איך זעה אז מען פארט דא אריין אין די פרטים צו סענדער'ס פאליסיס קענען ארבייטען אדער נישט און וואס פונקטליך זיי זענען. איך האב דייקא נישט געוואלט אריינגיין אין דער נושא, עס זענען דא גענוג אנדערע אשכולות איבער סענדערס און די עלעקשאנס וואו מען קען יענץ אויסשמועסן. @ראשעקאל, אויב האסטו גוט איבערגעקוקט סענדערס' פאליסיס און האסט איינגעזעהן אז הלכה למעשה וועסטו און אנדערע מער מרויח זיין אין טאש מיט קלינטאן אדער טראמפ, תבוא עליך ברכה פארן מאכן אן אינפארמד דיסיזשאן. איך באציה מיך אין דער אשכול בעיקר צו די שטארקע אפשיי וואס חרדים כלומפרשט האבן צו "סאציאליזם" כאילו עס וואלט געווען א שווארצע מאנסטער וואס מען דארף מבער זיין על כל הון דעלמא. איך באציה מיך צו די אויסדרוקן וואס מען הערט טאג טעגליך אין שול ווי דער עולם פארציילט איבער די שרעקליכע גזירות וואס סענדערס וויל איינפירן ווי למשל פרייע קאלעדזש עדזשוקעישאן, פרייע העלט אינשורענס וכו'.
אויב האסטו א פראבלעם מיט סאציאליזם (ווען איך זאג דו רעד איך צו דער גאנצע געמיינדע אלץ א כלל) דאן פארוואס פירסטו דיין לעבן מיט אפיציעלע סאציאליסטישע פאליסיס. מען פירט א לעבנסשטייגער וואס פארלאזט זיך אפיציעל אויף מעידיקעיד, פוד סטעמפס, סעקשאן אכט, וויק און טעקס ריטורן פארן המון עם. פעל און טעפ פאר ישיבות. פרי קעי, דעי קעיר, וואוטשערס און טייטל וואן פאר חדרים און מיידל שולעס. איז דאס נישט א טייל פון די שרעקליכע סאציאליזם? פארוואס איז דאס אקעי? און וואס טוט זיך מיט בעילאוט פראגראמען? וואס טוט זיך מיט די רעגירונג צווינגען בענק און קרעדיט קארד קאמפאניס צו סעטלן און מאכן שארט סעילס מיט די קאסטומערס וואס קענען נישט באצאלן. איז דאס נישט גענומען פון די רייכע און געגעבן פאר די ארימע? איר זענט געווען אקעי מיט סאציאליזם ווען עס איז געטון געווארן אומאפיציעל אבער ווען די רעגירונג וויל עמטליך נעמען פון די בענקערס געלט צו קענען געבן הייזער פאר די ארימע, פלוצלינג דא טאר מען שוין נישט? לויט מאנכע דא קומט אויס אז די רעגירונג האט גענוג געלט צו געבן פראגראמען לרחצה פאר גאנץ ברוקלין, ראקלענד קאונטי, אראנדזש קאונטי און לעיקוואד, אבער נישט מער. ממילא בלית ברירה מוז מען עס טון אונטערן טיש.
איך בין אליינס נישט איבערצייגט אז סענדערס איז דער ריכטיגע מענטש צו זיין פרעזידענט פון אמעריקא. איך בין אויך נישט איבערצייגט אז זיינע פאליסיס זענען גוט. איך פארשטיי אז דאס איז א נושא וואס פארדינט איר רעספעקט צו ווערן גוט אדורכגעשמועסט און צונומען אויף פיצלעך. איך בין אבער קלאר און איבערצייגט אז די attitude פון רוב פונעם היימישע עולם צו סענדערס און צו סאציאליזם איז גאר מאדנע, היפאקריטיש און שמעקט פון שטארקע איגנאראנס און אראגאנס.
.