Under maintenance
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם! » בשורה טובה וועגן די צוקונפט פון קאווע שטיבל

בשורה טובה וועגן די צוקונפט פון קאווע שטיבל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 27 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #10267
מאנטאג מערץ 14, 2016 9:01 pm#324954
בשורה טובה וועגן די צוקונפט פון קאווע שטיבל
טייערע חברים,

מיט גרויס פרייד קען איך מעלדן די גוטע בשורה אז קאווע שטיבל וועט ווייטער קענען אנגיין אין די הענט פון אונזער נייעם מנהל ראשי, ATUB @קאפיטאן ATUB .

ווי באקאנט האב איך געמאלדן אז איך קען שוין נישט אנגיין מיט'ן פירן קאווע שטיבל, און כ'האב געפלאנט עס צו שפארן. אבער נאכ'ן הערן די וויי געשריי פונעם ציבור (פיל שטערקער און ווייטאגליכער ווי געראכטן), און נאכדעם וואס א צאל חברים האבן מיר געשריבן זייער גרייטקייט צו העלפן אז קאווע שטיבל זאל ווייטער אנגיין, האב איך מיך געטראפן פערזענליך מיט איינער פון אונזערע חשוב'ע חברים וועלכער האט זיך אנגעטראגן צו פירן קאווע שטיבל ווייטער, און איך בין איבערצייגט אז ער איז דער פאסיגסטער קאנדידאט פאר דעם פאזיציע.

דער נייער מנהל קאפיטאן וועט אנהאלטן די זעלבע ציל אויף וואס קאווע שטיבל איז געגרונדעט געווארן, צו געבן א אפענע פלאטפארמע פאר יעדן צו קענען שרייבן וועגן אלץ און אלעמען עפ"י תורה. ער וועט ארבייטן אז קאווע שטיבל זאל ווייטער זיין א פלאץ פאר יעדער וואס וויל ליינען און שרייבן א אידיש ווארט מיט הארץ, געפיל און מחשבה, אן ווערן אריינגעצווינגען צו טראכטן און רעדן דווקא לויט איין מהלך. ער וועט זיין גרייט צו העלפן יעדן און פארזיכערן אז קאווע שטיבל שטייט אויף א הויכן סטאנדארט. ער איז דא מיט פרישע בלוט און כוחות צו הערן וואס מ'קען טוהן צו פארבעסערן אונזער שיינעם ווינקל.


מיט די ווערטער וויל איך מיך געזעגענען פון אייך, טייערע חברים. עס איז מיר געוועהן א כבוד צו שטיין אין שפיץ פון קאווע שטיבל, און עס איז מיר א זכי' אז אזויפיל מענטשן זענען פאזיטיוו אפעקטירט געווארן אין אירע ווענט.

איך וויל נוצן די געלעגנהייט איבערצובעטן יעדן בכלליות אויף מעגליכע נישט ריכטיגע באשלוסן וואס האבן אפעקטירט דעם כלל, און בפרטיות אויף באשלוסן וואס האבן אפעקטירט יחידים. א מענטש איז נאר א מענטש, און איך בין זיכער אז כ'האב געמאכט טעותים. ביטע זייט מיר מוחל. דאס קען איך יא צוזאגן אז איך האב אייביג פראבירט מיט מיינע בעסטע מעגליכקייטן נאר אינזין צו האבן די טובה פון קאווע שטיבל און אירע מעמבערס.

כ'וויל באדאנקען אלע טייערע חברים וואס האבן געשריבן און אזויפיל צוגעגעבן צום שטיבל יעדער אויף זיין שטייגער. און בעיקר וויל איך באדאנקען די חברים וואס האבן גענומען אויף זיך פאזיציעס פון מנהל, גבאי, אחראי – פאר קורצע תקופות און פאר לענגערע תקופות. אן אייער ארבייט וואלט נישט מעגליך געוועהן צו בויען און אנהאלטן קאווע שטיבל.

איך דאנק אייך פון טיפן הארץ,

קעלנער
מנהל תשע"ד-ע"ו
מאנטאג מערץ 14, 2016 9:03 pm#324955
:like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like
מאנטאג מערץ 14, 2016 9:08 pm#324956
מזל טוב, מזל טוב, א ברכה אויף דיין קעפעלע קאפיטאן, און קעלנער מיר וועלן זיך בענקען נאך דיר.
#הייל_קאווע_שטיבל
#ונבנתה_הייב_אן_דידן_נצח
מאנטאג מערץ 14, 2016 9:09 pm#324957
Re: בשורה טובה וועגן די צוקונפט פון קאווע שטיבל
הודו לשם כי טוב כי לעולם חסדו.
יישר כוח!
שקויעך פאר אלע כחות ביז אהער
און שקויעך פאר דיין איצטיגע באשלוס.
מאנטאג מערץ 14, 2016 9:09 pm#324958
ונהפוך הוא!

