Under maintenance
הויפט זייט » צאתכם לשלום! לאמיר זיך געזעגענען פון אייך

צאתכם לשלום! לאמיר זיך געזעגענען פון אייך

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10220
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 8:24 pm#324034
צאתכם לשלום! לאמיר זיך געזעגענען פון אייך
מיט צוויי יאר צוריק האט קעלנער אנגעהויבן די שלום עליכם אשכול מיט די פאלגענדע ווערטער:
קעלנער האט געשריבן:אין דעם רעגיסטראציע פארם דארפן נייע מעמבערס שרייבן עטליכע ווערטער איבער זיך, ווי אזוי זיי ווילן זיך פארשטעלן פאר'ן עולם. דאס וועט דא ארויפגעשטעלט ווערן ווען דער ניק ווערט אקטיוויזירט.
שלום עליכם נייע חברים, גיסט אייך אן א גלעזל קאווע, מאכט אייך באקוועם, און לאזט זיך הערן.


אלע פון אונז האבן דארט אנגעהויבן אונזער טייל אין קאווע שטיבל, אצינד אז סאיז געקומען צייט זיך צו געזעגענען וואלט געווען כדאי אז יעדער זאל דא שרייבן א סך הכול, א צוואה אדער גאר א לעצטע וואונטש וואס מ׳וואלט געוואלט אנדערע זאלן וויסן פאר געזעגענט זיך.

די אלע וואס האבן געפירט מערכות מיט אנדערע (א שטייגער ווי איך) קענען נוצן דאס פלאץ צו געבן די לעצטע שטאך אדער צו בעטן מחילה.
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 9:28 pm#324087
איך גלייב נישט וואס מיינע אויגן האבן דא היינט אנגעטראפן, והרינו מוסר מודעה בשער בת רבים, אז אויב איז דאס געווען א שפיל, דאן קען קאווע שטיבל פארגעסן אז איך זאל דא אמאל שרייבן.

איך האלט טיף אינמיטן די חלק ב' פון שלומיאל און צורישדי. איך האב נאך צענדליגע אנשי שם ארטיקלען א שטייגער ווי א רייכע אפהאנדלונג אויף ליפא שמעלצער, דזשאסטאן ביווער און נאך פארשידענע ארטיקלען וועלכע ליגן ביי מיר און ווארטן איך זאל זיי צוענדיגן.

איך האב דא ב"ה ארויפגעשטעלט העכער 50 אשכולות און איך בין שטאלץ אז איך האב געברענגט הנאה פארן ציבור.

יעצט באוויין איך אז לעצטענס בין איך טרוד געווארן מיט אנדערע זאכן און זיך נישט געדרייט דא אזוי אפט.

א ווייטאג, א קריץ אין הארץ פאר די וועלט פון ליטעראטור, "ווי וויל נעווער פארגעט" און אלעמאל קלאגן אויף דעם אומאפשאצבארן טראגעדיע.
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 9:34 pm#324094
Re: צאתכם לשלום! לאמיר זיך געזעגענען פון אייך
אוי איך האלט עס נישט אויס טאטע העלף אינז אין שיק שוין משיח
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 9:35 pm#324096
בעל מדות האט געשריבן:
והריני מוסר מודעה בשער בת רבים, אז אויב איז דאס געווען א שפיל, דאן קען קאווע שטיבל פארגעסן אז איך זאל דא אמאל שרייבן.
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 9:37 pm#324097
שש משזר האט געשריבן:
בעל מדות האט געשריבן:
והריני מוסר מודעה בשער בת רבים, אז אויב איז דאס געווען א שפיל, דאן קען קאווע שטיבל פארגעסן אז איך זאל דא אמאל שרייבן.

מותר לך מותר לך מותר לך
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 9:43 pm#324109
קאוועלע, שוין יוצא געווען דיין התרת נדרים פאר נעקסטעס יאר...
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 10:13 pm#324134
אפשר זאל מען אריינלייגען די אימייל אדער אן אנדערע וועג פון פארבינדונג אינ'ם צאתכם לשלום שרייבאכץ, כדי מ'זאל האבען עפעס נצחיות.
e Litvak.fun.budapest@gmail.com e
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 10:38 pm#324144
שש משזר האט געשריבן:
בעל מדות האט געשריבן:
והריני מוסר מודעה בשער בת רבים, אז אויב איז דאס געווען א שפיל, דאן קען קאווע שטיבל פארגעסן אז איך זאל דא אמאל שרייבן.

פארוואס? מען ברויך קוקן אויף די גוטע זייט פונעם וויץ, כוכב איז צוריק, עזריאל איז אויף סטיערוידס וכו' וכו'.
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 10:57 pm#324153
Re: צאתכם לשלום! לאמיר זיך געזעגענען פון אייך
בשם כל הקהל הקודש בעט מען @יואב צו לייגן זיינע אומפארענדיגטע טייגלעך וואס ער האט אין פריזער אזוי לאנג...

ווי גייט דאס משל פון חפץ חיים, ווען ס'ברענט איז שמוציגע וואסער אויך גוט. ק"ו יואב'נס שמוציגע וואסער...