Under maintenance
הויפט זייט » וואס איז די פלאן??

וואס איז די פלאן??

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10249
מוצ"ש מערץ 12, 2016 10:52 pm#324463
וואס איז די פלאן??
טייערע פריינד! פונקט וואו איעדעם בין איך אויך צישאסן ביז גאר, עס בליטיגט מיין הארץ, און עס קרענקט מיין נשמה, קאווע שטיבעל איז א פלאץ וואו איך האב קונה געוועהן א ים מיט וויסענשאפט, בכלליות ובפרטיות, מלפני הפרגוד ומאחורי הפרגוד, וויינען און קלאגן, קרעכטצן און זיפצען, וועט נישט קיין סאך העלפן, אויב סע יש דברים ביוד, און עס גייט זיך טאקע פארמאכן, דארף מען טראכטן אויף למעשה, די צייט איז קורץ, און עפעס דארף זאפארט געטוהן ווערן, עס דארף ווערן געשאפן און די קומענדיגע 48 שעה א רעזאלוציע, ווער עס האט א פלאן א תכנית וואס מעקען טוהן פון מאנטיג און ווייטער זאל מוחל זיין און ארויסשרייבן און ציזאמען בדיבוק חבירים וועט מען ארויס קומען מיט א פלאן צו ווי מען גייט פון דא.

החותם בדמע
סמבטיון
זונטאג מערץ 13, 2016 12:25 am#324489
ATUB @יהושפט קליין ATUB און ATUB @שבת אחים ATUB (ווי אויך אני הקטן'ציק) האבן אויסגעדריקט פלענער צו עפענען א קאווע שטיבל 2.0.
מען ווארט פשוט אויף פידבעק פונען עולם אויף אזא פלאן. ווי אויך אויף א פארשטענדעניש מיט הרב ATUB @קעלנער ATUB
זונטאג מערץ 13, 2016 12:26 am#324490
קוימען קערער האט געשריבן:@עזריאל און @שבת אחים (ווי אויך אני הקטן'ציק) האבן אויסגעדריקט פלענער צו עפענען א קאווע שטיבל 2.0

ווי האב איך דאס געזאגט?
זונטאג מערץ 13, 2016 12:40 am#324495
עזריאל האט געשריבן:
קוימען קערער האט געשריבן:@עזריאל און @שבת אחים (ווי אויך אני הקטן'ציק) האבן אויסגעדריקט פלענער צו עפענען א קאווע שטיבל 2.0

ווי האב איך דאס געזאגט?

אפס אנטשולדיגט. עס איז געווען ATUB @יהושפט קליין ATUB אין דעם אשכול סארי מיי בעד