— » מוצ"ש פעברואר 27, 2016 11:37 pm#322792
דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
טמירס'קומט נישט ממש אריין דא, אבער איינער האט שוין דערמאנט אז אסאך מענטשן האבן אן אומפארשטענדליכע אבסעסיע צו קויפן ספרים על אף זיי גייען אפשר קיינמאל נישט אריינקוקן דארט, און אסאך מאל קויפט מען דאס מיט שווער געהארעוועטע געלט פון די ווייב. כ'קען איינער וואס האלט אין איין קויפן ספרים און זיין ווייב הרג'ט זיך אוועק צו ברענגן לחם לאכול
נהורא נפישא
דרך אגב , איך וואלט פארגעשלאגן אריינצולייגן דעם ארטיקל אין שבת אחים, ווי צוטריט איז איינגעצוימט, כדי אז מ'זאל פונעם געשעפט ווייטער קענען הנאה האבן.
הדד בן בדדיישר כח שש, זייער שיין אראפגעלייגט. איך וויל נאר מוסיף זיין איז איך האב פערזענליך געקענט ר' קלמיש'ן פאר אסאאאך יארן. דער איד איז געווען נישט סתם א רב פון א בית מדרש מיט התרת הוראה נאר א ת"ח עצום. ער איז געווען פון די פאר געציילטע אידן וואס האבן געהאט התרת הוראה (צווישן אנדערע) פון קלויזענבורגער רב זצ"ל. צו דעם האב איך געהערט פון אסאך אידן וואס געדענקען דאס נאך, אז איך די גוטע יארן ביים קלויזענבורגערס שיעורים און פשט'לעך איז ער געווען פון די געציילטע וועלכע פלעגן מיטהאלטן ביז סוף און דאס געקענט איבערזאגן שפעטער.
דרך אגב, זיין רביצין איז א שנעבאלג און א גרויסע מיוחסת. דער דרשן ר' אייזיק קרישעווסקי איז זיין איידעם.
דעם וויליאמבורגער איד'ל קען איך שוין אויך פערזענליך פאר עטליכע צענדליגער יארן. אבער אזוי האסטו עס גאר גוט אראפגעלייגט.
דאס בעסטע איז מיר געפאלן ווי דו האסט אראפגעלייגט דעם נאז זיינעם צו דערשמעקן דעם קויפער און לויט דעם אפמאכן דעם פרייז.
ד"א, איך געדענק נאך דעם געשעפט ווען עס איז געווען א געהעריגע ספרים געשעפט.
פרייוויליגאיך האב מיך אלץ געוואונדערט ווער עס איז דער אלטער איד וואס שלעפט זיך ארויס אויף א שטעקן מיט א גאנצע בינטל ספרים אויפן ריקן.. 😂

מיט יאָרן צוריק האָב איך פֿאַר זיך אַנטדעקט די חידושדיקע ביכער־קראָם „פּינטערס‟ אין באָראָ־פּאַרק, וווּ צווישן פֿאַרשיידענע זעלטענע ספֿרים האָב איך געטראָפֿן אַבֿרהם סוצקעווערס לידער, אַן אַלטע ייִדישע איבערזעצונג פֿון טשאַרלס דאַרווינס בוך וועגן עוואָלוציע און אַ לוח פֿון ליכט־צינדן מיט באַמערקונגען אויף אַ געפֿערלעך דײַטשמערישן ייִדיש פֿאַר ווײַטע ראַיאָנען אין מיזרח־רוסלאַנד, וווּ די צאַרישע מאַכט פֿלעגט פֿאַרשיקן די רעוואָלוציאָנערן.
ווען איך האָב איבערגעקוקט די הפֿקרדיק צעוואַלגערטע זעלטענע סחורה, איז אַהין אַרײַנגעקומען אַ סאַטמאַרער חסיד, וועלכער איז געוואָרן ברוגז צוליב דעם, וואָס צווישן די ספֿרי־קודש האָט זיך אין דער קראָם אָפּגעפֿינען די העברעיִשע איבערזעצונג פֿון שלום־עליכמס מעשׂיות וועגן כּתריאלעווקע. שרײַענדיק אויפֿן חסידישן בעל־הבית, האָט דער קנאָי אים באַשולדיקט אין פֿאַרקויפֿן ביכער פֿון „אַן עכטן שמדניק, ימח שמו וזכרו‟.
העניך האט געשריבן:יואל מאטוועיעוו דערציילט וועגן זיין באזוך ביי פינטער'ס:מיט יאָרן צוריק האָב איך פֿאַר זיך אַנטדעקט די חידושדיקע ביכער־קראָם „פּינטערס‟ אין באָראָ־פּאַרק, וווּ צווישן פֿאַרשיידענע זעלטענע ספֿרים האָב איך געטראָפֿן אַבֿרהם סוצקעווערס לידער, אַן אַלטע ייִדישע איבערזעצונג פֿון טשאַרלס דאַרווינס בוך וועגן עוואָלוציע און אַ לוח פֿון ליכט־צינדן מיט באַמערקונגען אויף אַ געפֿערלעך דײַטשמערישן ייִדיש פֿאַר ווײַטע ראַיאָנען אין מיזרח־רוסלאַנד, וווּ די צאַרישע מאַכט פֿלעגט פֿאַרשיקן די רעוואָלוציאָנערן.
ווען איך האָב איבערגעקוקט די הפֿקרדיק צעוואַלגערטע זעלטענע סחורה, איז אַהין אַרײַנגעקומען אַ סאַטמאַרער חסיד, וועלכער איז געוואָרן ברוגז צוליב דעם, וואָס צווישן די ספֿרי־קודש האָט זיך אין דער קראָם אָפּגעפֿינען די העברעיִשע איבערזעצונג פֿון שלום־עליכמס מעשׂיות וועגן כּתריאלעווקע. שרײַענדיק אויפֿן חסידישן בעל־הבית, האָט דער קנאָי אים באַשולדיקט אין פֿאַרקויפֿן ביכער פֿון „אַן עכטן שמדניק, ימח שמו וזכרו‟.
זע דעם המשך, דא:
http://m.yiddish.forward.com/articles/1 ... -or-jesus/?
בן אדם האט געשריבן:אין פינטער'ס האב איך אויך זוכה געווען צו קויפן דאס ביכל 'מיין לעבן' פון קווארטין (נישט פאר כ'האב זיכער געמאכט אז דער וויליאמסבורגער איד'ל געפינט זיך נישט דארט).
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ'קען עס קויפען אויף עמעזאן
כאפ יעצט אז דעס איז טאקע דער ריכטיגע אויסלייג...העניך האט געשריבן:וואס שטערט דיך, דער ה' אדער דער ו'? אין עברית שרייבט מען געווענליך מלא, און נישט-פרומע שרייבן אלוקים מיט א ה'.
