Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • זיך האלטן רואיג, פרטים יבואו

קאווע שטיבל • זיך האלטן רואיג, פרטים יבואו

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10228
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:42 pm#324176
זיך האלטן רואיג, פרטים יבואו
קיין יאוש איז נישט פארהאנען, עס איז נאך נישט דורך קיין זעקס שעה זינט דער טרויעריגער מעלדונג און די אישית קעסטלעך, הענגאוט גרופעס, קאכן ווי קעסלעך. דער עולם איז ווייט פון גרייט צו שלום מאכן מיט'ן מצב.
פארשידענע פלענער זענען אויפ'ן טיש, אבער זייטשע זיכער ברידער מיר וועלן אייך נישט לאזן פאלן. עס ווארט אונז נאך א גלענצענדן עתיד.
איך ארבעט אויף אן אינטערוויו מיט קעלנער, האפנטליך וועט ארויסקומען גוטע נייעס דערפון.
פרטים יבואו.
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:45 pm#324177
Re: זיך האלטן רואיג, פרטים יבואו
ייש"כ. איך וואלט נישט געוואוסט ווי אנצוהויבען, דעריבער דאנק איך די וואס ארבעטען יא. (איך וויל אויך אז די אשכול זאל זיין אין 'ווייז אייער הודעות' כדי צו ווערען שנעל געמאלדען מיט די פרטים

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:49 pm#324179
די הנהלה וויל וויסן צו די אלע צוריקגעקומענע ניקים וואס האבן זיך היינט אויפגעוועקט נאך א בערישע ווינטער שלאף וועלן בלייבן אקטיוו אויב דער שטיבל בלייבט אפען.
ווי די הנהלה זאגט וועט דאס שטארק גענומען ווערן אין באטראכט לטובת השטיבל.
פרייטאג מערץ 11, 2016 1:54 am#324227
Re: זיך האלטן רואיג, פרטים יבואו
אה עפעס א נחמה
איינער טוט שוין צו דער זאך
הרחמן הוא יחזר לנו...
פרייטאג מערץ 11, 2016 1:59 am#324231
כוכב, איך ווייס נישט פינקלעך פארוואס, אבער איך בין עפעס אזוי מין העפי דיר צו זעהן, ממש ווי א פארלוירענע ברידער. איי לאוו יו, פליז בלייב מיט אונז!
פרייטאג מערץ 11, 2016 9:59 am#324273
Re: זיך האלטן רואיג, פרטים יבואו
כוכב איך וויל מיר אנכאפן אויף דיינע ווערטער אז עס איז נאך דא וואס צו טוען איך האף נאר אז דו וועסט אונז טאקע נישט אנטוישען
אז עס איז דא עפעס מיט וואס מיר קענען העלפען לאזט אונז וויסן
פרייטאג מערץ 11, 2016 11:39 am#324301
Re: זיך האלטן רואיג, פרטים יבואו
כוכב יו די בעסט,
ווער האט נעכטן געזאגט אז די לייק סיסטעם ארבעט נישט, ס'ארבעט א מחי'
פרייטאג מערץ 11, 2016 12:50 pm#324333
אם ATUB @כוכב ATUB כאן, אני כאן.

מ׳קען שפעקולירן אז ס׳איז אלץ א הכנה פאר כוכב׳ס היי יעריגן ״פה-סח״ קאמפיין.
פרייטאג מערץ 11, 2016 12:54 pm#324337
Re: זיך האלטן רואיג, פרטים יבואו
און קינד איז אויך צוריק.
ברוכים החוזרים.

ווער דא האט געליינט the hitchhikers guide to the galaxy?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
מוצ"ש מערץ 12, 2016 10:02 pm#324447
נו הלוואי. חפץ ה' בידינו יצליח
זונטאג מערץ 13, 2016 12:18 am#324487
Re: זיך האלטן רואיג, פרטים יבואו
מעלדונג פון @קעלנער

