Under maintenance
הויפט זייט » וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו

וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10155
דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:54 pm#321895
וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
אלס בחור בין איך געווען א געטרייע קונה פון די וויליאמסבורג – בארא פארק באס ליניע, נעמליך בי110, שוין יארן וואס איך האב נישט ארויפגעטרעטן אויף די באסעס, מיט קיין אנגענעמע זכרונות בין איך נישט געבליבן פון מיינע נסיעות [מערסטנס שטייענדיג] און איך אייביג פרובירט צו פארמיידן דעם קאשמאר פון אזא נסיעה, לעצטנס האט זיך מיך געמאכט אז איך האב געדארפט פארן אויף די ליניע, איך האב מיך געוואלט שפארן דעם צוואנציגער וואס קאסט א קאר סערוויס און די דבר תורה וואס ס'קאסט א היטש, און ווי א וואוילער איד האב איך גענומען דעם דריי דאלער און א קוואדער און זיך ארויפגעשטיפט מיט נאך א פופציג אידן אויף די באס וואס פארמאגט ארום דרייסיג זיץ פלעצער, און די אמאליגע קאשמאר זענען מיר צוריק ארויפגעקומען, אבער מיט מיין היינטיגע שכל פרוביר איך צו פארשטיין, ווי איז דער ציבור? פארוואס לאזט מען זיך שפייען אין די קאשע דורך א געלדגייציגער בעל הבית וואס נוצט זיין מאנאפאל מיט א עקלהאפטיגע אראגאנץ?
די סערוויס פון די פירמע האט נישט איר'ס גלייכן אפילו צווישן אונזערע היימישע געשעפטן וואס צייכנען זיך נישט אויס אין קאסטומער סערוויס, עס איז א זעלטנהייט פון א פירמע וואס פונקציאנירט בכלל נישט ווי א צוויי זייטיגע אונטערנעמונג פון א קאמפאני מיט קליענטן, די אפאראט פונקציאנירט גענצליך אן זיך וויסנדיג מאכן פון די געברויכן פון זיינע קאסטומערס, ער פייפט אויפ'ן עולם, ער לאכט זיך אויס, ווען האט איר די לעצטע מאל געזען אז ער עדווערטייזט בכלל אדער אז ער טוט סיי וועלכע זאך וואס צייגט אז ער זוכט צו זיך אהערשטעלן פאר זיינע קליענטן, עס קוקט עפעס אויס ווי ער שטעלט צו א סערוויס פאר וועלכע מיר אלע דארפן אים אפלאדירן און זיין דאנקבאר.
איר האט אמאל געזעהן אז ער זאל צושטעלן מער באסעס ווייל עס איז א פארנומענע סעזאן? איר האט אמאל געזעהן אז ווען עס איז א אייז קאלטע וועטער זאל ער צושטעלן נאך איין באס אז מען זאל נישט דארפן פרירן פאר קעלט? בכלל ווען איז געווען די לעצטע מאל וואס ער האט עפעס געטוישט לטובת די רייזנדע?
און דער ציבור נעמט עס אן גלייכגילטיג, מען האט זיך שוין עפעס צוגעוואוינט אז מען קען גארנישט טון, די מערסט באנוצטע טראנספארטאציע ליניע פון היימישע אידן באלאנגט צו א מאנאפאל וואס טוט ככל העולה על רוחו, און מיר קענען נאר שלום מאכן מיט די מצב, פארן אין איבערגעפולטע באסעס, אן די מינדעסטע באקוועמליכקייט, לאמיר נעמען אזא רשעות פון אפילו נישט צושטעלן א נארמאלע סיסטעם צו באצאלן, ווילסט נישט געבן קיין טשעינדש? אקעי, אפשר שטעלסטו צו א מעגליכקייט פון צאלן מיט א קרעדיט קארטל אדער באקומען קרעדיט אנשטאט טשעינדש? וואס עפעס! פאר וועמען? עולם גולם וועט דאך ווייטער פארן א שאד יעדע פעני.
און די דרייווערס איז א פרשה פאר זיך, עס זעהט עפעס אויס אז צו ווערן אנגענומען אלס דרייווער דארף מען זיין קוואליפיצירט אין בהמה'ריי, נישט קענען קיין ענגליש און שרייען ווי א הונט אויף די רייזנדע, א דרייווער וואס פארשטייט וואס די פאסאדשיר וויל? א דרייווער וואס קען רעכענען וויפיל פיר קוואדער'ס זענען? צו וואס ברויך מען דאס אבי זיי נעמען ווייניגער ווי זיבן דאלער א שעה, מי יאמר לי מה תעשה, די בהמות וועלן ווייטער צאלן די דריי סינגעלס מיט'ן קוואדער, זיך אפווישן די נאז און נישט אפילו קאמפלעינען [איז דען דא ווי? איר האט אמאל געזעהן א נאמבער ווי מען קען רופן פאר קאמפלעינס?]
און די באסעס? השם ירחם, גייט ארום אין אלע פופציג שטאטן און איר וועט נישט טרעפן אזעלכע באסעס קרוסירן אויף די שאסייען, זיי זענען אזוי אלט ווי די המצאה פון באסעס, זיי האבן נאך געטראגן די שארית הפליטה פון עליס איילענד קיין וויליאמסבורג ווארשיינליך, שמוציג, עקלהאפטיג, פארקלעבט, צוזאמענגעשטיפט, און ווער רעדט נאך פון די טאנצעריי, עס טאנצט און טאנצט ביז עס מאכט זיכער אז יעדע פאסאדשיר איבעלט שוין, עס זעהט אויס אז ער טאנצט אפילו באנאכט אין פארקינג לאט.
יעדן טאג וואס די וויליאמסבורג – בארא פארק באסעס קורסירט נאך אויף אונזערע גאסן איז א חרפה און א בושה פאר אונזער געמיינדע, עס מיינט מען קען אונז פירן אין באד, מען באקומט א מאנאפאל און מען דארף גארנישט זיך צושטעלן, איך ווייס נישט וואס קען געטוהן ווערן, איך האב פרובירט צו רופן צו די טראנזיט דעפארטמענט געבן א קאמפלעין אבער איך האב זיך עפעס נישט קיין עצה געגעבען, איך וויל הערן פון אייך, וואס קען מען טוהן? צו איז נישט העכסט צייט אז מען זאל קענען פארן נארמאל פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק אן אריבערגיין דעם קאשמאר וואס רופט זיך די וויליאמסבורג בארא פארק באס?
דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 7:10 pm#321900
דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 7:12 pm#321901
מיר קרענקט זייער ווען די איזראעליס קומען אהער און מאכן אפילס פאר זייער מהדרין באסעס בעת עניי עירך פארן ווי סארדינען און די וואגאנען.
דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 7:37 pm#321905
Re: וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
ממאכט אפילס פאר מהדרין באסעס?
דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 9:34 pm#321926
באקומען אין אישי די נאמבער פונעם ברוקלין די, או, טי קאמישאנער, ווער עס קען זאל אים קאנטקאקטירן און זיך אפרעדן:

