Under maintenance
הויפט זייט » ברעקינג נייעס פון קעלנער אין די אנדערע אשכול

ברעקינג נייעס פון קעלנער אין די אנדערע אשכול

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10251
מוצ"ש מערץ 12, 2016 11:39 pm#324479
ברעקינג נייעס פון קעלנער אין די אנדערע אשכול
קעלנער האט געשריבן:מיר האבן באקומען א געוואלד מיט אימעילס און אישי'ס און דערווייל האבן מיר נישט אנגעיאגט יעדן צו ענטפערן. מיר האבן אויך באקומען אסאך גוטע געדאנקען ווי אזוי צו טוישן די מצב און עס זענען דא גוטע אויסזיכטן אז מיר וועלן קענען מעלדן א גוטע בשורה בקרוב.

כ'וויל יעדן פארזיכערן אז קיינער האט אונז נישט אונטערגעקויפט און קיינער קען אונז נישט אונטערקויפן. קאווע שטיבל דארף זיך שליסן ווייל אני הקטן האב שוין נישט געקענט אנגיין מיט די ארבייט, און איך האב נישט געזעהן קיין שום אופן ווי אזוי צו קענען אנגיין אן קאמפראמיסירן אויף אונזערע ווירדן. און איך מוז זאגן אז איך האב נישט גע'חלום'ט וואספארא צער דאס וועט ברענגען. טייל פון אונזערע טייערע חברים האבן אויסגעדריקט זייער צער דא, און אנדערע האבן מיר געשריבן פריוואט. און ווי געזאגט, אסאך האבן אויך געברענגט גוטע געדאנקען צום טיש וואס מיר האפן אויסצוארבייטן אין די קומענדיגע טעג.

Bear with me...


דא האט איר עס לייוו

דער תגובה פאדרינט א נייע אשכול
זונטאג מערץ 13, 2016 12:05 am#324485
אקעי אלע אויפגעשטאנענע מתים קענען זיך צוריקלייגן....

גוט צו זעהן אז ענק האלטן מיט מאחורי הפרגוד און בעת צר זענען ענק דא צו הילף....
זונטאג מערץ 13, 2016 12:37 am#324493
שוין בין איך אהער געקומען
דא מיט טיילן מיין צער
בעת נעילת שער
מיטוויינען און מיט קלאגן עם גבר
דערפאר וואס קאווע שטיבל מאכט דעם גענאר

אבער יעצט זעי איך אז עס טוט שוין נישט אויספעלן
מ'האט שוין אראפגענומען דעם לאטע דעם געלען
דעם געלן מודעה איז היסטריע און ס'איז דא פרישע אויסוועלן

בלייבט נאר איבער צו וואונטשן א ברכה
זונטאג מערץ 13, 2016 1:29 am#324509
.