מיר האבן באקומען א געוואלד מיט אימעילס און אישי'ס און דערווייל האבן מיר נישט אנגעיאגט יעדן צו ענטפערן. מיר האבן אויך באקומען אסאך גוטע געדאנקען ווי אזוי צו טוישן די מצב און עס זענען דא גוטע אויסזיכטן אז מיר וועלן קענען מעלדן א גוטע בשורה בקרוב
כ'וויל יעדן פארזיכערן אז קיינער האט אונז נישט אונטערגעקויפט און קיינער קען אונז נישט אונטערקויפן. קאווע שטיבל דארף זיך שליסן ווייל אני הקטן האב שוין נישט געקענט אנגיין מיט די ארבייט, און איך האב נישט געזעהן קיין שום אופן ווי אזוי צו קענען אנגיין אן קאמפראמיסירן אויף אונזערע ווירדן. און איך מוז זאגן אז איך האב נישט גע'חלום'ט וואספארא צער דאס וועט ברענגען. טייל פון אונזערע טייערע חברים האבן אויסגעדריקט זייער צער דא, און אנדערע האבן מיר געשריבן פריוואט. און ווי געזאגט, אסאך האבן אויך געברענגט גוטע געדאנקען צום טיש וואס מיר האפן אויסצוארבייטן אין די קומענדיגע טעג.
Bear with me...
זונטאג מערץ 13, 2016 1:12 am#324502
יעצט אראפ געקומען פון פליגער (דאס מאל האב איך גענומען זענעקס, ב"ה געווען אסאך בעסער) כהאב פארפאסט דעם גאנצען שערורייה. בכל אופן א דאנק אייך ATUB @קעלנער ATUB פארן ריקאנסידערן אייער אקט, מיר אנערקענען אייער שווערע און איבערגעגעבנע ארבעט שלא ע"מ לקבל פרס.
און צו אונזערע חברים היקרים ATUB @קופערניקוס ATUB ATUB @משה געציל ATUB ATUB @מאראנצן זאפט ATUB ATUB @יאיר ATUB ATUB @יידל ATUB ATUB @געפילטע פיש ATUB ATUB @זר זהב ATUB ATUB @בן תמליון ATUB ATUB @לעיקוואוד ATUB און ATUB @כוכב ATUB חזור בכם און קומט צוריק באשיינען אונזער שטיבל אזוי ווי דעם גלארייכן אמאל.
פאר מיר קומט אויך אן שווער צו שרייבן אעפ"כ האב איך מיך קיינמאל נישט אפגע'גט פונעם שטיבל און כסדר אריינגעוארפן א תגובה'לע און אן ארטיקל, פארוואס פרעגט עטץ? ווייל כלל ישראל פארמאגט נישט נאך אזא פלאטץ נישט אויף ענגליש נישט אויף עברית און נישט אויף אידיש און אז מען האט אפאר מינוט ליידיג ברויך מען מחזק זיין אזא מקום און דאס האב איך טאקע געטאן ווען איך האב געקענט, ווי פלעגט דער בעלזער זאגן ממני ילמדו וכן יעשו.
זונטאג מערץ 13, 2016 1:14 am#324504
'
זונטאג מערץ 13, 2016 2:15 am#324520
מודעה רבה לתושבי ומבקרי בית הקפה:


עלי ועל צווארי, אויב ק"ש פארמאכט זיך - בין איך אין קאנטאקט מיט ערנסטע קאמפיוטער פראגרעמער'ס וואס זענען גרייט אויפצושטעלן א פרישע סייט כמתכונתו [און נאך שענער], און איך בין אין קאנטאקט מיט די גרעסטע לייבן אין שטיבל, און זיי זענען גרייט מיטצוקומען אהין [כאטש די חורבן וועט פארט זיין נורא ואיום, און קיינער איז נישט אינטרעסירט אז דאס זאל פאסירן ח"ו].
זונטאג מערץ 13, 2016 6:12 am#324562
Re: זיך האלטן רואיג, פרטים יבואו
מ'וואלט אפשר געדארפט מאכען א באזונדערע אפטיילונג פון אלע אשכולות וואס האבען זיך גע'עפענט אויף די נושא.....

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
זונטאג מערץ 13, 2016 11:43 am#324589
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:יעצט אראפ געקומען פון פליגער (דאס מאל האב איך גענומען זענעקס, ב"ה געווען אסאך בעסער) כהאב פארפאסט דעם גאנצען שערורייה. בכל אופן א דאנק אייך@קעלנער פארן ריקאנסידערן אייער אקט, מיר אנערקענען אייער שווערע און איבערגעגעבנע ארבעט שלא ע"מ לקבל פרס.