Brooklyn Borough Commissioner Keith Bray
646-892-1350
דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 9:49 pm#321928
די חוצפא פון העכערן פרייזן ווען גאז האלט אין איין פאלן איז אויך אומדערהערבאר.
בכל אופן צושטעלן אזעלכע דרייווערס וואס רעדן מאלפע שפראך צו די קאסטומערס איז א חוצפא נוראה.
דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 9:59 pm#321932
צו ווייסט איינער מער פרטים ווער איז דער בעל הבית? עס איז אינטרעסאנט צו וויסן צו איז די קאמפאני טאקע אין אזא שווערע מצב אז זיי קענען זיך נישט ערלויבן נארמאלע באסעס און דרייווערס וואס נעמען מער ווי מינימום וועידש, איך ווייס נישט ווער די בעל הבית איז [לויט די רעקארדס א געוויסע דשעיקאב מערמעלסטיין] אבער לכאורה איז ער פשוט א געלדגייציגע מענטש וואס זוכט צו פארדינען נאך אפאר דאלער אויפ'ן חשבון פון כלל ישראל, און ווארשיינליך איז ער ערגעץ וואו אויך א נדבן און באקומט כבוד פאר'ן געבן געלט בשעת ער פייפט זיך אריין אין זיינע קליענטן.
דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 10:12 pm#321934
Re: וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
אזוי פיל ווייסעך יא, אז ער האט א גרויסע באס פירמע וואס טראגט און ברענגט מענטשן פון מאנהעטן צום עירפארט וכו', דארט מאכט ער זיין גרויס געלט, די וויליאמסבורג בארא פארק באס איז נאר א צושפייז.
דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 10:14 pm#321936
Re: וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
ער איז נאך א צדיק אויך ווייל ער חזיר'ט אהן די באסעס מיט אמן ואמן
דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 10:35 pm#321939
בן זכאי, געווענליך בין איך נישט קיין גרויסער, און דוקא א קנאפער חסיד פון ארטיקלען וועלכע קוקן אויס צו שטארק קעסטלדיג, עקסטרעם אדער איבערגעטריבן. (הגם כ'באנוץ מיך טאקע מיט א סך אדעקטיוון און בלאז אויף זאכן צו אן עקסטרעם צי ארויס פון פראפארץ, איז דאס נאר להגדיל השמייכל, נישט אין ערנסטע ענינים.)

