Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » רבי שלמ'קע זעווהילער'ס קעצעלע

רבי שלמ'קע זעווהילער'ס קעצעלע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 26 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #10203
דינסטאג מערץ 08, 2016 8:46 pm#323669
רבי שלמ'קע זעווהילער'ס קעצעלע
אין יאר תרפ"ו האט דער געוועזענער רב פון זוועהיל, אוקראינע, הרב שלמה גאלדמאן ז"ל, זיך אריבערגעצויגן קיין ארץ ישראל. ער איז באקאנט געווארן אויף דעם נאמען פון זיין שטעטל און רבנות "רבי שלמ'קע זעווהילער". ער איז נפטר געווארן אין יאר תש"ה.

רבי שלמ'קע איז געווען באקאנט מיט זיין פשטות און איידלקייט, און זיין גוט הארץ. ער איז לכתחילה געקומען קיין ארץ-ישראל ווי א פשוט'ער איד, זאגנדיג פאר זיין אייניקל ביים דערגרייכן דעם בארטן פון יפו, "מיר ווארפן אריין די ראביסטעווע אין ים." מיר ווילן זיך דא אנשטעלן אויף איין אינטערעסאנטער פונקט פון זיין לעבן, וואס איז נישט צו באקאנט.

רבי שלמ'קע האט פארמאגט א קעצעלע וואס ער האט ליב געהאט אהבת נפש. דאס קעצעלע האט געוואוינט ביי אים אין שטוב, ער האט עס כסדר געפיטערט און זיך משתעשע געווען דערמיט. דאס קעצעלע לעומתו האט אויך שטארק ליב געהאט רבי שלמ'קען.

איינמאל האט א גרופע קינדער פארטריבן דאס קעצעלע. ווען רבי שלמ'קע איז אהיימגעקומען צו מנחה און געזען אז זי איז נישט דא, האט מען אים געזאגט אז מען האט איר פארטריבן. רבי שלמ'קע האט דאן קאטעגאריש רעאגירט, "איך גיי נישט צו מנחה ביז מען ברענגט איר צוריק!" אמאל ווען דאס קעצעלע איז קראנק געווען, האט מען געזען רבי שלמ'קע זאגן תהילים פאר איר רפואה שלימה.

אמאל האט פאסירט אז רבי שלמ'קע האט זיך אויפגעוועקט פון שלאף און האט געבעטן זיין מקורב אז ער זאל אים ברענגען א ספר צום בעט. דער מקורב האט זיך דערשראקן אז אפשר שפירט ער זיך נישט גוט, און ער קען נישט אראפגיין פון בעט. אבער רבי שלמ'קע האט אים בארואיגט און מסביר געווען אז ער קען נישט אראפגיין פון בעט ווייל זיין קעצעלע איז איינגעשלאפן נעבן בעט, און "אז איך וועל אראפגיין וועט זי זיך אויפוועקן."

נאך רבי שלמ'קעס פטירה איז דאס קעצעלע געבליבן וואוינען אין שטוב, און זי איז אומגעקומען אין תש"ח פון א באמבע. געוויסע חסידים האבן אפגעגעבן דעם כבוד אחרון פאר'ן רבי'נס קעצעלע און האבן איר מקבר געווען.
דינסטאג מערץ 08, 2016 8:53 pm#323670
Re: רבי שלומ'קע זעווהילער'ס קעצעלע
ר שלמה האט ער געהייסען און דאכט זיך אז עד איז געווען אסאך קעץ נישט נאר איין
בכל אופן וואס ווילסטו ארויסברענגען?
דינסטאג מערץ 08, 2016 8:59 pm#323672
גערעכט - פארראכטן. כ'האב געמישט מיט'ן נאמען וויבאלד אין עברית ווערט עס געשריבן "שלומקה".

וואס איך וויל ארויסברענגען? כ'האב געקלערט אז איינער אדער צוויי וועלן הנאה האבן.

איך ווייס נישט אויב ער האט געהאט א סך קעץ, אבער איין ספעציעל-באליבטן קאץ האט ער זיכער געהאט.
דינסטאג מערץ 08, 2016 9:01 pm#323673
העניך האט געשריבן:רבי שלמ'קע האט פארמאגט א קעצעלע וואס ער האט ליב געהאט אהבת נפש. דאס קעצעלע האט געוואוינט ביי אים אין שטוב, ער האט עס כסדר געפיטערט און זיך משתעשע געווען דערמיט. דאס קעצעלע לעומתו האט אויך שטארק ליב געהאט רבי שלמ'קען.

