Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » ביזנעס וועלט » היימישע אנליין ביזנעסער

היימישע אנליין ביזנעסער

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
20 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 21 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #10045
מאנטאג יאנואר 18, 2016 4:43 pm#317922
היימישע אנליין ביזנעסער
(איך פראביר צו מאכן א דרשה אשכול.. עס איז נאר א התחלה ראשי פרקים איך האף דער עולם וועט צוגעבן צו'ם שמועס)

אין דער אלגעמיינער וועלט איז א גרויס חלק פון ביזנעס אריבער אנליין, ווי אזוינע ריזען ווי אמאזון און יעדער אנדערע געשעפט פארקויפט זיינע זאכען אויפ'ן אינטערנעט. ווי אויך א ריזן חלק פון די מארקעטינג איז אריבער פון טעלעוויזיע און צייטונגען צו דער אנליין וועלט פון פי פי סי און אנדערע אנליין מארקעטינג.

ביי דער היימישער עולם איז לכאורה דער אנליין וועלט שטאטער אריינצוגיין, צוליב 1) די מערכות און איסורים אויפ'ן אינטרענעט, וואס מאכען אז ווייניגער שטובער האבען אקסעס צו'ם אנליין וועלט, און 2) דער אלגעמיינער צוריקגעשטאנענהייט פון דער היימישער ציבור וואס טוישט שווערער זיינע הרגלים וואס ער טוהט און ווי ער קויפט.

דאך דארף מען נישט זיין קיין גרויסער נביא צו פארשטיין אז ביז עטליכע יאר וועט א גרויסע חלק פון די היימישע ביזנעס אויך זיין אנליין. און דער שאלה איז נאר ווער וועט זיין דער נחשון וואס וועט כאפן רוב ביזנעס..

פארשידענע ביזנעס זענען לאו דווקא אידיש ווי למשל עלעקטראניקס וואס סיי אידן סיי גוים קענען קויפן ביי די זעלבע געשעפט און עס עקזעסטירט נישט ממש קיין אידישער סעגמענט פון די מארקעט (חוץ אפשר כשר'ע טעלעפאנען..) הגם אז עס איז דא א אידישע קלייענטעל און אידישע קאמפעניס ווי למשל B&H וואס איז זייער פארגעשריטען אין די אנליין וועלט.

איך טראכט צו מאכען אזוינע קאטאגאריעס פון ביזנעסער וואס זענען גרויס ביי דער היימישער וועלט און פראבירען זעהן ווי זיי האלטן אויפ'ן אנליין פראנט.

1) צייטונגען. איז א ביזנעס וואס האט אין זיך א ריין אידישע סעגמענט וואס קויפען דווקא אידישע צייטונגען, און דאס שיינט צו זיין א גרויסע מארקעט יעדער פאר יאר קומט ארויס א נייע מאגאזין אדער צייטונג און א חלק זענען מצליח.
אינטערנעט: די אמאליגע צייטונגען זענען געוווען שפעט צו דער געים, און דאס האט גורם געווען אז אנליין צייטונגען ווי בחדרי חרדים, כיכר השבת (אין אר"י), און וואסאיז נייעס, ישיבה ווארלד, האבן צוגעכאפט רוב פון דער סעגמענט פון די טראדיצינאלע צייטונגען. שפעטער האט שיין היינט יעדער צייטונג כמעט אויך א וועבסייט ווי י hamodia.com, הגם איך ווייס נישט וויפיל ליינער זיי האבען.

2) גראסערי. איז פון די גרעסטער היימישע ביזנעסער וויבאלד מען דארף דווקא כשר'ע עסן, און די מער היימישער עולם דווקא היימישע הכשרים. עטליכע פון די נייע סטארס האבען וועבסייטס, ווי למשל פאמעגרענט און אנדערע, איך ווייס ווייטער נישט ווי מוצלח זיי זענען. לעצטנס האב איך געזעהן א נייע היימישע וועבסייט m http://ezkosher.com/ m ווי מען קען איינקויפען פון אפאר אנדערע היימישע גראסעריס אין איין סייט, איך ווייס נישט וויאזוי דער סייט ארבעט און וויאזוי זיי מאכען געלט אבער דאס איז שוין א נייער סארט המצאה פון היימישע אנליין ביזנעס.