ס'איז אבער א פלא נורא וויאזוי דער חיה רעה גייט אן מיט זיין אומהומאנטעריש ביזנעס ועולם כמנהגו נוהג. נישט אז כ'האלט אז ס'איז דא וואס אדער ווער צו טון, אבער ס'איז האר-אויפשטעלנד וויאזוי דער צייכנט זיך אויס מיט א סארט גרויליקייט אין ממש יעדן שטאפל פון דעם פארצווייגטן ביזנעס.

און דער יאלד האט נאך דעם נערוו אריימצושיקן זיינע סרוחה'דיגע וואגאנען איבער די שטעט גרויס צו מאכן דעם נאמען פון גאט מיט'ן אמנ'יזירן דאס מענטשהייט ערב בוקר וצהרים. כ'ווייס נישט ווער ס'איז דער בעל הבית, און איך בין נישט אינטערסירט צו וויסן. נעמט אייך דעם קידוש-לבנה'דיג אמן יהא שמיה רבא און ווישט דערמיט אונטער אייער קאלטבלוטיגע מחילה.
פרייטאג פעברואר 19, 2016 12:20 am#321954
ענק שפילן זיך מיט פייער!
צי ווייסען ענק וויפיל אידן זאגן שוין ב"ה ברכת התורה בחברותא א דאנק דעם באס?!
פרייטאג פעברואר 19, 2016 1:08 am#321965
ירא שמים האט געשריבן:ממאכט אפילס פאר מהדרין באסעס?


זיכער. כ'מיין פאראיאר אדער צוויי יאר צוריק זענען שד"ר ארויסגעקומען צו די אמעריקאנער ברודער מעורר צו זיין אויף די וויכטיגקייט פון די מהדרין ליניע ירושלים - בית שמש און מ'דארף צושטעלן שיינע באסעס אז מ'זאל נישט האבן קיין נסיון צו פארן מיט אגד.