אמאל ווען דאס קעצעלע איז קראנק געווען, האט מען געזען רבי שלמ'קע זאגן תהילים פאר איר רפואה שלימה.

ר' שלומקע זצ''ל איז באקאנט אז ער האט זיך אפגעגעבן מיט קעצלעך, אבער עס איז מער מסתבר אז ער האט געהאלטען אז ער איז מתקן פארווארפענע נשמות וואס זענען מגולגל געווארען אין בעלי חיים, אנדערע רביים האבען מהאי טעמא געמאכט געוויסע סארט יחודים ביי די פיש וכדומה, איך גלייב נישט אז ער האט אויך געהאט עפעס א האבי פאר א פּעט אזוי ווי די לייגסט עס אראפ
דינסטאג מערץ 08, 2016 9:04 pm#323674
Re: רבי שלמ'קע זעווהילער'ס קעצעלע
אפשר שרייבסטו אויך אביסל איבער זיין קדושה, גדלות, אהבת ישראל אדער וואס?
דינסטאג מערץ 08, 2016 9:24 pm#323680
איך האב גענומען די צייט צו שרייבן וואס איז מיר אינטערעסאנט. אז דיר איז אינטערעסאנט צו שרייבן און לייענען עפעס אנדערש, זיי מוחל און ווארט נישט פאר א צווייטן.
מיטוואך מערץ 09, 2016 12:38 am#323712
טמיר האט געשריבן:אפשר שרייבסטו אויך אביסל איבער זיין קדושה, גדלות, אהבת ישראל אדער וואס?

ניין: ווייל די פלא איז זייער גרויס אז אזא איש קדוש וטהור. און א בעל רוח הקודש זאלל זיך אפגעבן מיט א קעצעלע אלס א פעט. נאר דאס זענען געווען העכערע עניינים. למעלה מהשגתינו. ווייל ס'איז דאך באוואוסט זיין אראפלאזן זיך צו א יעדן פשוט'ן איד. און אויך עטליכע פעלער וואו מ'האט געזעהן אפענע רוח הקודש. הן לטב. הן למוטב...!
מיטוואך מערץ 09, 2016 12:55 am#323718
די לעג'ענד גייט אז ביי זיין לויה, האבן מאסן קעצלעך באגלייט די מיטה.
ואין אתנו יודע עד מעעעעע
מיטוואך מערץ 09, 2016 1:37 am#323732
אמאל האב איך געהערט אז ער האט געזאגט אז די קעצלעך זענען גילגולים פון די חסידים וואס האבן זיך אריינגעמישט אין די מחלוקת צאנז-רוז'ין.
מיטוואך מערץ 09, 2016 2:26 am#323737
ירח בן יומו האט געשריבן:אמאל האב איך געהערט אז ער האט געזאגט אז די קעצלעך זענען גילגולים פון די חסידים וואס האבן זיך אריינגעמישט אין די מחלוקת צאנז-רוז'ין.

פון וואו האט ער געוואוסט?
מיטוואך מערץ 09, 2016 10:57 am#323768
פון וואו ער האט געוואוסט אלע פארבארגענע זאכן
מיטוואך מערץ 09, 2016 10:59 am#323770
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
ירח בן יומו האט געשריבן:אמאל האב איך געהערט אז ער האט געזאגט אז די קעצלעך זענען גילגולים פון די חסידים וואס האבן זיך אריינגעמישט אין די מחלוקת צאנז-רוז'ין.

פון וואו האט ער געוואוסט?

SMS
דאנערשטאג מאי 30, 2019 10:11 pm#431352
געוואלדיג האט געשריבן:פון וואו ער האט געוואוסט אלע פארבארגענע זאכן

צב"ש?
דאנערשטאג מאי 30, 2019 10:26 pm#431356
אז מ'רעדט שוין פון ר' שלומקע זוועהילער. ס'דא אסאך מענשטן וואס ווילן זייער שטארק וואוסן וואס טוט זיך אין הימל, איז כדאי צו דערמאנען וואס ר' שלומקע האט געזאגט דערוועגן, וואס כו"ע מודי אז ער איז נישט געווען קיין פשוטע מענטש.

