Under maintenance
הויפט זייט » היה לא תהיה!

היה לא תהיה!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10236
פרייטאג מערץ 11, 2016 11:52 am#324307
היה לא תהיה!
היה לא תהיה!
פרייטאג מערץ 11, 2016 11:55 am#324309
זעה איך גוט??????
פרייטאג מערץ 11, 2016 12:01 pm#324313
דער אשכול פארלעצט די תקנות פון עפענען א אשכול!
זאל מען אפשפארן?
די איינציגסטע תקנה אז קופי זאל שרייבן א לענגערע קינה.. אולי ירחם.
פרייטאג מערץ 11, 2016 12:10 pm#324314
מיר גייען נישט אין ערגעץ. איך האלט מיר קענען באקומען א לעגאלן טי אר או אויף דערווייל נישט צו פארשפארן דעם סייט. מיר האבן נאך נישט קיין לויערס דא?
פרייטאג מערץ 11, 2016 12:26 pm#324320
בלייבט נאר צו וואונטשן אז דער 'היה לא תהיה' פראז זאל זיך נישט ענדיגן ווי א געווענדליכער תאחדות'ער פראטעסט.
#מעיק_אווער_קאווע_גרעיט_עגעין
פרייטאג מערץ 11, 2016 12:38 pm#324324
אוי, מיין שטיבל, מיין ליבע שטיבל, טו דאס נישט צו מיר.
עפעס זאגט מיר אז איר זענט גרעסער ווי איר מיינט איר זענט.
איר מוזט דאס אויך בייקומען.
פרייטאג מערץ 11, 2016 12:46 pm#324330
קופערניקוס, משה געציל, מאראנצן, בן תמליון.... גאטעניו.
בדחן, וואו ביסטו???....
פרייטאג מערץ 11, 2016 12:49 pm#324331
מאראנצי, געב מיר כאטש איין לייק, כ'וויל נאך קענען זאגן אז כ'האב באקומען א לייק פון דיר.
פרייטאג מערץ 11, 2016 2:05 pm#324354
היו לא תהיה
מי יתן לנו תמירתו

מיין קאווע שטיבל, מיין קאווע שטיבל
איך גיי נישט דא מאכן קיינע גראמלעך, ווייל איך האב זיך נאכניש דערלענט די ארט, אבער ווען איך האב זיך דערזעין מיין ערשטן מאל אויף קאווע האב איך קיין פעידער נישט געקענט האלטן, נישט געקענט אריין טינקען מיין פעידער אין די טינט פין מיינע מוח קעמערלעך, און מיר איז געליגן הויפענעס שפרייך ווערטלעך, לצניתא, דעבודה זרות, אייגענארטיקייט וואס איך אלע מאל אנגעקיקט קאמיש, אבער ציביסלעך מיט געדילד און מוסר האט זיך עפעס געמאכט עפעס א שטיקל גאנג, ציביסלעך האט זיך עס דערווארבן צי א פרידיש, וואס אדער האט איר געגליכן אדער געהאסט, אבער גאר שטארק געשטיגן אונעם לויפ פון אינזערע גילגולים, אבער אלעס קומט צי א האסטיגן אפשטעל.

איך שפיר עס נישט פאר יושר צי לאזן א איינציגע מאן צי בעל באטעווען אויף אזויפיל געפילן דא, אז ער וויל נישט זאל ער עס איבערגעיבן פאר א צווייטן, ווען מיר ווייסן וועין אז קעלנער איז עלול אויפ אזא עוולה וואלט וועין קיינער נישט אזוי פיל דא פארברעינגט, פונקט אזוי ווי יעדער וועט פארשטיין אז אר סי סי עס קען נישט אפשפארן ווען דער שר החלום וועט זיך באווייזן פאר רעב הערשלען, אדער הצלה זאל אפשפארן ווייל וועיבער איז שלעכט געלאנט, ווילס נישט מער גיב עס ווייטער, מען האט שוין געהערט אזאנץ, דאנק אפ און מאוו ווייטער, נישט שפאר אזא וויכטיגע מאוומענט, איז דאס יושר.

איך בין קעיגן חנדלען, אדער אויפקומען מיט געלט, ער זאל מוחל זיין זיין אפען מיט אונז, און אינז געיבן אפציעס, נישט דערלאנגען און גיין ווייטער, איין תגובה און ביי ביי, דאס איז קעיגן יעדע יסוד לבית קאווע שטיבל, איך וועל עס נישט מוחל זיין בזה ובבא, זאג וואס שטערט דיך און מען קען זיך דורך קומען.
איך ווארט צי הערן פון אייך אויפ
e Frisher1@gmail.com e
פרייטאג מערץ 11, 2016 2:13 pm#324357
וואס די גן עדן גייט דא פאר?
פרייטאג מערץ 11, 2016 2:15 pm#324359
ווען מ'נוצט דעם 'היה לא תהיה!' פראזע, ווייס איך אז מ'האלט שוין ליידער נאך סתימת הגולל.
אמער, ווען איז געווען דאס לעצטע מאל וואס מ'האט פראטעסירט אין די מאסן שרייענדיג 'היל"ת', און ס'האט טאקע יא געהאלפן?!...


