Under maintenance
הויפט זייט » וויאזוי מ'שרייבט אן אקאדעמישער פארש-פאפיר

וויאזוי מ'שרייבט אן אקאדעמישער פארש-פאפיר

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1007
מיטוואך יולי 04, 2012 9:59 pm#21790
וויאזוי מ'שרייבט אן אקאדעמישער פארש-פאפיר
אריינגייענדיג אין א קלאס פון היסטאריע, פארלאנגט מען פון מיר אפצושרייבן א פארש-פאפיר פון בערך 7-10 בלעטער איבער סיי וועלכן וויכטיגן קאפיטל/פערזאן אין דער געשיכטע פון דער מערב-ציוויליזאציע. אבער פון "היסטאריע" בין איך אריין אין א מצב פון "היסטעריע", וויבאלד איך האב נאך קיינמאל נישט געשריבן קיין פארש-פאפיר, און איך ווייס נישט וויאזוי מ'שטעלט אהער אזא זאך.
מיין שאלה איז בעיקר וואס ס'זענען די פארלאנגען אין אן אקאדעמישן פארש-פאפיר, וואס שייך די מקורות וואס איך ברענג צו, דער אופן וויאזוי צו פארצייכענען די ביבליאגראפיע, א.א.וו. קען זיין אז איך וואלט געדארפט פרעגן נאך שאלות, נאר מיין ידיעה קומט פשוט נישט אן צו דעם. אלזא, אויב איינער ווייסט וואס ס'איז כדאי אז איך זאל וויסן, ביטע ענטפערט, און איך האף אז דאס וועט מיר העלפן איבערקומען דעם פלאנטער.
א גרויסן יישר כח.
מיטוואך יולי 04, 2012 10:13 pm#21794
קודם כל, קאנגראטולאציעס פאר'ן נעמען דעם מוט זיך איינצושרייבן אין קלאסן. פון דיינע שורות דערקענט מען דיין אינטעליגענץ און פעאיגקייטן, און עס שיינט צו זיין א פאסיגע באשלוס. זאל טאקע דער אויבערשטער דיר שענקען הויפנס הצלחה און סייעתא דשמיא.

ווען עס קומט צו אקאדעמישע פארש-פאפירן זענען בעיקר פאראן צוויי פארמאטן: MLA און APA. עם-על-עי איז דער פארמאט אהערגעשטעלט דורך דער "מאדערנער שפראך אסאסיאציע פון אמעריקע", און איז ברייט באנוצט אין גייסט-וויסנשאפט ("הומאניטיס"), שפראך קולטור און ענגלישע שטודיעס. עי-פי-עי איז דער פארמאט אהערגעשטעלט דורך דער "אמעריקאנער פסיכאלאגישער אסאסיאציע" און איז ברייט באנוצט אין דער וועלט פון אקאדעמיע.

דער וועג וויאזוי מען שרייבט א ביבליאגראפיע איז אנדערש אין די צוויי פארמאטן, סיי וויאזוי מ'שטעלט אויס די ביבליאגראפיע זעלבסט, און סיי וויאזוי מ'ציטירט די מקורות אין דעם ארטיקל גופא. איך גלייב אז אין דיין פאל וועסטו דארפן שרייבן די פארש-פאפירן אין דעם עם-על-עי פארמאט, אבער מאך זיכער איבערצופרעגן דעם פראפעסאר. א מוסטער פון דעם פארמאט האב איך צוגעלינקט פריער, און איך גלייב אז דארטן וועט דיר קלאר ווערן גענוי וויאזוי מ'שרייבט אויף דעם פארמאט. קוק גוט איבער דעם מוסטער און מאך זיכער גארנישט מוסף צו זיין אדער גורע זיין. צום ביישפיל, באמערק ווי קיין שום ווארט איז נישט "באלד" - אפילו נישט די קעפלעך. דאס איז דער פארמאט, ומנה לא תזוז.

אין אקאדעמיע ווערט ערווארטעט אז די מקורות וועלכע ווערן גענוצט אין דער ביבליאגראפיע זאלן מיינסטנס זיין אזעלכע פון "פיער רעוויוד" זשורנאלן. פארש-פאפירן וועלכע זענען געדרוקט געווארן אין אזעלכע זשורנאלן ווערן באטראכט ווי גאר גוטע און אויפריכטיגע מקורות, וויבאלד זיי זענען איבערגעקוקט געווארן דורך א פאנעל עקספערטן. איך בין נישט זיכער צי ביי דעם פונקט אין דיין אקאדעמישער קאריערע דארפסטו שוין מקפיד זיין אויף "פיער רעוויוד" מקורות, און זאלסט דאס אוודאי קלאר מאכן מיט דיין פראפעסאר.

צו לעצט, די נייע ווערסיעס פון "מייקראסאפט ווארד" זענען זייער בייהילפיג מיט שרייבן ביבליאגראפיעס פאר פארש-פאפירן. פאלגנד איז א קורצע ווידעא וואס אילוסטרירט וויאזוי צו נוצן "ווארד" פאר דעם צוועק:


אז דו האסט נאך פראגעס שעם זיך נישט צו פרעגן. מיר זענען אייביג דא פאר דיר.
מיטוואך יולי 04, 2012 10:26 pm#21796
קעניינא הארא, יאנקל, איר זענט א כרכא דכוליה ביה!!