איך געדענק נישט פונקטליך די מעשה, ווער ס'געדענקט זאל זיך ביטע אנרופן, אבער די מעשה גייט בערך אזוי. ס'געווען א חסידישע איד וואס זיין שווער האט געגעסן מאשין מצות, האט ער געפרעגט ר' שלומקע צו ער זאל גיין עסן ביי זיין שווער פסח. האט אים ר' שלומקע געענטפערט "אין הימל וועט מען דיך נישט פרעגן צו דו האסט געגעסן מאשין מצות, מ'וועט דיר פרעגן צו דו האסט וויי געטון א איד", און נאך עפעס א זאך וואס איך געדענק שוין ליידער נישט.
דאנערשטאג מאי 30, 2019 11:50 pm#431361
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון ר' שלומקע זוועהילער. ס'דא אסאך מענשטן וואס ווילן זייער שטארק וואוסן וואס טוט זיך אין הימל, איז כדאי צו דערמאנען וואס ר' שלומקע האט געזאגט דערוועגן, וואס כו"ע מודי אז ער איז נישט געווען קיין פשוטע מענטש.

ר' מיילעך בידערמאן וואס זאגט שיעורים ביי רבי שלמקה אין שטוב און ווארשיינליך צוליב דעם שפירט ער א קשר עזה מיט רבי שלמקע וועט זיכער ווייסן א מקור.

כוירע ברענגט ער דאס אין איינס פון זיינע פראנצויזישע בלעטלעך, ודו"ק
דאנערשטאג מאי 30, 2019 11:52 pm#431363
לבי ובשרי האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון ר' שלומקע זוועהילער. ס'דא אסאך מענשטן וואס ווילן זייער שטארק וואוסן וואס טוט זיך אין הימל, איז כדאי צו דערמאנען וואס ר' שלומקע האט געזאגט דערוועגן, וואס כו"ע מודי אז ער איז נישט געווען קיין פשוטע מענטש.

איך געדענק נישט פונקטליך די מעשה, ווער ס'געדענקט זאל זיך ביטע אנרופן, אבער די מעשה גייט בערך אזוי. ס'געווען א חסידישע איד וואס זיין שווער האט געגעסן מאשין מצות, האט ער געפרעגט ר' שלומקע צו ער זאל גיין עסן ביי זיין שווער פסח. האט אים ר' שלומקע געענטפערט "אין הימל וועט מען דיך נישט פרעגן צו דו האסט געגעסן מאשין מצות, מ'וועט דיר פרעגן צו דו האסט וויי געטון א איד", און נאך עפעס א זאך וואס איך געדענק שוין ליידער נישט.

ר' מיילעך בידערמאן וואס זאגט שיעורים ביי רבי שלמקה אין שטוב און ווארשיינליך צוליב דעם שפירט ער א קשר עזה מיט רבי שלמקע וועט זיכער ווייסן א מקור.

תיקון טעות, זיין שייכות איז אלס קרוב.

ר' מיילעך חתן הרה"צ מזוטשקא, חתן רבי מרדכי מזוועהיל זיע"א בהרה"ק רג"מ מזוועהיל בהרה"ק ציס"ע ר"ר שלמה'קע
דאנערשטאג מאי 30, 2019 11:56 pm#431364
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון ר' שלומקע זוועהילער. ס'דא אסאך מענשטן וואס ווילן זייער שטארק וואוסן וואס טוט זיך אין הימל, איז כדאי צו דערמאנען וואס ר' שלומקע האט געזאגט דערוועגן, וואס כו"ע מודי אז ער איז נישט געווען קיין פשוטע מענטש.

איך געדענק נישט פונקטליך די מעשה, ווער ס'געדענקט זאל זיך ביטע אנרופן, אבער די מעשה גייט בערך אזוי. ס'געווען א חסידישע איד וואס זיין שווער האט געגעסן מאשין מצות, האט ער געפרעגט ר' שלומקע צו ער זאל גיין עסן ביי זיין שווער פסח. האט אים ר' שלומקע געענטפערט "אין הימל וועט מען דיך נישט פרעגן צו דו האסט געגעסן מאשין מצות, מ'וועט דיר פרעגן צו דו האסט וויי געטון א איד", און נאך עפעס א זאך וואס איך געדענק שוין ליידער נישט.