ליהודים ליהודים היתה אורה

:דאבללייק: :דאבללייק: :דאבללייק: :דאבללייק: :דאבללייק:
מאנטאג מערץ 14, 2016 9:17 pm#324960
יום שמחה היא לנו
ה' אדר וועט פארשריבן ווערן אין די אידישע היסטאריע אלץ די טאג וואס וועט האט באוויזן אז יודען קענען אלעס באווייזן. קעגען אלע טעאריעס און שפעקלאציעס איז די שטיבל געבליבן ברייט אפן פאר יעדן וואס דארף א גלעזל קאווע (מיט צוקער אדער אן). מעיק ק"ש גרעיט עגעין.

א ספעציעלע יישר כח פאר ATUB @קעלנער ATUB ע"ה און יבלחט"א ATUB @קאפיטאן ATUB . דער אייבישטער זאל העלפן מיר זאלן ווייטער קענען זיך פארטיפן און זיך פארברייטערן דא.
מאנטאג מערץ 14, 2016 9:18 pm#324961
יאפ,
אלס בזכות דעם נייעם הכשר!
מאנטאג מערץ 14, 2016 9:19 pm#324962
א הארציגער יישר כח ATUB @קעלנער ATUB . דיין ארבעט וואס די האסט געטון צום שטיבל האט קיין גבול. איבער'מידליכע כוחות, צייט, מח, פלייש און בלוט, אלטץ צו העלפן למען הקהילה.

די אפעקט וואס די האסט באוויזן פאר אונזער חרדי'שער לעבענסשטייגער און קולטור, איז טאקע נישט עקסטרעים זעהבאר; די רעבישע גאסיפ, געטענץ, עקסטאז, הויכ-שטאקיגע פארענטשעס טאנטעריטאמטאם, פארנעמט נאך אלטץ די אויבנאן. אבער דיין ארבעט איז עושה פירות, שטילע וואסערן גרובן טיף, אבער טיף!

שכרך הרבה מאוד און זאלסטו זיך מיט גליק אנזאלבן ווי די וועסט נאר גיין.

=====
ברוך הבא כבוד הרב ATUB @קאפיטאן ATUB כשבא השמש וכו. דער קאפיטאן האט געראטעוועט דעם זינקענדיגן שטיבל.

טאנצט אלע מיט פרייד!!!

#תהילים כולל האט געראטעוועט
מאנטאג מערץ 14, 2016 9:23 pm#324964
ס'וואלט געווען שיין פאר די וואס האבן חושד געווען רב קעלנער מיט פארקויפן זיך פאר געלט זאלן אויך בעטן סליחה פון אים, יעצט אז ס'איז נברר למפרע
מאנטאג מערץ 14, 2016 9:24 pm#324965
Re: בשורה טובה וועגן די צוקונפט פון קאווע שטיבל
ויום טוב היה עושה.
מה נכבד היום
מאפלה לאור גדול
נחמה בכפליים
אז ימלא שחוק פינו
כי אשב בחשך ה' אור לי
דער גאלדענע קייט וועט זיך ווייטער ציען
ק"ש וועט זיין א ווינקעל וכו'
שלא יבוש המעיין

ווער האט נאך לאזונגען?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
מאנטאג מערץ 14, 2016 9:25 pm#324966
א גרויסן ייש"כ פארן דאס פירן ביז היינט, און ברכה והצלחה בכל מעשי ידיך.
דערויף וויל איך באטאנען, אז קעלנער קוקט אויס צו זיין זייער אן אנשטענדיגער מענטש, און האט געפירט דאס פלאץ ביז היינט מיט גרויס פראפעסיאנאלקייט, ער איז אליין מודה אז ער איז באגאנגען א טעות מיטן מעלדן דאס פארשפארונג אזוי פלוצלינג, די איינציגע טענות וואס איז נאך פארבליבן איז פון יחידים איבער צענזור, איך בין אויך נישט קיין גרויסע חסיד פון צענזור ווען עס קומט צו מיינונגען, למעשה רוב עולם וויל דוקא יא עפעס א צענזור, ווי אויך דענק איך נישט אז די פאר מאל ווען מ'האט צענזורירט איז דאס עפעס געווען אויסערגעווענליך לשם קנתור, ווידעראום פערזענליכע עגאאיסטישע חשבונות, האט דאך נישט דא קיין שייכות דא צום אלגעמיינעם עולם, כ'פארשטיי יעדער האט זיין עגא און יעדער וויל פארטיידיגן זיין אויבערהאנט, אבער דער מלחמה קען נאר פירן איינער וואס האלט אז מ'האט פערזענליך צוגערירט צו זיין עגא, די איבריגע עולם וואס נעמט זיך אן פאר דעם אדער פאר יענעם איבער א סכסוך וואס מיר ווייסן נישט על מה אדניו הוטבעו איז לדעתי פשוט נאריש.
מאנטאג מערץ 14, 2016 9:26 pm#324967
א לאזונג פאר אייוועלט:

