מאנטאג פעברואר 15, 2016 12:25 pm#321420
"ולבכּותה" מיט א גרויסן כּ'
"ולבכּותה" מיט א גרויסן כּ'
דאס הארץ איז צעטרייסלט פון דער שרעקליכער טראגעדיע אין ארץ ישראל, וואו עטליכע היימישע אידן זענען אומגעקומען אין א באס-עקסידענט. אבער ס'שפירט זיך א דערשטיקעניש ווען די חרדישע צדקתך-פרעסע פאנגט ווידער אן איר מיסיע צו פארקלאפן מענטשליכע געפילן.
"דער מאן האט אויסגעשריגן מיט גבורה 'ה' נתן וה' לקח'!" שרייט א העדליין. "די עסקנים זענען געקומען צום טאטן מבשר זיין די ביטערע בשורה, אבער אנשטאט זיי זאלן אים מחזק זיין, האט דער טאטע תיכף מקבל געווען די גזירת ה', און האט גאר מחזק געווען די עסקנים" – דערציילט א באריכט.
אפשר זענען פאראן מענטשן וועלכע זענען כל כולם תורה, אינגאנצן עבודת ה' במהותם, אז ביי זיי איז בכלל נישט דא קיין עקזיסטענץ פון פשוט'ע מענטשליכע געפילן. אפשר הגרי"ש אלישיב ז"ל וועלכער האט קוים געקענט די נעמען פון זיינע אייגענע קינדער איז געווען א מענטש אויף אזא מדריגה. אבער 99% פון דער מענטשהייט – אפילו פון דער גאר פרומער און תורה'דיגער פאפולאציע, באשטייט פון מענטשן מיט פשוט'ע פונדאמענטאלע מענטשליכע געפילן! ניין, עס איז נישט נארמאל אז א מאן זאל זיין א "גיבור" ווען זיין שוואנגערדיגע אשת נעורים ווערט אזוי פלוצים און טראגיש אומגעברענגט. ניין, עס איז נישט נארמאל ווען א טאטע ווערט נישט עמאציאנעל צעפיצלט ווען זיין קינד ווערט אזוי טראגיש אוועקגעריסן.
די היימישע פרעסע מיט איר "אבא איך מעשרין מלח" מאנטאליטעט גראבט אונטער די פשוט'ע מענטשליכע געפילן, רייסט ארויס די ערווארטונג פון א נארמאלע, געזונטע פאר'אבל'טע רעאקציע נאך אזא ביטערע געשעעניש.
רבותי, לאזט טרויערן! לאזט די אבלים צעפלאצט ווערן, משוגע ווערן מיט טיפן ווייטאג. לאזט זיי קייכן פאר צער ווי מענטשן. א מענטש וועמענ'ס רעאקציע איז מיט ווייניג געפילן איז גארנישט חשוב'ער ווי א מענטש וואס נעמט זיך רייסן די האר פון קאפ און ווערט צערודערט פאר צער.
דער קליינער כ' אין אברהם אבינו'ס "ולבכותה" ווייזט אז אברהם האט נישט קיין סך געוויינט אויף שרה, ווייל זי איז שוין געווען אלט – און עס איז מענטשליך נישט צו זיין אזוי איבערגענומען ביי דער פטירה פון אן עלטערן מענטש. עס איז פאר חז"ל נישט בייגעפאלן צו זאגן אז אברהם האט נישט געוויינט א סך ווייל ער איז געווען א "גיבור" און האט גאר "מחזק" געווען די עסקנים.
דאס איז אין קיין שום וועג נישט קיין קריטיק ח"ו אויף די צעבראכענע אבלים וואס פראווען "גבורה" – יעדער איז בארעכטיגט צו טרויען און צו ספראווען מיט טראגעדיע אויף זיין אופן – און האפנטליך איז דאס טאקע "זיין" אופן, און נישט נאר א וועג פון אריינשפילן אין די נארישע ערווארטונגען פון דער חרדישער פראפאגאנדע-מאשין. נאר די חרדישע פרעסע דארף אויפהערן פראפאגאנדירן ווי כאילו דאס איז עפעס וואס מיר דארפן ארויפקוקן און נאכמאכן, און פרובירן צו באאיינפלוסן דעם הונטערן באוואוסטזיין צו רעאגירן ווי געטליכע ראבאטן אין פנים פון ביטערער טראגעדיע.