Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » סביב הקאמפיאטער

סביב הקאמפיאטער

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10021
מיטוואך יאנואר 13, 2016 12:25 am#317233
סביב הקאמפיאטער
אין די אשכול וועל בעזה״ש שרייבן אביסל ניצבארע עצות פאר א קאמפיאטער וואס וועט אי״ה האפענטליך זייער ציניץ קימען פארן ציבור

פארשטייט זיך אויב סאיז דא נאך איינער מיט אביסל נאלידש אין קאמפיאטער איז העפליך מכיבוד מיך ארויסציהעלפן
מיטוואך יאנואר 13, 2016 12:27 am#317234
סביב הקאמפיאטער
סאיז דא מענטשן וואס זיי מאכן א פעסווארד אויף Gmail אדער אויף א געוויסע זייטל אין זיי סלעקטן save Password דאס מיינט אז יעדע מאל וואס זיי עפענען דעי זייטל גייט ארויף קימען זייער יאסערנעם אין די פעסווארד
נאר די פעסווארד גייט נישט ארויס שטיין נאר עס וועט ארויף קימען פינטעלעך במקום פינם פעסווארד

מאכט זיך אמאל מפארגעסט די פעסווארד וויבאלד מטייפט נישט אריין יעדעס מאל אין מוויל זיך דערמאנען די פעסווארד איז דא א מהלך וויאזוי מקען מאכן אז מזאל זעהן וואס סשטייט אינטיר די פינטעלעך
דאס הייסט די פעסווארד

סאיז דא צוויי מהלכים די ערשטע ארבעט נאר אויף געציילטע גאר שוואכע וועב זייטליך דאס איז אז מקאפיט די פינטעלעך אין מפעיסט עס ערגעטס אנדערש אלס א פלענע טעקסט
מיטוואך יאנואר 13, 2016 12:31 am#317235
Re: סביב הקאמפיאטער
די צווייטע מהלך איז מסלעקט די פינטעלעך אין ממאכט א רייט קליק אין מסלעקט די Inspect Elements דארטן וועט איר אויף זיכן די ווערטער
Type "Password"
יעצט מעקט אויס די ווארט פעסווארד וועט איר קענען זעהן אנטשטאס פינטעלעך וועט שטיין אייער פעסווארד
מיטוואך יאנואר 13, 2016 12:34 am#317236
Re: סביב הקאמפיאטער
ביי קראום קען מען ג'יין צו עדווענסד סעטינגס - מענעזש פעסווארד - און דרוקן שאו
מיטוואך יאנואר 13, 2016 12:36 am#317238
סביב הקאמפיאטער
דעת תורה האט געשריבן:ביי קראום קען מען ג'יין צו עדווענסד סעטינגס - מענעזש פעסווארד - און דרוקן שאו

דיין מהלך ארבעט נישט אויף זייער אסאך Professional websites
מיטוואך יאנואר 13, 2016 5:06 am#317262
Re: סביב הקאמפיאטער
עס ארבעט ביי יעדע פעסווארד וואס די סעיווסט אין קראום
מיטוואך יאנואר 13, 2016 3:04 pm#317307
Re: סביב הקאמפיאטער
סביב העולם האט געשריבן:די צווייטע מהלך איז מסלעקט די פינטעלעך אין ממאכט א רייט קליק אין מסלעקט די Inspect Elements דארטן וועט איר אויף זיכן די ווערטער
Type "Password"
יעצט מעקט אויס די ווארט פעסווארד וועט איר קענען זעהן אנטשטאס פינטעלעך וועט שטיין אייער פעסווארד

עס איז דא א קראום עפפ וואס טוהט ממש דאס.

m https://chrome.google.com/webstore/deta ... oibkepenog m
מיטוואך יאנואר 13, 2016 7:31 pm#317341
Re: סביב הקאמפיאטער
איז דא עפעס א גוטע אויטא פיל עפפ פאר קראום?
מאנטאג יאנואר 18, 2016 12:57 am#317830
Re: סביב הקאמפיאטער
פאר די אלע וואס זיכן Fonts סדא א מהלך צי קענען Download פאנטס פין יעדע וועב זייטל
איך האפ אין די קימענדיגע פאר טעג צי שרייבן וואזוי
מאנטאג יאנואר 18, 2016 7:39 am#317844
Re: סביב הקאמפיאטער
איך זוך אידישע פאנטס וויבאלד כמעט אלע וואס איך האב געהאט ארבעט'ן שוין נישט אין די נייעם וואורד

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
מאנטאג יאנואר 18, 2016 12:04 pm#317864
די נייע ווארד איז דיר אזוי וויכטיג? איך האלט זיך ביי 2010 און ס'פעלט מיר גארנישט.
מאנטאג יאנואר 18, 2016 2:50 pm#317896
Re: סביב הקאמפיאטער
פאר לשוה"ק פעלט אויס 2013 , די הערות פון אונט'ן קען מען אויסשטעלען אין איין קאלומנ בשעת אז די אויבישטער חלק איז צוויי קאלומנ'ס
2016 מאכט פראבלעמען מיט לשה"ק הערות, ממילא בין איך געבליבען מיט 2013

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
זונטאג יאנואר 01, 2017 8:35 pm#358494
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פאר לשוה"ק פעלט אויס 2013 , די הערות פון אונט'ן קען מען אויסשטעלען אין איין קאלומנ בשעת אז די אויבישטער חלק איז צוויי קאלומנ'ס
2016 מאכט פראבלעמען מיט לשה"ק הערות, ממילא בין איך געבליבען מיט 2013

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk



1000% right 2013 is better then the 2016 word for that