3) ספרים ותשמישי קדושה. איז א אידישע מארקעט וואס איז אויך גאנץ שוואך אנטוויקלט אנליין, איך האב נאכנישט מצליח געווען טרעפן ספרים וכו' נארמאל אנליין, עס איז דא למשל eichlers.com/ אבער עס איז ווייט נישט אהערגעשטעלט. עוז והדר למשל האט א וועבסייט m http://www.oz-vehadar.com/en/ m ווי אויך ארסטקרול וכדומה, עס זעהט דערווייל נישט אויס צו זיין א קאנקורענץ צו געשעפטן.

מען דארף אין דער תחום צוצייכענען אוצר החכמה און hebrewbooks.org וואס האבען אוודאי געמאכט א גרויסער שינוי אין דער תחום הגם איך ווייס נישט וואס איז דער פועל יוצא לגבי ביזנעס.

4) קליידונג. איז דא א גרויסער אידישער מארקעט, ווי g&g gb, הוטן, שטריימלאך, און אזוי אויך ווייבערישע קליידער וואס זוכן צניעות'דיג. איך מיין אז קיין איינער פון זיי פארקויפט דערווייל נישט אנליין, אינטרעסאנט טאקע פארוואס.

אויב איינער האט צוצולייגען און מוסיף זיין הערות וועט זיין אינטרעסאנט.
מאנטאג יאנואר 18, 2016 4:54 pm#317924
5) מארקעטינג איז דא א אידישער אינדוסטרי פון עדווערטייזן אין די צייטונגען, אין בתי מדרשים, קול מבשר, מבשר ואומר. א חלק איז דא אנליין מען קען עדווערטייזען אויף די אנליין צייטונגען, איך ווייס נישט אויב איז עס מער אדער ווייניגער עפעקטיב ווי אין געדרוקטע צייטונגען. קען מען מארקעטן אויף גוגל אדער פעיסבוק דווקא צו'ם היימישער עולם? איינער האט שוין פראבירט?
מאנטאג יאנואר 18, 2016 6:44 pm#317958
היימישע אנליין ביזנעסער
יישר כח פאר די נוצליכע אינפארמאציע,

ספרים, קען מען צולייגען די נושא פון איבוקס וואס איז ווייניג אנטוויקלט אין ספרי קודש און כמדומה אפי׳ סתם ספרים אויף עברית, וויפיל אויב בכלל היברעאישע ספרים איז דא אין אייבוקס אדער קינדל?
קליידונג, ווייס איך נישט וואו אזוי מען קויפט עס אנליין, מדארף דאך עס אנטרייען וכו׳
מאנטאג יאנואר 18, 2016 6:51 pm#317961
אסאך גוישע קליידער קאמפעניס פארקויפען אנליין, רוב מענטשען גיין סטענדערד סייזעס וואס מ'קען אויסוועלן אנליין, און טאמער איז עס נישט גוט קען מען עס צוריקשיקען.
מאנטאג יאנואר 18, 2016 7:02 pm#317965
איבוקס פון ספרים האט אויך א שטיקל פראבלעם פון שבת וואס מ'קען עס נישט נוצען.
ארטסקרול פארקויפט זייערע גמרות און נאך אפאר ספרים אויף אזא אפפ. איך האב נאכנישט געזעהן אין בית מדרש איינער זאל לערנען דערין אבער איך ווייס נישט..
איך האב געטראפען א עפפ פאר ענדרויד עס הייסט Beta Midrash וואס האט אלע ספרי קודש אויפ'ן טעלעפאן זייער געשמאק אויסגעלייגט בחינם, א חלק מיט א ענגלישע טייטש אויך.
מאנטאג יאנואר 18, 2016 7:07 pm#317966
מארקעטינג: האב איך געטראפען דער וועבסייט yidsense.com/ וואס פארקויפט אז ער מאכט targeted מארקעטינג אויף אידישע (זעהט אויס לאו דווקא היימישע) וועבסייטס. איך ווייס נישט אויב ארבעט עס למעשה. אויב איינער האט עקספירענס אדער ווייסט מער איבער דעם זאל ער ביטע שרייבען.
מאנטאג יאנואר 18, 2016 7:18 pm#317967
Re: היימישע אנליין ביזנעסער
כרעד נישט פון די יסודות׳דיגע ספרים, נאר ווען איינער גיבט ארויס א ספר צו א בוך אויף אידיש אדער לה״ק פארוואס זאל ער נישט ארויסגעבן א איבאק ווערססיע אויף קינדל.
מאנטאג יאנואר 18, 2016 7:30 pm#317970
הערליכע אינפארמאטיוו אשכול. ייש"כ.