ק/פ מבאר בפרשה
השאלה בשמים הוא לא על חומרות אלא מה עם שמירת עינים והפה. כשהרה"ק ר' שלמה פרישטיג חתן הרה"ק ר'
גדלי' משה מזוועהיל זי"ע התחתן לא ידע לשית עצות בנפשו לגבי ליל הסדר איפה יאכל, כי הרה"ק ר' שלמק'ה
זי"ע היה נגד מאשין מצות (מצות מכונה) ואצל אביו כן אכלו, ומה יעשה ? הלך לשאול מה יעשה, אז אמרו לו כולם
אצל הרה"ק ר' שלמק'ה כולם נכנסים עם שאלות ואצלו אתה גם יכול לשאול אותו גם שאלה זו, והנה ר' שלמה כתב
על המכתב השאלה, ונתן לו השאלה, והרה"ק ר' שלומק'ה זי"ע ענה לו: "שלמה'לה אתה חושב שבבית דין של מעלה
ישאלו אותך אם אכלת מאשין מצות, ישאלו האם שמרת על עיניך, או שמרת את פיך לצער את הזולת".
פרייטאג מאי 31, 2019 6:02 am#431373
העניך האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:פון וואו ער האט געוואוסט אלע פארבארגענע זאכן

צב"ש?

פרעג די מענטשן וואס האבן אים געדענקט. ער האט געהאט אפענע אויגן און זיך נישט אפגעהאלטן פון זאגן עפעס.

צב"ש איז ידוע די מעשה ביים ציון פון אוה"ח הק' ביים אויס'פועל'ן קעגן היטלער ימ"ש, ער האט אויסגעפירט מיט א זיכערקייט אז היטלער וועט נישט קומען קיין ארץ ישראל... ס'איז געווען ביי אים אפט אזעלכע מעשיות
פרייטאג מאי 31, 2019 6:08 am#431374
איינער ווייסט וואו די קאץ ליגט באגראבן?

איך נויטיג מיר אין א ישועה...
פרייטאג מאי 31, 2019 8:18 am#431381
איסר האטלקי האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:פון וואו ער האט געוואוסט אלע פארבארגענע זאכן

צב"ש?

פרעג די מענטשן וואס האבן אים געדענקט. ער האט געהאט אפענע אויגן און זיך נישט אפגעהאלטן פון זאגן עפעס.

צב"ש איז ידוע די מעשה ביים ציון פון אוה"ח הק' ביים אויס'פועל'ן קעגן היטלער ימ"ש, ער האט אויסגעפירט מיט א זיכערקייט אז היטלער וועט נישט קומען קיין ארץ ישראל... ס'איז געווען ביי אים אפט אזעלכע מעשיות

צופיל נעמען שוין קרעדיט פאר היטלער, ווי מען גייט אן שטייט זאגט מען אז ער דער האט באוויזן נישט אריין צו לאזן היטלער.

ליטווישער זאגן נאך מער, אז אין פוילן האט מען פשוט נישט מתפלל געווען, אבער אין ישראל האט מען געמאכט יום תפילות. ווען די נארישע פוילישער אידן מאכן א יום תפילה....

דער לשם האט געמאכט קבלה טריקס אין חברון.

דער הוסיאטינער האט נאר געדארפט גרעפסען און בום, די דייטשן זענען צוריק געשליידערט געווארען טויזענט מייל.

ווער נאך?
פרייטאג מאי 31, 2019 9:27 am#431385
דער הוסיאטענער איז געווען צוזאמען מיט ר' שלומ'קה דעמאלטס ביים ציון ביים אור החיים הק'.

אז דו ווילסט חוזק מאכן פון קדושי עליון, כל הכבוד, כ'וועל דיר אפי' געבן א לייק אויב ס'איז גוט געשריבן. אבער סתם שרייבן שטותים און לייקענען זאכן האט נישט קיין פשט. ר' שלומ'קעס אפענע רוח הקודש איז א דבר ידוע לכל אין ארץ ישראל.
פרייטאג מאי 31, 2019 9:52 am#431386
Re: רבי שלמ'קע זעווהילער'ס קעצעלע
איך האב געהערט פון קנאים אז ארץ ישראל איז געראטעוועט געווארען ווייל דארט איז מען מוחה אויף שלעכטס.

