מאנטאג מערץ 14, 2016 1:19 pm#324903
דעצימלס
ס'קומט מיר צו שמייכלען אז כ'גיי שרייבן וועגן דעצימלס אין "וויסנשאפט" פארום. דעצימלס, decimals בלע"ז, איז א פשוט'ער יסוד אין מאטעמאטיק וואס מ'לערנט אין די יונגע יארן. למעשה איז דאס א סוגיא וואס ווייניג היימישע אידן קענען, און עס איז כאילו א "העכערע" סארט וויסנשאפט.
א דעצימל איז א פינטעלע אינמיטן א סעריע ציפערן וואס זאגט אז פון דא און ווייטער, דאס הייסט די ציפערן וואס געפונען זיך רעכטס פון דעם פינטעלע, פאנגען זיך אן ציפערן וואס יעדער ציפער וועט זיין ווייניגער פון א גאנצן נומער. חוץ פון דעם כלל זענען דעצימלס מיט גארנישט אנדערש ווי געווענליכע ציפערן.
וויאזוי שפילט זיך דאס אויס? לאמיר נעמען א נומער: 111.11. דאס איז הונדערט עלף, פוינט עלף. די ערשטע 1 אויף דער לינקער זייט רעפרעזענטירט 100, די צווייטע איז 10, די דריטע איז 1. זאת אומרת אז ווען מיר רוקן זיך רעכטס פון איין ציפער צו דעם נעקסטן וועט עס אייביג רעפרעזענטירן א צענטל פון דעם פריערדיגן נומער. מיט דעם חשבון קען מען גיין ווייטער: די פערטע 1 איז א צענטל און די פינפטע 1 איז א הונדערטסטל. איין צענטל איז די זעלבע זאך ווי צען הונדערטסטלעך, קומט אויס אז נאך דעם דעצימל איז דא 11 הונדערטסטלעך.
יעצט שטעלט אייך פאר אז עס שטייט 111.112. די לעצטע 2 איז אויפ'ן פלאץ פון די טויזנטסטלעך און דאס זאגט אז בנוסף צו די עלף הונדערטסטלעך איז אויך דא צוויי טויזנטסטלעך. 11 הונדערטסטלעך איז די זעלבע זאך ווי 110 טויזנטסטלעך, קומט אויס אז מיר פארמאגן 112 טויזנטסטלעך.
וואס טוט זיך אבער אויב אנשטאט די צוויי שטייט אזוי: 111.110. וואס קומט די לעצטע 0 צולייגן? דער ענטפער איז: גארנישט. עס איז נישט דא קיין שום סיבה צו לייגן דארטן א 0, און עס איז גענוי ווי איינעם וואס האט געטרונקען 3 כוסות וויין זאל שרייבן "כ'האב געטרונקען 00003 כוסות וויין." ס'איז טעכניש א ריכטיגע נומער, אבער וואס זענען די זעראס מוסף? און אנדערע ווערטער, זעראס אויף דער רעכטער זייט נאך דעם דעצימל איז פונקט ווי זעראס אויף דער לינקער זייט פאר דער דעצימל. דער ערשטער נומער פאר די דעצימלס מוז זיין א ציפער פון 1-9, און דאס זעלבע דער לעצטער נומער נאך די דעצימלס מוז אויך זיין א ציפער פון 1-9.
פארוואס זאג איך אזעלכע פשוט'ע זאכן? ווייל כ'האב געלייענט די וואך אין "דער בלאט" אן עדיטאריעל איבער מציצה בפה. דער שרייבער ברענגט ארויס ווי ווייניג פעלער ווערן געשלאגן מיט אינפעקציעס א דאנק ברית מילה. זאגט דער רעדאקטאר פונעם בלאט אזוי:
און איך שטיי און איך וואונדער מיך פארוואס ער האט נישט געקענט לייגן נאך עטליכע זעראס לפניה ולאחריה.
היינט איז אויך יומא קא גרים, זייענדיג 3/14 לויט דעם סעקולערן דאטום. דער טאג ווערט געפייערט ווי "פיי טאג", וואס איז א מחותן מיט דעצימלס.