בנוגע קליידונג, ניישלאס פרויען קליידער האט א הערליך אוועקגעשטעלטע וועבסייט.

m http://thelingerieshopny.com/ m
מאנטאג יאנואר 18, 2016 8:11 pm#317985
פארשוויגען האט געשריבן:
4) קליידונגאיז דא א גרויסער אידישער מארקעט, ווי g&g gb, הוטן, שטריימלאך, און אזוי אויך ווייבערישע קליידער וואס זוכן צניעות'דיג. איך מיין אז קיין איינער פון זיי פארקויפט דערווייל נישט אנליין, אינטרעסאנט טאקע פארוואס.

לכאורה ווייל יעדע מלבוש וואס מען מוז אנפרובירן און צופיקסן די FIT קען מען נישט פארקויפן אנליין, ממילא די היימישע קלאודינג געשעפטן וועלן קיינמאל נישט קענען פארקויפן אנליין, ווי אויך הוטן און שטריימל געשעפעטן וואס די אייטעמס זענען נישט קיין וואן סייז פיטס אלל, בפרט ווילאנג עס וועט נישט זיין קיין גוטע ריטערן פאליסיס, א זאך וואס איז זייער שווער אין די קליינע אידישע מארקעט, וויבאלד די הוצאות בייסט אריין און עסט אויף דאס ביסעלע ריוח.

און אז כ'רעד שוין, א דאנק פאר די אינטרעסאנטע אשכול.
מאנטאג יאנואר 18, 2016 8:26 pm#317988
ירא שמים האט געשריבן:כרעד נישט פון די יסודות׳דיגע ספרים, נאר ווען איינער גיבט ארויס א ספר צו א בוך אויף אידיש אדער לה״ק פארוואס זאל ער נישט ארויסגעבן א איבאק ווערססיע אויף קינדל.


דאכציך אז קינדל איז נאכנישט אהערגעשטעלט עס זאל ארבעטן מיט עברית/יידיש. (?) נאר אויך ענגלישע אידישע ספרים איז כמעט נישטא אויף קיין איבוקס.

לגבי לומדישע ספרים האב איך געהערט אז עס איז דא היינט אסאך מחברים וואס דער עיקר וואס זייער ספר ווערט געלערנט איז דורך אוצר החכמה. ס'דא וואס דרוקען אפילו נישט קיין פיזישע מהדורה (אדער שיקען עס נישט אין די געשעפטען).
מאנטאג יאנואר 18, 2016 8:35 pm#317991
שמעקעדיג האט געשריבן:לכאורה ווייל יעדע מלבוש וואס מען מוז אנפרובירן און צופיקסן די FIT קען מען נישט פארקויפן אנליין, ממילא די היימישע קלאודינג געשעפטן וועלן קיינמאל נישט קענען פארקויפן אנליין, ווי אויך הוטן און שטריימל געשעפעטן וואס די אייטעמס זענען נישט קיין וואן סייז פיטס אלל, בפרט ווילאנג עס וועט נישט זיין קיין גוטע ריטערן פאליסיס, א זאך וואס איז זייער שווער אין די קליינע אידישע מארקעט, וויבאלד די הוצאות בייסט אריין און עסט אויף דאס ביסעלע ריוח.

און אז כ'רעד שוין, א דאנק פאר די אינטרעסאנטע אשכול.


אז מ'רעדט שוין, איז הא גופא קשיא פארוואס זענען די היימישע קליידונג געשעפטן אויסעשטעלט אז כמעט יעדער זאך דארף מען פיטען און טוישען. למשל אז מקויפט א הויזן אין g & g איז נישטא אזא זאך סייזעס אין די לענג, אלע הויזנס זייערע מאכן זיי זייער לאנג און מ'דארף דאס שניידען עס זאל פיטען. אין א נארמאלע געשעפט איז דא סייזעס 32 34 וכו' אין די לענג פון די הויזן און רוב מענטשען דארפן נישט פיקסען. די זעלבע איז שווער אויף די אנדערע זאכען. אפשר ווייל זיי מאכן נישט גענוג פון יעדער מאס, אדער סתם זענען זיי פויל, איך ווייס נישט.
מאנטאג יאנואר 18, 2016 10:47 pm#318007
פארשוויגען האט געשריבן:2) גראסערי. איז פון די גרעסטער היימישע ביזנעסער וויבאלד מען דארף דווקא כשר'ע עסן, און די מער היימישער עולם דווקא היימישע הכשרים. עטליכע פון די נייע סטארס האבען וועבסייטס, ווי למשל פאמעגרענט און אנדערע, איך ווייס ווייטער נישט ווי מוצלח זיי זענען. לעצטנס האב איך געזעהן א נייע היימישע וועבסייט http://ezkosher.com/ ווי מען קען איינקויפען פון אפאר אנדערע היימישע גראסעריס אין איין סייט, איך ווייס נישט וויאזוי דער סייט ארבעט און וויאזוי זיי מאכען געלט אבער דאס איז שוין א נייער סארט המצאה פון היימישע אנליין ביזנעס.


