Under maintenance
הויפט זייט » צלמים-זעערס

צלמים-זעערס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10174
זונטאג אפריל 09, 2017 10:12 pm#368447
Re: צלמים-זעערס
דער קטן קטנ'ט שוין ווייטער.
ביטע פארשטאפן די נאז און איגנארירן.
זונטאג אפריל 09, 2017 10:44 pm#368448
.
מאנטאג אפריל 10, 2017 12:01 am#368452
מושב זקנים: צו ערשט וויל איך דיך באגריסן לכבוד? דיין צוריקקומען קיין קאווע שטיבל. סזאלל זיין צו לאנגע יארן. איך וויל נאר דא קאמענטירן אז דו דרוקסט דיך אויס מערערע מאל , ספעציעל צו געוואלדיג שי' אז ער קען נישט ליידן דיינע מיינונגען. איך האב גרויסע נייעס פאר דיר. איך (און מסתמא אלע אנדערע נארמאלע, ערליכע אידן) קען אויך נישט פארליידן דיינע אפיקורסישע מיינונגען. ווען דו ביסט מזלזל אין די דברי חז"ל האביך עכט רחמנות אויף דיר. אבער אין די זעלבע צייט שטעכט עס מיר. און איך פאנטאזיר אז איינער פון די הייליגע תנאים און אמוראים זאלל אראפקומען און דיך גוט אנפראסקענען און אנזידלען. אזוי ווי די מעשה ביי דעם תלמיד שסרח פון ר' יוחנן. וואס ר' יוחנן האט געדרש'נט אויף דעם פסוק ..."ושמתי כדכוד שמשותיך"... אז לעתיד לבוא וועט דער אייבישטער געבן פאר די אידן די פענצטערס וועלן זיין פון דיימאנד און אנדערע טייערע שטיינער. זאגט די גמ'..."לגלג עליו אותו תלמיד"... דער תלמיד האט געשפעט פון זיין רבי'ן און ר'האט געזאגט..."א דיימאנד שטיין אזוי גרויס ווי אן איי איז קוים דא עטליכע אין די וועלט. וויאזוי קען זיין דיימאנד שטיינער אין די גרויס פון פענצטערס...?! לימים איז דער תלמיד געפארן מיט א שיף און ס'געקומען א שטורעם ווינט און ס'האט פארווארפן די שיף צו א ווייטן אינזל. און ער האט געזעהן מלאכים (בצורת אנוש) ווי זיי זעגן און שניידן גרויסע דיימאנד שטיינער. איז ער צוריקגעקומען צו זיין רבי און ר'האט געזאגט..."רבי, לך יאה לדרוש". דו מעגסט דרשנ'ען ווייל איך האב אליינס געזעהן אז וואס דו האסט געזאגט איז אמת...!נתן עיניו בו, ונעשה גל של עצמות...! איז מיר אייביג שווער געווען די קשיא. פארוואס איז דער תלמיד באשטראפט געווארן אז ער האט זיך געוואונדערט אויב ס'מעגליך אזא זאך...פארוואס איז איהם געקומען מיתה?! נאר דער תירוץ איז..."ליגלג"...ווייל ער האט געשפעט. אויב ער וואלט געפרעגט מיט דרך ארץ ביניך זיכער אז ער וואלט נישט באשטראפט געווארן...ונמשל כבהמות נדמו...!
מאנטאג אפריל 10, 2017 12:39 am#368457
היהודים באים
מאנטאג אפריל 10, 2017 1:35 am#368459
#המשוגעים נשלחים וחוזרים.


ועדיין זה עומד בעוכרינו? דער אראבער באקומט א פינגער בעט ער א האנט, מושב באקומט רשות כניסה הייבט ער ווידער אן אנשמירן אשכולות און אויפרעגן יעדן.

אבער לאנג לעבן זאל דעמאקראטיע, זאל עס קאסטן די פרייז פון באגראבן דעם רואיגן פלאץ מיט בא'מושב'טע אטאקעס.
מאנטאג אפריל 10, 2017 3:58 am#368461
Re: צלמים-זעערס
איך ווייס נישט פון וואנעט מושב ברענגט אז מ׳קען נישט דערליידען זיין דעות. זיין קאטשקעריי וועגען בויכוויי איז געווען א מעדיצינישע דיאגנאזיס, נישט קיין מיינונג. ווען ער וועט זאגען א מיינונג, וועט מען עס באהאנדלען. ביזדערווייל זאגט ער נאר העצעריי.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג אפריל 10, 2017 4:16 am#368462
הער אויף צו ניצן מעדיצינישע דייעגנאסעס, יעדער צווייטער וואס זאגט וואס דיר געפעלט נישט סטראשעסטו מיט פילן.

מען קען מיינען אז יעדער ווארט דיינער איז מיט ארגומענטן, נאר דו מעגסט שיסן פארביסענע לשונות ודברי השפלה בלי טעם? דו מעגסט מיט איין ווארט אוועק מאכן א ספר פון 5 בענדער, און איך מעג דיין ליצנה נישט אוועק מאכן מיט איין ווארט, פארוואס, ווייל דו האסט אפגעמאכט אין דיין קאפ אז דו ביסט אייביג גערעכט?

איך וויל סטאפן די שנאה אנגעפיקעוועטע לופט דא, איך האב נישט דיר און נישט ארי נוהם געטשעפעט, איך פראביר צו זיין ארגומענט פרענדלי, איך זאג מיינע סטעיטמענטס געבויט אויף וואס איך ווייס און איך פארשטיי, אז איינער האט ראיות אויף פארקערט און עס שטימט בין איך בין רגע גרייט צו טוישן מיין מיינונג, אבער אז אנשטאט ברענגען ראיות אטאקירט מען מיר, ברענגט עטץ מיר צו א מצב וואס איך מוז זיך פארטיידיגן.
מאנטאג אפריל 10, 2017 8:06 am#368464
Re: צלמים-זעערס
ס׳איז שוין דא אן אשכול וועגען מושב זקנים׳ס אויסברעכנגונגען. ביטע נישט פארדרייען אן אשכול וועגען צלמים זעערס

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג אפריל 10, 2017 11:52 am#368465
moshav zekeinim האט געשריבן:איך וויל סטאפן די שנאה אנגעפיקעוועטע לופט דא, איך האב נישט דיר און נישט ארי נוהם געטשעפעט, איך פראביר צו זיין ארגומענט פרענדלי,

:lol: :lol: