Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קאווע שטיבל, געסט אונז נאך א שאנס?

קאווע שטיבל, געסט אונז נאך א שאנס?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10238
פרייטאג מערץ 11, 2016 1:04 pm#324341
קאווע שטיבל, געסט אונז נאך א שאנס?
עס איז געווען א לאנגע רייזע.
מיר זענען געשטיגן צוזאמען.
מיר האבן געלאכט און געוויינט צוזאמען.
געטראכט צוזאמען.
ולא פנו אל רהבים ושטי כזב.
מיר האבן נישט מיטגעזינגען מיטן כאר.
מיר האבן געהאלטן אונזער אויטענטישע דעות און הרגשים
מיר האבן מלבן געווען נושאים,
געטראכט. געטראכט הויך!
א זעלטענע ערשיינונג במחנינו. געטראכט הויך!
טיילמאל ערנסט און פארזיכטיג, טיילמאל לייכטזיניג און ווערטלדיג.

אבער מיר האבן עס אנגעהויבן נעמען לייכטזיניג און קאלט.
איינער איז געשטאנען און געארבעט, קעיר גענומען, טעכניש, מגיה געווען, געשטאנען על המשמר, און מיר זענען געקומען ווען עס האט אונז געשמעקט.
און אסאך גוטע קוואליטעט איז נעלם געווארן.
ואדם אין לעבוד את השטיבל, להכיר טובה לבעלי השטיבל.
אבל אשמים אנחנו!

לאמיר זיך אונטערנעמען צו אריינלייגן כח.
אננעמען די פלאץ מיט רעספעקט,
די ערי מקלט ווי מיר האבן הנאה
די רוהיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען
לאמיר מודיע זיין די בעלי השטיבל אז מיר זענען מכיר טוב!
יא, מיר זענען אלע פארנומען, אבער א געוויסע אחריות צו אריינקומען אמאל אמאל און מחזק זיין.
אולי יחוס ואולי ירולם

קאווע שטיבל, געסט אונז נאך א שאנס?
פרייטאג מערץ 11, 2016 1:12 pm#324344
כוואלט געזאגט מזאל עפענען א go fund me בלעטעל פאר אונזערע טייערע קלענער, נישטא א גרעסערע וועג פון ארויס ווייזען appreciation נאר מיטן שניידען פון טאש. הדרכה אין עצות מיט חיזוק האט ער גענוג אין געבט זיך פיין א עצה, לאמער ווייזען אונז מיינען עס ערענצט, אונז זענען גרייט צו טוען אלץ שייך. מקען אריין קומען מיט א צען אלפים ביז מאנטיג לפע״ד, ער וועט זעהן די עולם מיינט עס ערענצט וועט ער איבערטראכטען די גזירה
פרייטאג מערץ 11, 2016 1:40 pm#324351
גזירת עשרת אלפים ככר...
אבער לפי השמועה אז רעכניץ האט געגעבן 200 אלפים, וואס וועט דען די 10 אלפים העלפן?
# שמועות פורחות באוויר
פרייטאג מערץ 11, 2016 2:10 pm#324356
Re: קאווע שטיבל, געסט אונז נאך א שאנס?
10 אלפים ווייס אדער 200 שווארץ?
כבין מסופק וואס לוינט זיך
פרייטאג מערץ 11, 2016 2:56 pm#324370
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:כוואלט געזאגט מזאל עפענען א go fund me בלעטעל פאר אונזערע טייערע קלענער, נישטא א גרעסערע וועג פון ארויס ווייזען appreciation נאר מיטן שניידען פון טאש. הדרכה אין עצות מיט חיזוק האט ער גענוג אין געבט זיך פיין א עצה, לאמער ווייזען אונז מיינען עס ערענצט, אונז זענען גרייט צו טוען אלץ שייך. מקען אריין קומען מיט א צען אלפים ביז מאנטיג לפע״ד, ער וועט זעהן די עולם מיינט עס ערענצט וועט ער איבערטראכטען די גזירה