אין קאנטרי האב מיין ווייב עטליכע מאל געמאכט מיין גראסערי ארדער ביי ezkosher און די ארדער איז געקומען ביז א צוויי- דריי שעה. מיין ווייב האט עס געגליכנט ווייל מ'קען זעהן פרייזן און קאמפערן צו אנדערע גראסעריס. אייביג איז אבער עפעס נישט גוט אנגעקומען און כ'האב געדארפט גיין אין גראסערי רעטורנען.
איך שטעל מיך פאר אז זיי באקומען א פראצענט פון יעדע סעיל וואס מ'מאכט דורך זיי.

אויך איז דא א גרויסע אנליין מארקעט פאר אידישע מוזיק. איך למשל, קויף מער נישט קיין סי די'ס. כ'גיי צו mostlymusic.com און איך דאונלאוד גאנצעטע סי די'ס אדער איינצעלנע ניגונים. עמעזאן האט אויך א ריזיגע אויסוואל פון אידישע מוזיק
מיטוואך יאנואר 20, 2016 3:04 pm#318241
פארשוויגען האט געשריבן:
2) גראסערי. איז פון די גרעסטער היימישע ביזנעסער וויבאלד מען דארף דווקא כשר'ע עסן, און די מער היימישער עולם דווקא היימישע הכשרים. עטליכע פון די נייע סטארס האבען וועבסייטס, ווי למשל פאמעגרענט און אנדערע, איך ווייס ווייטער נישט ווי מוצלח זיי זענען. לעצטנס האב איך געזעהן א נייע היימישע וועבסייט http://ezkosher.com/ ווי מען קען איינקויפען פון אפאר אנדערע היימישע גראסעריס אין איין סייט, איך ווייס נישט וויאזוי דער סייט ארבעט און וויאזוי זיי מאכען געלט אבער דאס איז שוין א נייער סארט המצאה פון היימישע אנליין ביזנעס.



m http://watsonsale.com/ m

לייגט ארויף יעדער וואך די ספעשילס פון אלע גראסעריס אין היימישע געגנטער. אויך האבן זיי אן עפפ פאר ענדרויד און אייפון.

(דער סארט ביזנעס איז מיר אינטרעסאנט, עס באלאנגט מסתמא פאר א היימישער איד, אבער דער געדאנק איז דאך פונקט אזוי לויטיג פאר א גוישע געשעפט, פארוואס מאכט ער עס נישט פאר אלע געשעפטן?)
דינסטאג יולי 26, 2016 6:48 pm#343642
פארשוויגען האט געשריבן:

1

2) גראסערי. איז פון די גרעסטער היימישע ביזנעסער וויבאלד מען דארף דווקא כשר'ע עסן, און די מער היימישער עולם דווקא היימישע הכשרים. עטליכע פון די נייע סטארס האבען וועבסייטס, ווי למשל פאמעגרענט און אנדערע, איך ווייס ווייטער נישט ווי מוצלח זיי זענען. לעצטנס האב איך געזעהן א נייע היימישע וועבסייט http://ezkosher.com/ ווי מען קען איינקויפען פון אפאר אנדערע היימישע גראסעריס אין איין סייט, איך ווייס נישט וויאזוי דער סייט ארבעט און וויאזוי זיי מאכען געלט אבער דאס איז שוין א נייער סארט המצאה פון היימישע אנליין ביזנעס.