איך דערמאן מיך ווי איך פלעג מיך שלעפן קיין מאנהעטן מיט די אידישע באס, אדער ווען איך פלעג גיין מיט'ן ב"פ - וויליאמסבורג באס אונטער שרעקליכע אומשטענדן און דא קומען אפגעריסינע איזראעליס רייסן געלט פאר זייערע באקוועמליכקייטן
פרייטאג פעברואר 19, 2016 1:17 am#321966
וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
אה דאס איז דאך אלס די מלחמה קעגן די ציונים… נישט סתם פאר באקוועמליכקייט! ווייל ווי יעדער ווייסט איז דא מהדרין באסעס בשופי פון אגד.
פרייטאג פעברואר 19, 2016 1:21 am#321967
Re: וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
וועלכע נאמבער דארף מען ריפען אריינצוגעבען א קלאגע קעגן די באס קאמפעני
פרייטאג פעברואר 19, 2016 1:31 am#321968
Re: וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
פארוואס עפנט מען נישט קיין קאמפיטישאן?
פרייטאג פעברואר 19, 2016 1:58 am#321970
Re: וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
די בעה''ב הייסט יעקב מערמלשטיין איך האב שוין אפאר מאל גערעדט צו עים. ער האלט(אזוי זאגט ער לכה"פ) אז ער געט גיטע סערוויס.
און ווער עס וויל נישט זאל נישט פארן
פרייטאג פעברואר 19, 2016 1:59 am#321971
Re: וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
איך האב זיין טעלעפאן נאמבער אבער איך וויל עס נישט ארויף לייגן דא לעיני כל
פרייטאג פעברואר 19, 2016 2:32 am#321979
בן זכאי האט געשריבן: אפילו צווישן אונזערע היימישע געשעפטן וואס צייכנען זיך נישט אויס אין קאסטומער סערוויס, עס איז א זעלטנהייט


איך בין מסכים מיט וואס דו זאגסט לגבי די באסעס, אבער דעי ווערטער מוז איך מיך דינגען.

ס'האט זיך שוין געענדיגט די צייטן וואס ביי די היימישע געשעפטען האט נישט עקזעסטירט די ווארט סערוויס בכלל, ס'ווערט ב"ה בעסער און בעסער, די קאמפאטישען איז שוין היינט גענוג גרויס און מ'קען שוין נישט טוהן וואס מ'וויל,
צענדליגע היימישע געשעפטען וואס שטעלן שוין היינט צו סערוויס אויפן העכסטן סטאנדארט.

יא, ס'דא די פאר אויסגערופונע וואס האבן נאך די מאנאפאל אויף געוויסע מארקעטס, טוהן וואס זיי ווילן און האבן פארפאקט דעם עולם, געב עס נאך אפאר יאר און זיי וועלן זיך אויך צולערנען אדער ארויס גיין פון ביזנעס
פרייטאג פעברואר 19, 2016 2:42 am#321980
יא אמת ביזט גערעכט דזי ענד דזי האט זייער גיטע סערוויס...
פרייטאג פעברואר 19, 2016 3:00 am#321981
ירא שמים האט געשריבן:פארוואס עפנט מען נישט קיין קאמפיטישאן?

עס דארף צו הייסען אז ער האט די בעלות ליגאל אויף די רוט.

און דאס אז ער איז נישט גורס ניי ווילימסבורג איז אויך א שטיקל טענה
פרייטאג פעברואר 19, 2016 3:02 am#321982
עמעזאן האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:פארוואס עפנט מען נישט קיין קאמפיטישאן?

עס דארף צו הייסען אז ער האט די בעלות ליגאל אויף די רוט.

און דאס אז ער איז נישט גורס ניי ווילימסבורג איז אויך א שטיקל טענה

אפשר נישט. אונז רופן עס ניי ווילי, אבער אויפן מאפע איז עס קלינטאן היל. זיין באס איז בארא פארק -''וויליאמסבורג''
פרייטאג פעברואר 19, 2016 3:05 am#321984
Re: וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
קול הלשון האט געשריבן:וועלכע נאמבער דארף מען ריפען אריינצוגעבען א קלאגע קעגן די באס קאמפעני

איך האב אויבן געשריבען א נאמבער, קענסט אויך אריינגעבן א פארמאלע קלאגע אין די וועבסייט פון dot


Sent from my iPhone using Tapatalk
פרייטאג פעברואר 19, 2016 3:07 am#321985
Re: וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
עמעזאן האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:פארוואס עפנט מען נישט קיין קאמפיטישאן?

עס דארף צו הייסען אז ער האט די בעלות ליגאל אויף די רוט.