------
קופי, געצי, מאראנצן, בן תמליון, פרידיש, אוי באשעפער!
ערוב = א געמישעכץ פון ווילדע זאכן. די סאמע געלונגענע אמאליגע שרייבער נזדמנו לפונדק אחד. א שאד אז צום לויה קומט מען צו פארן מעבר לים: 'וואו זענט איר געווען בחיים חיותו? נישט צו קומען פאר א פארמאלע באזוך ביים אלטן טאטן?!'...
פרייטאג מערץ 11, 2016 2:25 pm#324363
איך הייס יעקב מענטש,
איך פלעג מוראדיג הנאה האבן צו לייענן ארטיקלען פון מענטשען מיט עטוואס אנדערע השקפות און בעקגראונד ווי איך, אויך פלעגט עס מיר גרוילן ווען טייל פון די זעלבע גאר קלוגע שרייבער, פלעגן זיך נעמן די לייסענס צו שרייבן דרך זלזול אויף גאונים וצדיקים מדור הקודם, ווי אויך כפירה'דיגע ווערטלעך, אבער אויף האט דאך שוין רבי מאיר אונז אנגעוויזען וויאזוי מ'דארף הענדלן אזוינע סיטואציעס, תוכו אכל וקליפתו זרק, אז איך וויל נהנה זיין ממעיני החכמה מוז איך טאלערירן זייערע שגץ שטיק אויך, הגם איך האלט אז ס'וואלט ווען געדארפט געמעקט ווערן.

איך בין א {טראכטענדע} סאטמערע אינגערמאן, אז איר ווילט זיך טרעפן קענט איר אריינקומען אין הופער און מיך אויפזוכן. אדער אז די אישי בלייבט אפען קענען מיר זיין אין קאנטאקט דארט.

הצלחה רבה,
פרייטאג מערץ 11, 2016 2:27 pm#324364
אין הופער דרייט זיך נאר איין אינגערמאן?
פרייטאג מערץ 11, 2016 2:30 pm#324365
Re: היה לא תהיה!
הענג א צעטיל, געטראפן א טשעק מיטן נאמען יענקל מענטש, אויב איז עס אייערס ביטע רופט:
347-653-5308
פרייטאג מערץ 11, 2016 3:00 pm#324371
ס'קוקט מיר נאך אלץ אויס ס'איז אן ערנסטן וויץ דא אבער אויב נישט היל"ת זעהט זיך אויס אז שטנא נצח דער אור אלטער טעראר טוט זיין ארבייט, איז דא איין כלל פאר טעראר, עין תחת עין טעראר פאר טעראר. דוכט זיך אז גענוג דא האבן געלערנט אין זעלבן חדר על כן דארפן מיר קלאר שטעלן פאר די יעניגע בני בלי שם מיר וועלן אייך דעריאגן און מקיים זיין וואס שטייט אין מדרש. בעסער טראכט אייך איבער בעוד מועד.
פרייטאג מערץ 11, 2016 4:16 pm#324386
Re: היה לא תהיה!
מ'קען אפשר סטראשען צו פארברענען א פאן מיט'ן ק"ש לוגו. געווענדליך ארבעט עס, ניין?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
פרייטאג מערץ 11, 2016 4:34 pm#324388
אוי מיינע ליבע חברים פון אמאל.. ייש"כ פאר'ן אריינסטאפן צו ניחום אבלים. מ'זאגט אמת'ע פריינט קומען נישט נאר צו שמחות, נאר אויך צו ניחום אבלים.
פרייטאג מערץ 11, 2016 4:35 pm#324389
Re: היה לא תהיה!
איך גיי אויף הונגער סטרייק ווי לאנג קעלנער קראכט נישט די קאלארוואר
פרייטאג מערץ 11, 2016 4:49 pm#324396
אז קאווע שטיבל האלט איידער שליסן אירע טויערן, פארריגלען אירע גראטעס און זיך לייגן צו אייביגער ריה. קלאגט זיך מיר:

ווער וועט אונז תורה לערנען?

ווער וועט אונז מענטשליכקייט אנווייזן?

ווער וועט אונז פארשטאנד ערקלערן?

ווער וועט אונז חכמה מיטטיילן?

ווער וועט אונז וועקן און שלאפן לייגן?

ווער וועט פון אונז 'אנשים מלמודה' אויסרייסן?

ווער וועט פון דעם שקר זיין שלייער אראפפליקן?

ווער וועט סטיריאטיפן אויפלעזען?

ווער וועט איבער ראסיזמאס אגיטירן?

ווער וועט אונז אויטענטישער אידישקייט פארציילן?

ווער וועט אונז די אמת'ער ליבע פונעם עם הנבחר אויסזאגן?

ווער וועט אונז 'תעלה בתך מבור' דעם לייטער אונטערלייגן?

ווער וועט אונזערע 'לא הבשילו אשכלותיה' פארענדיגן?

ווער וועט אונז 'מאחורי הפרגוד שמעתי' קלאסיפיצירטע סודות ארויסהעלפן?

ווער וועט די קימענדיגע גענעראציעס אויפן אייגען פלייצע נעמען?



היה לא האט דער רבי מיט א פייערדיגע געזיכט א לימוד זכות פארטייטשט: ס'געווען א ניין! ליידער. אבער פון יעצט און ווייטער תהיה, וועט שוין איינמאל זיין!!!