זונטאג פעברואר 07, 2016 5:52 pm#320528
ענינימ'לעך ווערן קאנאניזירט
אין היסטאריע פון רעליגיעזער ליטעראטור איז דא דער מושג פון "קאנאניזאציע", דאס הייסט, נאכפאלגן די היסטאריע און זען ווען א בוך אדער מנהג איז געווארן א חלק פון דעם "קאנאן" - די פארהייליגטע מסורה פון דער געזעלשאפט, וואס מ'קען מער נישט משנה זיין. אין די לעצטע פופציג יאר זענען ריזיגע חלקים פון פאלקלאר געווארן א חלק פון חרדישער קאנאן - אין פאקט, מ'קען זאגן אז איבער 50% פון דער היינטיגער חרדישער קאנאן איז געשאפן געווארן אין די לעצטע פופציג יאר. לאמיר דא זען אן אינטערעסאנטער ביישפיל פון א ספר וואס וויל שפילן א ראלע אין דעם פראצעס.
ארום צען יאר צוריק איז ארויסגעקומען א ספר מיט'ן נאמען "מבואו ועד צאתו", וואו דער מחבר, הרב פינחס שפיטצער פון ניו-סקווער, גייט דורך דעם גאנצן יום השבת, און שמועסט אויס ענינים עפ"י הלכה און חסידות, באגלייט מיט סיפורים. דער ספר איז געווען א טייל פון דער נייער פלייץ פון ספרים וואס נעמען ענינימ'לעך וואס מ'פלעגט אמאל איבערזאגן בשעת'ן עסן "תיקון" און פארהייליגן זיי דורכ'ן איינבינדן צווישן צוויי הארטע דעקלעך.
הרב שפיטצער איז יעצט געגאנגען א שטאפל ווייטער, און האט ארויסגעגעבן א ספר "מבואו ועד צאתו לתלמידים". דער דאזיגער ספר נעמט די אלע ענינים, און מאכט פון זיי א שולחן-ערוך מנוקד, אז די קינדער זאלן לערנען די "ענינים" ווי הלכה למשה מסיני.