און דאס אז ער איז נישט גורס ניי ווילימסבורג איז אויך א שטיקל טענה


ער האט א טשארטער אויף די ליניע ער האט געווינען א ביד פון די dot אבער ער איז נישט גענצליך א פריוואטע קאמפאני ער איז אונטערגעווארפן אונטער די dot


Sent from my iPhone using Tapatalk
פרייטאג פעברואר 19, 2016 5:04 am#321993
בן זכאי האט געשריבן:צו ווייסט איינער מער פרטים ווער איז דער בעל הבית? עס איז אינטרעסאנט צו וויסן צו איז די קאמפאני טאקע אין אזא שווערע מצב אז זיי קענען זיך נישט ערלויבן נארמאלע באסעס און דרייווערס וואס נעמען מער ווי מינימום וועידש, איך ווייס נישט ווער די בעל הבית איז [לויט די רעקארדס א געוויסע דשעיקאב מערמעלסטיין] אבער לכאורה איז ער פשוט א געלדגייציגע מענטש וואס זוכט צו פארדינען נאך אפאר דאלער אויפ'ן חשבון פון כלל ישראל, און ווארשיינליך איז ער ערגעץ וואו אויך א נדבן און באקומט כבוד פאר'ן געבן געלט בשעת ער פייפט זיך אריין אין זיינע קליענטן.

בן זכאי: לויט ווי איך זעה קענסטו איהם טאקע נישט. ווען דו קענסט איהם, וואלסטו שוין נישט געפרעגט קיין קשיות...!
די איינציגע צייט וואס איך האב איהם געזעהן ארומלויפן ווי א פארסמ'טע מייזל, איז געווען ווען זיין פרענטשייז איז אפגעלאפן. און ער האט דאס געדארפט באנייען, איז ער ארומגעלאפן צו די אידישע מוסדות אז זיי זאללן אונטערשרייבן די פעטיש'ן צו די סיטי גאווערנמענט אז מ'זאלל למען ה' באנייען זיין פרענטשייז, ווייל אן דעם וועט ח"ו דער אידישער יישוב אין ב.פ.-ווילי חרוב ווערן. איך געדענק איהם נאך אלס דרייווער ווען ער איז געקומען פון א"י, וואספארא ווילדע שטיק ער האט דאמאלס אפגעטון. ווי למשל, ארויפגיין אויפ'ן סיידוואק אויף ראטלידזש סטריעט, ווען א קאר איז געווען דאבל-פארקט. נאר עפעס א רשעות'דיג'ער בוים איז איהם געווען אין וועג. און זיינע טעראריסטישע שטיק, וואס ער האט אפגעטון, ווען ער האט אנגע'מקל'ט אנדערע דרייווערס וואס ס'האטציך איהם געדאכט אז זיי וויללן גיין קאמפעטישן מיט איהם. און זיי געבן ריידס פאר מענטשן. און ווען ר'האטציך ...שוין. מ'טאר נישט רעדן לשון הרע...!
נאר ווען ד'רעולם וועט נעמען מאכן מאסן טעלעפאן קאללס צו די סיטי אדער סיינען א פעטישן אקעיגן איהם און זיין קאמפעני וועט מען הייסן א מסור, לויט די היינטיגע פארדרייטע און פארקרומטע סטאנדארטן פון די אזוי-גערופענע התאחדות הרע-בנים...!
פרייטאג פעברואר 19, 2016 11:23 am#322018
ירא שמים האט געשריבן:פארוואס עפנט מען נישט קיין קאמפיטישאן?

ירא שמים: ווייל מ'ווילל בלייבן לעבן... :roll:
דאנערשטאג יוני 09, 2016 2:13 pm#337438
ירא שמים האט געשריבן:בערל כהאב שוין לאנג נישט געהאט פון דיר דיינע אריגענעלע תגובות… לעצטנס בוסטו עפעס געווארן צו אויפגעקלערט