דער חפץ חיים האט פאראויס געזאגט ׳ובהר ציון תהיה פליטה׳.

איינער פון די ספרדים איז ארום געפלויגען ארץ ישראל אין א העליקאפטער, זייענדיג אליינס די כפרה האנדל פאר גאנץ ארץ ישראל.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג מאי 31, 2019 9:57 am#431387
די מעשה מיט זיין אייניקל ר' שלמה פרישטיג ע"ה
איז ברייט באקאנט, און 'באר הפרשה' איז נישט מקור ראשון פאר די מימרא.
דאכט זיך אז ביים 'צדיק יסוד עולם' ווערט דאס געברענגט.
איך האב דאס געהערט פון ר' מיילעך ווען שלמה פרישטיג האט נאך געלעבט (ער איז אוועק 2-3 יאהר צוריק)

אבער איך האב דאס נאך געהערט פאר ווען ר' מיילעך האט דאס מפרסם געוועהן.

געהערט האב איך פון הרה"ח משה זאב בן שרה ליפשא שליט"א (ווער ס'קען עם ווייסט וועמען איך מיין)
אז ער איז געוועזן איין טאג אויפ'ן הר הזיתים און ער האט געזעהן עפעס א בנש"ק א רב פון א ביהמ"ד אין וויליאמסבורג
קומט ארויס פון די נאדווערנע אוהל אויפ'ן הר הזיתים, און דער טרעפט דעם ר' משה זאב, און פרעגט עם זאג נאר, וועלכע נאך ציוני צדיקים איז פארהאן דא אין די געגנד?
האט ער עם געפרעגט צו ביים ראחמיסטריווקער אוהל איז ער שוין געוועהן, וואס דארט ליגן א חוץ די ראחמיסטריווקע צדיקים אויך דער אלטער טאלנער און די 'דמשק אליעזר פון ויזניץ,
האט ער געזאגט אז ער איז שוין געוועזן דארט און ער וויל וויסן צו ס'איז דא נאך עפעס,
האט ער עם געוויזן אז נישט ווייט איז די ציון פון הרה"ק ר' שלמ'קע זוועהילער זי"ע.

זאגט עם יענע וויליאמסבורגער רעבעלע: "ר' שלמ'קע?, עה, דער איז דאך געוועהן א לינקער!"

אויב ר' שלמ'קע איז א לינקער, און דער בעלזער רב ז"ל איז געווארן א לינקער, און דער הושיאטינער איז סתם אזוי געוועזן פון זיי,
פארוואס עפעס זאל איך וועלן זיין א א.ג. 'רעכטער'? הא? אתמהה.
פרייטאג מאי 31, 2019 12:59 pm#431397
דאס האביך געהערט פון א איד, מפי בעל המעשה (אויב כ'געדענק גוט, איז משה זאב בן שרה ליפשא אויך דארט געווען):

דער איד איז געזיצן נעבן ר"ש און געטראכט ווער איז ערגער אן עובר לתאבון, אדער להכעיס.

האט ר"ש זיך אנגערופען אז דער להכעיס'ניק וועט ענדערש תשובה טון (דומה לדברי ר"י באשם תלוי).
פרייטאג מאי 31, 2019 1:12 pm#431399
ונבנתה העיר האט געשריבן:דאס האביך געהערט פון א איד, מפי בעל המעשה (אויב כ'געדענק גוט, איז משה זאב בן שרה ליפשא אויך דארט געווען):

דער איד איז געזיצן נעבן ר"ש און געטראכט ווער איז ערגער אן עובר לתאבון, אדער להכעיס.

האט ר"ש זיך אנגערופען אז דער להכעיס'ניק וועט ענדערש תשובה טון (דומה לדברי ר"י באשם תלוי).

מיר איז אינטערעסאנט צו וויסן וואס זענען געווען דעם איד'ס צוויי צדדים פאר ר' שלומקה האט זיך אנגערופן. כ'פרוביר מיר זיך צו פארשטעלן ווי איד'ל זיצט זיך אין איז מעיין אין די פילאזאפישע חקירה צו א להכעיס'ניק איז ערגער אדער בעסער פון א בעל תאווה.

אז איר טרעפט אים נאכאמאל, געטס אים א פרעג.