כאב ממש דאס יעצט געוואלט שרייבן. עס איז קלאר אז צו פירן א בלאג און נאכדערצו ״די היימישסטע בלאג פון די אינטערנעט״ וואס האט נישט זיינס גלייכן, קאסט אסאאאך שעות. פארשטייט זיך אז אויסער כוחות דארף דאס אויך וועלן זיין אינטערסאנט. לאמיר זאגן עס וואלט געהאט עדס וואלט דאס געווען א פרנסה. און יעצט וואלט געווען די בעסטע פלאן אויפצוטרייבן געלט. עס איז נישט קיין ספק אז אויב מיר קענען אויפטרייבן הונדערט טויזענט דאלער ווערט בטל די גזירה.
פרייטאג מערץ 11, 2016 3:17 pm#324377
פרייטאג מערץ 11, 2016 3:50 pm#324382
פרייוויליג האט געשריבן:https://www.gofundme.com/xets4fxf

Is it confirmed that money is the issue here?
פרייטאג מערץ 11, 2016 4:13 pm#324385
העמער דארפן דאס באשטעטיגען. דאס איז בלויז קלארצושטעלן אז אויב דאס איז די אישו, וועט דאס ווערן געלייזט.
פרייטאג מערץ 11, 2016 5:58 pm#324405
קען מען דארט גיבן געלט אן דעם וואס מ'זאל וויסן א נאמען? כ'שטעל מיך פאר אז טאמער גיב איך מיט מיין קרעדיט קארט קען איינער זען מיין נאמען
פרייטאג מערץ 11, 2016 6:35 pm#324416
Re: קאווע שטיבל, געסט אונז נאך א שאנס?
פארוואס דארף איינער טראכטן אז יענער קרעדיט קארד באלאנגט פאר 'שמעון וואלף'?
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 2:04 am#569411
Re: קאווע שטיבל, געסט אונז נאך א שאנס?
ארויפגעברענגט
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 2:45 am#569412
Re: קאווע שטיבל, געסט אונז נאך א שאנס?
כשם שעשית נסים לאבותינו בימים ההם, כן תעשה לנו בזמן הזה.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 10:31 am#569422
Re: קאווע שטיבל, געסט אונז נאך א שאנס?
↑דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 2:45 am כשם שעשית נסים לאבותינו בימים ההם, כן תעשה לנו בזמן הזה.
לאמיר האפן!
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 11:45 am#569428
Re: קאווע שטיבל, געסט אונז נאך א שאנס?
ס'איז אזוי ווי די גמ' זאגט אויב איינער בעט א תפילה שיהא הולד הזה זכר אחר ארבעים יום...אין תפילתו נשמעת כי היא תפילת שוא...!
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 11:55 am#569430
Re: קאווע שטיבל, געסט אונז נאך א שאנס?
↑דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 11:45 am ס'איז אזוי ווי די גמ' זאגט אויב איינער בעט א תפילה שיהא הולד הזה זכר אחר ארבעים יום...אין תפילתו נשמעת כי היא תפילת שוא...!
ר' בערל אפשר נעמסטו איבער?
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 2:37 pm#569449
Re: קאווע שטיבל, געסט אונז נאך א שאנס?
לכאורה נישט: ווייל דער וואס דארף מיר איבערגעבן די שליסלעך ווירטואלע און דידזשיטאלע, איז צוקריעגט מיט מיר.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 2:46 pm#569451
Re: קאווע שטיבל, געסט אונז נאך א שאנס?
ער האט דיר שיין דערמאנט
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 2:48 pm#569452
Re: קאווע שטיבל, געסט אונז נאך א שאנס?
↑דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 2:37 pm לכאורה נישט: ווייל דער וואס דארף מיר איבערגעבן די שליסלעך ווירטואלע און דידזשיטאלע, איז צוקריעגט מיט מיר.
די ביסט דערמאנט געווארן לשבח אין די לעצטע ווערטער פון די מנהל!
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 2:50 pm#569455
Re: קאווע שטיבל, געסט אונז נאך א שאנס?
:D :D :D :o :shock: :oops: :cry: :evil: :lol: :( ;) :דיסלייק :דיסלייק :דיסלייק :דיסלייק :דיסלייק :קראץ: :האה? :אויוויי: :טראכט :שטיל :קראנק
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 2:52 pm#569456
Re: קאווע שטיבל, געסט אונז נאך א שאנס?
↑דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 2:50 pm :D :D :D :o :shock: :oops: :cry: :evil: :lol: :( ;) :דיסלייק :דיסלייק :דיסלייק :דיסלייק :דיסלייק :קראץ: :האה? :אויוויי: :טראכט :שטיל :קראנק
https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=17175