ירא שמים: ס'איז דא א פשוט'ע סיבה פאר דעם. ווייל שמעקעדיג און די אנדערע חשוב'ע ניקס וועלכע זענען אויפגעוואקסן אין ווילי-פעסט קענען דאך נישט פארליידן ווען מ'טשעפעט זייערע פארהייליגטע אייקאנס, ווי הרב סענדער דער דייטש,הרב מנשה פיליפ המכנה את עצמו הרב ישראל מ. סופר. און הרב שמואל שלמה טעללער המכנה את עצמו הרב ש.ב. מרגליות. ס'איז בבחינת ויחד יתרו. פאר מיר האט הרב דייטש זכותו יגון ואנחה על כל ישראל אויפגעטון איין זאך. ער האט מיר ארויפגעברענגט מיין בלוט פרעשור. ווען איך וואלט געווען א דאקטער וואלט איך פארשריבן א פרעסקריפשן פאר מענטשן וועלכע ליידן פון א נידריגן בלוט דרוק, אז זיי זאללן ליינען די געשרייבעכץ פון סענדער דער... און י.מ. סופר. דאס איז בדוק ומנוסה. אז ס'וועט זיי ארויפטרייבן די בלוט פרעשור. אבער פון די געשרייבעכצער פון דעם גרויסן היסטאריקער הרב שמואל שלמה טעללער קען מען נאר אויספלאצן פון געלעכטער. ער שרייבט דאך אזעלכע שטותים און זיין אופן פון שרייבן איז ווי איינער לערנט פאר פאר א כיתה פון 5 יעריגע אינגלעך... :lol: :roll:
דאנערשטאג יוני 09, 2016 2:52 pm#337444
ר' בערל טייערער, לאמיר איינמאל פאר אלעמאל קלאר מאכן דיין טעות.

איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט דיין געשרייבעכץ. סענדער דויטש מיט די איבריגע חברה זענען ביי מיר נישט קיין שום אייקאן, נישט געווען און וועט נישט זיין. פינטל.
מצדי, קענסטו שרייבן וואס דו ווילסט אקעגן זיי - איך האב גארנישט דערקעגן.

וואס באדערט מיר יא, אויב יעדע אשכול ווערט פארדרייט צו דעם נושא, יעדן פסוק אין די תורה קענסטו אריינטייטשן סענדער דער דויטש מיט פליפ פלאפ המכונה.
ווי אויך, אז מען חזר'ט עס איבער יעדן טאג נאכאמאל, ווערט דאס אויסגעדראשן און דאס קען אביסעלע דענערווירן.. פארשטייסטו??

אדערווייז..... האב איך גאר שטארק הנאה פון דיר, הלואי אויף מיין זיידע געווינטשן אזא זיס אידל.... :lol: ;)
דאנערשטאג יוני 09, 2016 3:15 pm#337445
סאשי פיש האט געשריבן:נח מיט זיבן גרייזן

בילד

פינקט היינט ווען איך דארף אזוי וויכטיג אנקומען אין בארא פארק, און סאיז מיר שוין יא געלונגען צו כאפען די באס די לעצטע מינוט אבער די דרייווער לאטמיר נישט גיין ווייטער וואס איז? מיין געלט איז צוקוועטשט!! כווייס נישט פארוואס אבער פינקט אלע געלטער וואס כהאב געהאט מיט מיר זענען געווען צוקוועטשט, בלית ברירה האב איך געמוזט אראפגיין ביי די געז סטעישאן און אויבלאזען די גאנצע דריי הונדערט און פינעף און צוואנציג אמעריקאנע סענט.. :evil: :evil: :evil: ...
דאנערשטאג יוני 09, 2016 8:15 pm#337501
נאר צוקוועשטע געלט איז א פראבלעם, צוקוועשטע מענטשן איז נישט קיין פראבלעם.
פרייטאג יוני 10, 2016 12:31 am#337531
דער אמן מאגנאט גייט נישט אן בחייכון וביומיכן וואס דכל בית ישראל מאכט מיט פון זיין בעלי עגלות. ובזמן קריב זאל ער קעיר נעמען נעמען, אז נישט וועט ער ברויכן קדיש זאגן אויף די ביזנעס.
דינסטאג יוני 21, 2016 7:46 pm#338574
Re: וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
נעמט אין אכט!
די נייע געזעצן פון די קאמפאניע ווערן 'נישט' אינפארסירט דורך רוב דרייווער. איר קענט ווייטער אריינלייגן אלע איבעריגע פעניס וואס איר האט אין טאש, ואין פוצה פה מצפצף! (איך נעם נישט קיין אחריות אויף אייערע בושות כ'האב נאר אזוי געהערט.)