איזי קאשער האט יעצט א גרויסע סעיל זיי געבן פופציג דאלער קיופאן פאר יעדער וואס קויפט איין פאר הונדרעט דאלער (אפילו שוין אמאל געקויפט ביי זיי) די נעקסטע פאר טעג. און פרי דעליווערי.


m http://ezkosher.com/50off m

בילד
דינסטאג יולי 26, 2016 7:15 pm#343645
פארשוויגען האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין, איז הא גופא קשיא פארוואס זענען די היימישע קליידונג געשעפטן אויסעשטעלט אז כמעט יעדער זאך דארף מען פיטען און טוישען. למשל אז מקויפט א הויזן אין g & g איז נישטא אזא זאך סייזעס אין די לענג, אלע הויזנס זייערע מאכן זיי זייער לאנג און מ'דארף דאס שניידען עס זאל פיטען. אין א נארמאלע געשעפט איז דא סייזעס 32 34 וכו' אין די לענג פון די הויזן און רוב מענטשען דארפן נישט פיקסען. די זעלבע איז שווער אויף די אנדערע זאכען. אפשר ווייל זיי מאכן נישט גענוג פון יעדער מאס, אדער סתם זענען זיי פויל, איך ווייס נישט.

איך פארשטיי נישט די גויאישע געשעפטן... איז דען יעדער איינער פונקטליך 32 אדער 34? ס'מוז דאך זיין עפעס אינצעווישן. סאו די אידישע פאסן עס טאקע גוט צו
דינסטאג יולי 26, 2016 7:20 pm#343646
שמעון וואלף האט געשריבן:אייביג איז אבער עפעס נישט גוט אנגעקומען און כ'האב געדארפט גיין אין גראסערי רעטורנען.

איך האב שוין געהאט דער עקספיריענס מיט א גרויסע נייע גראסערי וואס זיי פלעגן דאס טון ביי יעדע דעליווערי, און אסאך מאל גאר קליינע זאכן. אבער זיי האבן קיינמאל נישט אויסגעלאזט עפעס.

לכאורה איז דאס פשוט נאך א וועג פון מאכן געלט, אדער מארקעטינג. ווייל ווען די קאסטומער זעט אז ס'איז בטעות מיטגעקומען נאך א קליינע אייטעם וועט ער ע"פ רוב נישט מאכן א ביג דיעל, אדער וועט ער פשוט זיין פויל צוריקצוגיין...
דינסטאג יולי 26, 2016 7:37 pm#343647
Re: היימישע אנליין ביזנעסער
סאיז א וועג פין מאכן געלד אין פארלירען קאסטעמערס

יעצט טראגט מען עס נישט צוריק נאך 2 3 מאל זיכט מען א נייע גראסערי וואס כדארף קויף איך.

די גראסערי איז מיין סטארידז ווען כדארף עפעס גיי איך נעמען שיק מיר נישט וואס כדארף נישט.

א גרויסע גראסערי איז נישט קיין תירוץ
מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:01 pm#412333
EZ קאשער וואס אהט געזאלט אריינהרענגען אנליין שאפינג און די גראסערי מארקיט איז שוין לאנג געגנגען באנקראט עס זעט נישא אויס ווי עז רירט זיך און די מארקיט
מיטוואך יאנואר 30, 2019 6:28 pm#423571
פארשוויגען האט געשריבן:
פארשוויגען האט געשריבן:

1

2) גראסערי. איז פון די גרעסטער היימישע ביזנעסער וויבאלד מען דארף דווקא כשר'ע עסן, און די מער היימישער עולם דווקא היימישע הכשרים. עטליכע פון די נייע סטארס האבען וועבסייטס, ווי למשל פאמעגרענט און אנדערע, איך ווייס ווייטער נישט ווי מוצלח זיי זענען. לעצטנס האב איך געזעהן א נייע היימישע וועבסייט http://ezkosher.com/ ווי מען קען איינקויפען פון אפאר אנדערע היימישע גראסעריס אין איין סייט, איך ווייס נישט וויאזוי דער סייט ארבעט און וויאזוי זיי מאכען געלט אבער דאס איז שוין א נייער סארט המצאה פון היימישע אנליין ביזנעס.

איזי קאשער האט יעצט א גרויסע סעיל זיי געבן פופציג דאלער קיופאן פאר יעדער וואס קויפט איין פאר הונדרעט דאלער (אפילו שוין אמאל געקויפט ביי זיי) די נעקסטע פאר טעג. און פרי דעליווערי.


בילד


m http://ezkosher.com/ m איז פארמאכט?
זונטאג פעברואר 03, 2019 8:39 pm#423809
Long time
closed