Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » די כח פון שלשול...

די כח פון שלשול...

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10176
פרייטאג פעברואר 26, 2016 3:25 pm#322746
די כח פון שלשול...
לעצטענס איז מיר אויסגעקומען זיך משתלשל צו זיין מיט א שלשול שנשתלש בשלש שלשולים, א שלשול וואס איז מכפר אלע עונות פון אלע גלגולים, א שלשול וואס שפירט זיך ווי זי שוועבט איצטער העכער היראשימע, א שלשול וואס מאכט חוזק פון גאז מאסקעס, א שלשול וואס זאגט איים העיר טו סטעי פאר סאם ווייל, א שלשול וואס מיינט אז מיינע געדערים זענען א וואסער סלייד ווי מ'קען איבערגיין עד כלות הנפש, א שלשול וואס מאכט מיר שפעטן פון מיין ווייב'ס אזויגערופענע חבלי לידה, א שלשול וואס קוקט מיר און פנים אריין און זאגט מיר 'לאמיר זעהן דו גרויסע צעלייגער, טוה מיר עפעס', א שלשול וואס מאכט אז תשובה מיראה זאל מיר זיין א מלתא זוטרתא, א שלשול וואס זאגט מיר 'קומענדיגס מאל העסטו טראכן פארן ארייננעמען עפעס אין פיסק', א שלשול וואס מאכט מיר זיך שאקלען ווי די קרעטשניפער'ס לולב, א שלשול וואס באצווינגט מיר צו דערקלערן טיעף אינמיטן דעם געשמאקן פארברענג א 'יציאת חירום', א שלשול וואס ברענגט מיר ארויף דעם מאמר 'אוי לי אם אלך לביה"כ אוי לי אם לא אלך', א שלשול וואס קומט אראפ אחת לשבעים שנה, א שלשול וואס זאגט מיר אז כ'האב אויך א כח הדיבור אין מיינע געדערים, א שלשול וואס מאכט מיר פיהלן ווי א ראצער וואס ווארט די מאמע זאל אים קומען צוהילף, א שלשול וואס מאכט מיר מקנא זיין די שוכבי עפר, א שלשול וואס קען נישט קיין וועגן, א שלשול וואס דערמאנט מיר עפעס א טייטש אויף 'יציאת מצרים', א שלשול וואס שפאלט דורך אלע הימלען מיט זיינע דינערן, א שלשול וואס א בחור אינמיטן בעשוי וואלט אויסגעגאנגען פון דעם מרוב בושה וחרפה, א שלשול וואס די עובדי פעור וואלטן געאפערט א בעלאנע אראפצודראפן דעם משא דארטן, א שלשול וואס בשעה שבעליו כורע לפטרו נשבע שלא יזקק למסעדות עוד, א שלשול וואס מאכט מיר טראכטן אויב איך בין דער איינציגער וואס מאכט אזאנע מאדנע פוקסן אין ביה"כ, א שלשול וואס האט מיר געמאכט פארגעסן דעם אויספיר פונעם אשכול...
פרייטאג פעברואר 26, 2016 3:41 pm#322748
פארוואס אין שמייכל? ס'יענץ געלעכטער. איך האף ס'עט אריבערגיין שנעל און מארגן ביים קדישא רבא וועסטי קענען מיטהאלטן כאחד האדם.
פרייטאג פעברואר 26, 2016 5:54 pm#322760
:like :lol: :lol: :lol:


והלוא דברים ATUB @קל וחומר ATUB : מה דאך, ATUB @יואב ATUB מיט ATUB @פליקער ATUB - אויב זיי וואלטן זיך צאמגעזעצט אינאיינעם, וואלטן זיי פארט נישט באוויזן מיך צו דער'הרג'ענען פאר געלעכטער אזויווי דעם אשכול, עאכו"כ דער איידעלער ק"ו וואלט עס נישט געקענט באווייזן פון זיך אליינס.

אלא מאי, שמע מינה: דאס איז די כח פון שלשול... :lol:
מוצ"ש פעברואר 27, 2016 9:30 pm#322773
Re: די כח פון שלשול...
אולי האט ער גענימען די קאלאנקאפי געטראנק און אזו באוויזן אזא מין געשטאנק.
מוצ"ש פעברואר 27, 2016 10:18 pm#322778
ווארשיינלעך מישט מען דא אויס שלשול און עצירות
#דזשאסט סעיינג
מוצ"ש פעברואר 27, 2016 10:25 pm#322779
וואס פארשטייט א ליטוואק צו א שלשול?
זאג נאר, האסט אפילו געגעסן טשולענט היינט?
זונטאג פעברואר 28, 2016 10:13 pm#322889
:)
מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 10:08 pm#418054
Re: די כח פון שלשול...
יארצייט
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 10:26 pm#418171
רבי מיילעך שווארץ שו"ב אין קרית יואל דערציילט, אז רביה"ק מסאטמאר פלעגט כמעט נישט קומען צו קיין חופות מסדר קידושין זיין, און היות ער איז געווען א שוואנץ און זיך אסאך געדרייט ביים רבי'ן אונטער די פיס אויך אין שטילערע אומשטענדן, האט ער זוכה געווען אז דער רבי זאל ארויסגיין פון זיין גדר און קומען צו זיין חופה זיין דער מסדר קידושין.
ויהי... אין ויהי אלא לשון צער, די עלטערן די שושובינין שטייען ביים חופה תחת כיפת השמים, און מען ווארט אז דער רבי בהדרתו זאל ערשיינען, און נאכאמאל ויהי, אין ויהי אלא לשון צער... דערציילט רבי מיילעך: עס האט מיר געכאפט א שלשול, אינמיטן די חופה בין איך אריינגעלאפן אין ביה"כ, און אפגעזיצן א שעה און א האלב...
ווען איך בין ארויסגעקומען צוריק אונטער די חופה-שטאנגען האב איך געטראפן מיינע עלטערן וויינען... זיי ווישן זיך די טרערן... דער רבי איז שוין דא געווען, געווארט א לאנגע וויילע, אבער דו ביסט נישט געווען צום געפינען...
נמצינו למדין כוחה של שלשול עד היכן.