Sent from my MELROSE S9 using Tapatalk
מיטוואך יוני 22, 2016 4:34 am#338610
Re: וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
m https://telegram.me/Jewish/5349 m
קאפיעד אן געבן קרעדיט.
זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 10:09 pm#348359
אין די אויסגאבע יודישע ווינקל (בארא פארקע אויסגאבע) איז לעצטע וואך געווען א בריוו ווי איינער באשמיצט די באס קאמפעני ווי עס דארף צו זיין...
אויב איינער האט עס ביטע ארויפשטעלן.
זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 10:22 pm#348364
רשע הוא אבל איכא דרכא אחרינא דמתקריא סובוויי
דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 4:56 pm#349500
Doc2.pdf
(146.26 KiB) אראפגעלאדנט 300 מאל
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 9:49 am#349616
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 12:00 pm#349655
למעשה האלט איך אז די בריוו אין קוק ווינקעל איז סתם מוגזם'דיג, ווייל די סיטי באס איז נישט עפעס כווייס איך וואס מורא'דיג א גוט טראנספארטאציע מיטעל, דאס יא אז משטעלט זיך נישט עפעס געוואלדיג צו צי אונזער ציבור, אבער די עולם זאל אוועקגיין מיט קאפוויי? אבי געהאקט
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 12:06 pm#349657
די מוזט שוין דרייוון א גוטע צוואנציג יאר אויב די ווייסט נישט אז מען באקומט קאפוויי אויף די בפ באס און אויב די קענסט בכלל שרייבן אין די זעלבע תגובה די בפ באס מיט די סיטי באס
מיטוואך יאנואר 18, 2017 1:13 am#360051
היינט איז מיר א אמן חטופה באפאלן אויפן בי קיו אי. דער אמן-ווילי-ב"פ באס האט זיך ווילד אריינגעכאפט אין פראנט פון מיר.
מיטוואך יאנואר 18, 2017 3:41 am#360058
רויטע וואנצעס: מיין שאלה איז אויב זיינע אזיאטישע חיות, וועלכע באלאנגען ענדערש אין א זאא אדער סאפארי, זאגן אמן און ברכות השחר ביחידות אדער מיט מנין. ווען איך זאלל דעם בעה"ב צו גלייכן צו מאיר לאנסקי וואלט עס געווען א בושה פאר די אידישע מאפיא... :lol: :roll:

אן אמן מענטש ווערט ער מיר...! און וואס ער האט אלץ אנגעשטעלט, דאס איז גארנישט...?... :roll: :o
מיטוואך יאנואר 18, 2017 3:42 pm#360094
רויטע וואנצעס האט געשריבן:היינט איז מיר א אמן חטופה באפאלן אויפן בי קיו אי. דער אמן-ווילי-ב"פ באס האט זיך ווילד אריינגעכאפט אין פראנט פון מיר.


היכי דמי תשובה? באותה ... באותה.. האסט געדארפט מאכען פון עם אן אמן יתומה דארט אויפ'ן BQE
מיטוואך יאנואר 18, 2017 8:42 pm#360110
וואלווי: אויב אמת'ע תשובה מיינט באותה...באותה...וכו' וואלסטו געקענט צולייגן רואיג נאך 6 באותה'ס... :lol: :roll: ...!

ער האט מזל. ווייל ער האט מער מאריך ימים געווען פון באגסי סיגל. המכונה בנימן זאב הלוי...!
מיטוואך יאנואר 18, 2017 9:18 pm#360121
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי: אויב אמת'ע תשובה מיינט באותה...באותה...וכו' וואלסטו געקענט צולייגן רואיג נאך 6 באותה'ס... :lol: :roll: ...!

ער האט מזל. ווייל ער האט מער מאריך ימים געווען פון באגסי סיגל. המכונה בנימן זאב הלוי...!