וזו מנא לך? שמועות זאגען אז עס איז געווען א גביר א שטיצער וואס האט געצאלט קעלנער פאר די ארבעט און די גאנצע קריזיס יעצט איז אז יענער האט אויפגעהערט צו צאלן.
זונטאג מערץ 13, 2016 11:48 am#324592
מען קען אויפהערן מיט די נערישע שמועות שמועות שמועות
איך האב געמיינט איך דריי מיר צווישן גראוע"ן אפ"ס
עטץ ווייסטס נאך נישט ווי שווער עס איז אויפצומאכן שמועות? און מיט די היינטיגע טעכנילאגיע וואס יענע האט געטראכט אין ביתכסא אין תימן איז א סעקונדע שפעטער אויף דיין פאון אין מעקסיקא
סטא"פ אי"ט

און ווער רעדט נאך פון הכרת הטוב שרייבט מען נישט אזעלכע שטותים!
זונטאג מערץ 13, 2016 12:01 pm#324606
וואס איז דאס דער הכרת הטוב. א joker card? איך ווייס נישט, איך זאג נאר וואס דער עולם שמועסט.
אויב איז די מעשה אזוי קומט זיך דאך נישט קיין שום הכרת הטוב.
זונטאג מערץ 13, 2016 12:04 pm#324608
איינער, א משלם רעה תחת טובה, האט מחמת סיבה שאינה מובנת אן אגענדע אנצורייצן אונזער טייערן ATUB @קעלנער ATUB , ווען וועלט איז וועלט וואלט ער זאפארט געפלויגן פון דא.
זונטאג מערץ 13, 2016 12:06 pm#324609
נו אוודאי, איך ווער געצאלט פון דער יענער'ס קאמפעטישין.

עס איז ממש נישט פארשטענדליך פארוואס זאל איינער האבען טענות אויף קעלנער זז"ג? און נאך פונקט יעצט? נעכטן האט ער סתם מודיע געווען ער פארמאכט קאווע שטיבל אן קיין סיבה, היינט דרייט ער זיך אויס, ער פארציילט גארנישט וואס איז די מעשה פארוואס פארווען, אויב איז דא עצות פארוואס האט ער נישט געפרעגט עצות לעצטע וואך? פארוואס צו זיין ברויגז אויף עם? עס איז ממש נישט פארשטענדליך.
זונטאג מערץ 13, 2016 12:12 pm#324610
פארשוויגען האט געשריבן:וואס איז דאס דער הכרת הטוב. א joker card? איך ווייס נישט, איך זאג נאר וואס דער עולם שמועסט.
אויב איז די מעשה אזוי קומט זיך דאך נישט קיין שום הכרת הטוב.

אוממענטש איינער! וואס איז מיר חילוק צו איך בין מכיר טוב פאר יענעם גביר אדער פאר עבדו הנאמן קעלנער? און אז קעלנער האט באקומען באצאלט קומט זיך איהם נישט קיין שכויעח??

איין זאך ווייס איך זיכער: "איך" האב נהנה געווען דערפון גענצליך בחנם, און ווארשיינליך דו אויכעט, לערנט אייך צו אביסל אנושיות.

---
דו האקסט. שוין, דאס וועל איך לאזן א צווייטן ענטפערן.
זונטאג מערץ 13, 2016 12:12 pm#324611
כ'פארשטיי נישט, נניח אז ער האט אן אנדערען סיבה, ביסטו עפעס ווייניגער מחויב הכרת הטוב?!?
זאג נאר, האסט אים אפשר אמאל געבארגט געלט?
ביסט אמאל געווען אין זיין פאזיציע?
כ'זעה אז ד'גלייכסט קאנספיראציעס, אפשר איז די מוסדות אויפגעקומען אויף זיינע שפורן און געסטראשעט, און ער קען דאס נישט מגלה זיין?
זונטאג מערץ 13, 2016 12:16 pm#324613
Re: זיך האלטן רואיג, פרטים יבואו
רבותי דער איד זאגט א סברא, פארוואס סתם אטאקירן?
זונטאג מערץ 13, 2016 12:21 pm#324618
Re: זיך האלטן רואיג, פרטים יבואו
@פארשוויגען איך זיך די דיסלייק קנעפל
אמר ר' בנימין...
זונטאג מערץ 13, 2016 12:21 pm#324619
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ'וואלט אפשר געדארפט מאכען א באזונדערע אפטיילונג פון אלע אשכולות וואס האבען זיך גע'עפענט אויף די נושא.....

