Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען
דער דיון איז נישט דא איבער די הלכה צי מ'מעג צי מ'טאר נישט, מען גייט נישט אריין צי עס איז דאורייתא אדער א דרבנן , דעם חילוק צווישן א צניעות'דיגע פרוי אדער נישט און צווישן ראיה און הסתכלות. אויב יא, קומט נישט קיין אנקעטע, נאר אן אשכול איבער א בירור הלכה. נאר וואס דען? פשוט די ערשטע בליק פון די מיטגלידער אויף א היימישן פארום צי עס קומט מיט בילדער פון נשים, אפילו צניעותדיגע, צי נישט.
יעצט רוב זענען געוואוינט אז נישט און זיי ווילן דאס נישט. דאס איז דער גדר אין חרדישע צייטונגען, און דאס זעלבע ערווארט מען דא אויך. (יא, אסאך פון די אלע "ניין-זאגערס" און אויך פון די אנדערע "היימישע פארומס" בין איך חושד האלטן זיך נישט אפ פון גיין אויף אנדערע גויאישע נייעס-וועבזייטלעך וואו מ'קען זען בילדער פון פרויען, און טאקע נישט פון דעם צניעות'דיגסטן סארט, און אפילו אויף יו-טוב, אבער למעשה אין דעם אידישן קווארטאל וואו עס איז מעגליך וויל מען כאטש האלטן די גדרים און פארוואס זאל מען עס דא ברעכן און נישט מאכן דעם גדר.)
און באמת איז עס לכ' טאקע צוליב דעם אויך הארבער עפ"י הלכה פאר חסידים וואס זענען נישט געוואוינט בכלל צו קוקן אויף נשים, ווייל עס קען אונז טאקע ענדערש ברענגען צו הרהורים.
אויך איז זיכער דא דער ספק, איבערהויפט ווען דער פאקט איז אז רוב ווילן דאס נישט פאר א סיבה, אז איינער וועט הנאה האבן פון דעם בילד, וואס צו קוקן ליהנות איז דאך זיכער אן איסור גמור לכל הדיעות. איז אויך אלס ספק דארף מען זיך אפהאלטן.
און אויב עס הייבט זיך אן מיט נאר צניעות'דיגע פרויען, וועט זיך אנהייבן יעדן טאג פרישע אנקעטעס צי "איז די פאלגנדע בילד נאך אין גדר פון צניעותדיג אדער נישט?".
נאך א פונקט: אויב אפילו נאר האלב מיטגלידער ווילן נישט מען זאל לייגן קיין בילדער, קומען זיי לכ' פריער, פשוט ווייל אויב גייט מען יא לייגן בילדער, וועלן זיי מער נישט קענען אריינקומען דא. ווידער די וואס האבן נישט קיין פראבלעם מען זאל לייגן בילדער, קענען ווייטער קומען אפילו אן בילדער (און העכסטנס האבן זיי גענוג וואו צו קוקן ערגעץ אנדערש.)