אז מ'רעדט שוין, קען מיר איינער מסביר זיין בקיצור דעם סיסטעם פון קרעדיטס? קען איך האבן קרעדיטס פון ישיבה צו פון כולל?
דאנערשטאג יולי 05, 2012 1:14 pm#21938
זייער שיין געשריבן יאנקל, און שהי פהי - האסט מקיים געווען דעם "ולא הביישן למד". נאך א נקודה וואס איך וואלט צוגעלייגט איז אז ס'איז וויכטיג צו קענען די פשוט'ע יסודות פון שרייבן עסייען. אזוי אויך דארף מען זיין א שרייבער פון דער זייט, און נישט אריינלייגן די אייגענע געפילן; די פאקטן דארפן רעדן פאר זיך אליין.
אנדערש ווי אן ארטיקל וואס מ'שרייבט פאר'ן פובליק - וואו מ'זוכט אנצורייצן די לייענער צו לייענען ביז'ן סוף - דארף א פארש-פאפיר קלאר ארויסשרייבן די מסקנא פון דעם ארטיקל באלד ביים אנפאנג. אין APA פארמאט שרייבט מען גאר אן איין-פאראגראף אבסטראקט וואס זאגט גאר בקיצור וואס דער פאפיר פרובירט אוועקצושטעלן.
דאנערשטאג יולי 05, 2012 2:19 pm#21952
אווא! הערליך געענטפערט און מיר קלארגעמאכט אלע שוועריגקייטן (אזוי דאכט זיך מיר דערווייל), אריינגערעכנט די טערמינאלאגיע וואס איך האב נישט געוואוסט וויאזוי נאכצושרייבן... מיין פראפעסאר האט דוקא יא פארלאנגט צו נוצן נאר 'peer reviewed' מקורות און איר האט מיר געגעבן פיינע 'לינקס' דאס אויסצוקלארן. אז איך וועל האבן נאך פראבלעמען וועל איך פרעגן.
דאנערשטאג יולי 05, 2012 2:26 pm#21953
שהי פהי,

פשי הי! איך קען נישט די נושא (יאנקל און קארל, צוויי טייערע פארום-פריינט האבן אבער שוין געענטפערט), אבער איך גלייך אייער שרייבן! לאזט זיך הערן, אפט.
פרייטאג יולי 06, 2012 2:05 am#22085
נאך עטליכע נקודות. אלע שורות זענען ״דאבל ספעיסד״ - דאס הייסט אז צווישן יעדע צוויי שורות איז דא ליידיג פלאץ ווי צוויי שורות (דאס מיינט אז דיינע 7-10 זייטן זענען בסך-הכל 4-5 זייטן). די ביבליאגראפיע ווערט אויך אזוי אויסגעשטעלט.
די גרויסקייט פון די אותיות איז געווענליך סייז 12, און בלויז דריי פאנטס זענען אנגענומען: טיימס, אריאל און קאריער (א סוד: מיט קאריער פילן זיך די זייטן שנעלער אן ווייל עס פארנעמט דאס מערסטע פלאץ; טיימס דאס ווייניגסטע...). די אלע זאכן זאלסטו אבער פריער דורכשמועסן מיט דיין פראפעסאר (איין פראפעסאר קען, צום ביישפיל, אנשמעקן אז מ׳זאל נוצן אותיות סייז 14, און דווקא נוצן דעם פאנט טיימס).
זונטאג אוגוסט 11, 2019 12:26 pm#434643
Re: וויאזוי מ'שרייבט אן אקאדעמישער פארש-פאפיר
א גוטע כלל האב איך געהערט לגבי אקאדעמישע שרייבן (ובכלל ביי יעדע מין שרייבן וכו׳) אז מ׳זאל אלס שפירן ווי איינער שטייט אונטער דיין פלייצע און זאגט דיר ״ווער זאגט?״ אין אנדערע ווערטער, דו זאלסט אלס זעהן צו אונטערלאנען און ציטירן פון פארלעסליכע מקורות פאקטן וכדומה.

עס איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז פאר מאטעמאטיק פאפירן, הגם עס איז נישטא ממש אן אנגענומענעם סטייל אזוי ווי ביי די אנדערע סייענסעס, איז אבער דא אן אנדערע וועג פון ציטירן פריערדיגע פרופס עפ״י AMS [American Mathematics Society]. אויך, ווען מען פערטיגט (שרייבן) א פרוף לייגט מען צום סוף פונ׳ם פאראגראף א קעסטל אדער די אותיות QED, וואס מיינט (אין לאטייניש) Quod Erat Demonstrandum (מיינענדיג, אין די קאנטעקסט, ״אזוי ווי מען האט אויפגעוואוזען״).

ולגבי peer-review בעצם (נישט לגבי ציטירן) איז אינטרעסאנט אנצומערקן דר. דניאל סארעוויטץ׳ס ארטיקל, Saving Science, וואו ער טענה׳ט אז כהיום איז דאס ליידער נישט קיין אויפריכטיגער אויפטו בעולם אקאדעמיע. m https://www.thenewatlantis.com/publicat ... ng-science m