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

איך האב אפגעשריבן נאך 2 ארטיקלען, אויף איינס טראכט איך צו איך זאל עס נאך אלס ארויפשטעלן.
זונטאג מערץ 13, 2016 12:23 pm#324620
Re: זיך האלטן רואיג, פרטים יבואו
ירא שמים האט געשריבן:רבותי דער איד זאגט א סברא, פארוואס סתם אטאקירן?

מען קען רעדן בדרכי נועם
בירא דשתי !
זונטאג מערץ 13, 2016 12:35 pm#324632
Re: זיך האלטן רואיג, פרטים יבואו
איך קען נישט טעג'ן אויף מיין פאון, אבער בעטען קעלנער איז אפשר א פלאן

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
זונטאג מערץ 13, 2016 5:54 pm#324746
טאמער ס'איז טאקע אלס וועגען געלט, לאמיר ברענגען אן עצה פאר'ן עולם, ותן לחכם ויחכם עוד.
מ'קען איינפיהרען א סיסטעם פאר געלט און ס'קען זיך לוינען.

לאמיר שרייבען א ביזנעס מאדעל, און דער וואס האט וואס צוצולייגען, זאל צולייגען.
א. מ'זאל איינפיהרען אז מ'קען ליינען פינף אשכולות א חודש אומזיסט, דערנאך דארף מען צאלען דריי פיר דאללאר א חודש. אויף צו קענען שרייבען, דארף מען צאלען נאך א פאר דאללאר א חודש.
ב. מ'קען אפנעמען אדווערטייזמענט'ס פון ביזנעסער וואס ווילען פארקויפען צו אונזער ליינער, אזוי ווי אייוועלט
ג. אבער צו דעם דארף מען דאך צושטעלען צו דער זאך, ווי אויך פארוואס זאל איינער וועלען צאלען אויף צו קענען שרייבען? און דא קומט די נעקסטע טריט. געלונגענער שרייבער'ס זאלען ווערען באצאלט פאר'ן שרייבען ארטיקל'ן לויט'ן פארלאנג. ד.ה. אז ס'וועט זיין א סבה פאר מענטשען צו שרייבען מפרי עטם, ווייל זייער געלונגענקייט וועט צוברענגען צו ארבעט פאר געלט.
ד. מ'קען אויך מאכען א פאר דאללאר פון די יום טוב'דיגע אויסגאבע'ס, מיט אדווערטייזינג און פארקויפונג.

דער וואס נעמט זיך אונטער די ארבעט וועט נישט פארדינען אויף צו קענען לעבען א נייעם לעבען, אבער עטוואס באלוינען די צייט וואס מ'לייגט אריין אינ'ם געשעפט.
מאנטאג מערץ 14, 2016 10:27 pm#324992
Re: זיך האלטן רואיג, פרטים יבואו
כוכב האט געשריבן:קיין יאוש איז נישט פארהאנען, עס איז נאך נישט דורך קיין זעקס שעה זינט דער טרויעריגער מעלדונג און די אישית קעסטלעך, הענגאוט גרופעס, קאכן ווי קעסלעך. דער עולם איז ווייט פון גרייט צו שלום מאכן מיט'ן מצב.
פארשידענע פלענער זענען אויפ'ן טיש, אבער זייטשע זיכער ברידער מיר וועלן אייך נישט לאזן פאלן. עס ווארט אונז נאך א גלענצענדן עתיד.
איך ארבעט אויף אן אינטערוויו מיט קעלנער, האפנטליך וועט ארויסקומען גוטע נייעס דערפון.
פרטים יבואו.

איז די אינטערוויא געקענסלט ?
מאנטאג מערץ 14, 2016 10:57 pm#325010
יאפ, קעלנער האט שוין געשריבן אלעס וואס ער האט צו זאגן.
מאנטאג מערץ 14, 2016 11:03 pm#325013
Re: זיך האלטן רואיג, פרטים יבואו
נו יעצט קען מען זיך נעמען צו פה סח? נו, אויף וואס ווארטסטו?