איהם צו באזוכן דארט.
Tue Feb 24, 2009 12:22 am#5
אנקעטע: אבאמא ערשטע חודש צופרידנהייט ראטע זעלבע ווי רעיגען
א אי.בי.סי./וואשינגטאן פאסט סארוועי טרעפט א צופרידנהייט ראטע פון 68%, דאס איז די זעלבע ווי פרעזידענט רעיגען נאך זיין ערשטע חודש אין אמט.
Tue Feb 24, 2009 12:27 am#6
שומער, ג'יליברענד: ניו יורק וועט נעמן סטימיאלוס איבערגעבליבענע
די צוויי ניו יורקער סענאטארן רופן אויס צו אבאמא צו געבן פאר זייער היים-סטעיט די סטימיאלוס געלד וואס אפער רעפובליקאנער גאווערנארס ווילן נישט נעמן. "אויב סיי וועלכע גאווערנאר -- דעמאקראט אדער רעפאבליקאן -- לאזט איבער סטימיאלוס געלד אויפן טיש, בעטן אונז מיט רעספעקט אז די געלד זאל פארן צוטיילט פאר ניו יורק".