Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » דער עתיד פון קאווע שטיבל!

דער עתיד פון קאווע שטיבל!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10223
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 9:59 pm#324121
דער עתיד פון קאווע שטיבל!
איך האב אצינד אראפגעלייגט די טעלעפוין מיט תהילים כולל נאכן אויסהאמערן א דיעל פאר א גאנצער ישועה, עס איז ערווארטעט צו קלאזן דעם דיעל אין די נאנטע שעות, כולל חצות האט קודם נישט געוואלט איינגיין אויף די פרייז וואס מיר האבן פארגעשלאגן און האבן נישט מורא אז תהילים כולל וועט נעמען דער מופת אויף זיך.

מיר האבן זיך אויך פארבינדען טעלעפויניש קיין ארץ ישראל מיט רבי יעקב מאיר וואס האט געזאגט מ׳זאל צוגעבן א נאמען, אבער רעדנדיג קיין אנטווערפן האט מען עס שטארק אפגעווארפן פון רבי לייבוש׳ס שטוב, מיר זיצן מיט געבינדענע הענט נישט וויסן וויאזוי צו גיין ווייטער דערמיט, עס איז ערווארטעט אז די צוויי צדדים זאלן זיך טרעפן אין די שווייץ אויסצוהאמערן א שלום אפמאך צו מ׳זאל יא אדער נישט צוגעבן א נאמען.

דערווייל איז דער דיעל מיט תהילים כולל אויף האלד נישט וואוסענדיג אויף וועלעכער נאמען מתפלל צו זיין, עס איז צום ערווארטן אז די צוויי צדדים זאלן זיך אויסקומען וועגן די נאמען אזוי וועט די תהילים כולל דיעל גיין ווייטער, אנדערע אויסזיכטן זענען אז די גערעדאכץ מיט כולל חצות זאל גיין אויף די גוטע ריכטונג און ווי זיי זאגן קענען זיי מתפלל זיין אויף פיקטיווע נעמען דאס איז ווייל זייער גאנצער כולל איז פיקטיוו, עס איז צום האפן צו מאכן שנעלע פארשריט אין איינע פון די פראנטען אויף וואס מ׳ארבעט אצינד און דער שטיבל וועט בלייבן אפען לאורך ימים ושנים טובים אמן.
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 10:01 pm#324123
פארוואס גיסטו זאלץ אויף די וואונדן?
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 10:02 pm#324124
Re: דער עתיד פון קאווע שטיבל!
וואס טוט זיך מיט מוסדות רמ״א? האסט שוין מנדב געווען כמנין קאווע שטיבל עם הכולל ועם האותיות?
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 10:07 pm#324127
בעל מדות האט געשריבן:פארוואס גיסטו זאלץ אויף די וואונדן?

ווייל כידוע האבן די אידן אין אוישוויץ נאר דורכגעלעבט אדאנק שווארצע הומאר...
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 10:38 pm#324143
9:23 - אצינד קומט די נייעס אז די שלום געשפרעכן אין די שווייץ רוקט זיך אין א פאזעטיווער ריכטונג.

9:27 - ווי טייל געבן איבער האט מען געזעהן ווי מ׳טראגט אריין אין זאל די ספר הגולגולים.

9:32 - און געציילטע מינוטן גייט דער שטיבל׳ס אויסערן מיניסטער געבן א לייוו באריכט.
פרייטאג מערץ 11, 2016 12:00 pm#324311
פרישע מודעה

.