מאיר לאנסקי איז געראדע איינע פון די זעלטענע מאפיאנערען וואס האט אויסגעלעבט די יארן געהעריג. די מיסדים פון די ארגענייזט מאפיאנירן מיינט מען דאך נישט זיי האבן דאך ערענסט געמיינט דעם ציבור אזוי ראבין האוד....
מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 9:03 am#458392
.
מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 9:30 am#458395
Re: וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
פארוואס פעלט זיי אויס די פרי ווייפיי? זיי האבן ליב קאפוויי?
מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 9:45 am#458397
צו מיר קוקט אויס ווי ס'קומט פון א גראפיק דעזיינער, נישט פון קיין צוקונפטיגע באס קאמפעני.

אבער לאמיר האפן אז יש דברים בגוי...
מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 11:38 am#458401
חתם סופר האט געשריבן:.

"GARND opening"...
מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 1:12 pm#458403
Re: וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
די גרעסטע פאראדאקס איז נאך אז זיי זאגן מיר צו נאכזאגן אמן, חיות טורפות וואס טרעטן אויפ׳ן צבור,
און זיי זאגן מיר מוסר?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 7:47 am#458445
אין ק''ש לינגאו הייסט עס ''ער האלט אינמיטן זיך מוחל זיין די עבירות''.
מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 12:10 am#458513
ק/פ

די סאמאטוכע די לעצטערע טעג און באצוג צום ערעפענונג פון א "נייע" ב"פ - וויליאמסבורג באס קאמפעני האט געשאפן אלע מינע קאנספעראציעס און טעאריעס. מאנכע האבן געוויסט צו זאגן אז עס איז זיכער שקר, אנדערע האבן קלאר געוויסט ווער עס שטייט דערונטער אא"וו... איינער איז אפילו געקומען מיט א גראבע ראי' אז עס איז פאלש וויבאלד עס האט א ספעלינג מיסטעיק... (סארי פארן דיך אויספאקן ברבים, אבער ס'האט מיר באמת געקאסט א שמייכל...)  

סא, די צעטל וואס איז היינט ארויס איז געוועהן א מיטל וואס איז געוועהן ארי'ס איידיע צו טעסטן די טעמפעראטור ביים עולם ווי ווארעם די אלגעמיינע גאס איז פאר א נייע באס קאמפעני...

ב"ה אז די פידבעק איז געוועהן העכער אלע ערווארטונגען און די אינוועסטערס האבן אין א מזל'דיגע שעה היינט געגעבן די $500,000 דאון פאר די דילערשיפ אין וויסקאנסין צו ליעסן די 8 נייע עלעקטראנישע באסעס וואס גייען זיין רעדי מיט אלע קאסטום פיטשערס הערשט נאך יו"ט (סאפיסטעקעיטעט באצאלן סיסטעם, קאסטום מחיצות, סטאפ באטטענס וכו'). 

מען האט שוין געליעסט א ריזיגע גאראדזש אין די נעווי יארד וואו מען גייט אויפבויען די עלעקטעריק טשארדזשערס און מעקעניק שאפ. און זינט די באסעס זענען ריין עלעקטעריק און איז "ענווייראמענט פריינטליך", באקומען די בעלי בתים א גרענט פון די סיטי צו קויפן די באסעס וואס ערמעגליכט צו האלטן דעם פרייז נארמאל.

די נעמען פון די בעלי בתים גייען ארויסקומען פאר די גאס אין די נעקסטע פאר וואכן, ס'איז נישט קיין סוד, זיי זוכן פשוט עס צו האלטן שטיל ווי ווייט מעגליך. 

לויט וויאזוי זיי צאלן אונז סאונדט עס ווי זיי האבן א וואנע מיט קעש... גראדע קען איך איינע פון דעי אינגעלייט פערזענליך און זיין שווער איז סאליד אויפן דאללער. 

עטס קענטס איבערזאגן דעי דיטעילס אבער פליז נישט אין מיין נאמען און נישט פאורווערדן מיין מעסעדזש.