והיא תצלח!! :lol:

וכדי בזיון וקצף!

המה קמו ונתעודד, ואנחנו כרעו ונפלו....
מאנטאג מערץ 14, 2016 9:27 pm#324969
#שיכורת [מקאווע] ולא מיין!
מאנטאג מערץ 14, 2016 9:28 pm#324970
הער ATUB @קאפיטאן ATUB ,
אז איר נעמט איבער ס'באן,
זאלט איר זיך פירן ווי א זעלנער,
אזוי ווי אמאליגן הער ATUB @קעלנער ATUB .

יעצט אז ס'דא אן התחדשות,
בעט מען די עולם זיך אנטוהן די גאטשעס,
אלטע און נייע מיט א פרישקייט שרייבן,
כדי ס'זאל זיין פארוואס צו וועלן בלייבן.

שמחת פורים, ושמחת יום הצלת ק"ש!
מאנטאג מערץ 14, 2016 9:49 pm#324976
ATUB @ ATUB קעלנער
...We will miss you

ATUB @קאפיטאן ATUB

יהא בואך לברכה ולהרמת קרן הקאווע שטיבל בזכות כל הצדיקים הקודמים אמן.
מאנטאג מערץ 14, 2016 9:53 pm#324978
בילד
מאנטאג מערץ 14, 2016 9:56 pm#324980
Re: בשורה טובה וועגן די צוקונפט פון קאווע שטיבל
יישר כח קעלנער פאר דיין ארבעט ביז אהער
ברוכים הבאים קאפיטאן מנהל החדש
יהא בואך לברכה להקמת קרן הקאווע
מאנטאג מערץ 14, 2016 10:02 pm#324983
קל וחומר האט געשריבן:הער @קאפיטאן,
אז איר נעמט איבער ס'באן,
זאלט איר זיך פירן ווי א זעלנער,
אזוי ווי אמאליגן הער @קעלנער.

יעצט אז ס'דא אן התחדשות,
בעט מען די עולם זיך אנטוהן די גאטשעס,
אלטע און נייע מיט א פרישקייט שרייבן,
כדי ס'זאל זיין פארוואס צו וועלן בלייבן.

שמחת פורים, ושמחת יום הצלת ק"ש!


איז באקסערס אקעי?
מאנטאג מערץ 14, 2016 10:20 pm#324989
ליפא האט געשריבן:ס'וואלט געווען שיין פאר די וואס האבן חושד געווען רב קעלנער מיט פארקויפן זיך פאר געלט זאלן אויך בעטן סליחה פון אים, יעצט אז ס'איז נברר למפרע


גארנישט נברר למפרע. די וואס האבן דעמאלטס געטענה'ט אז ער איז פארקויפט געווארן פאר געלט קענען ווייטער טענה'ן אז איינער האט אים געאפפערט מער געלט צו לאזן אפען די שטיבל
מאנטאג מערץ 14, 2016 10:23 pm#324990
Re: בשורה טובה וועגן די צוקונפט פון קאווע שטיבל
יישר כח @קעלנער פאר אלעס וואס דו האסט געטוהן ביז אהער

חייב אדם לברך על הרע כשם שמברך על הטוב
איך טוה באגריסן מורה''ר @קאפיטאן שיהא במזל וברכה
יחי !
מאנטאג מערץ 14, 2016 10:24 pm#324991
שמעון וואלף האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:ס'וואלט געווען שיין פאר די וואס האבן חושד געווען רב קעלנער מיט פארקויפן זיך פאר געלט זאלן אויך בעטן סליחה פון אים, יעצט אז ס'איז נברר למפרע


גארנישט נברר למפרע. די וואס האבן דעמאלטס געטענה'ט אז ער איז פארקויפט געווארן פאר געלט קענען ווייטער טענה'ן אז איינער האט אים געאפפערט מער געלט צו לאזן אפען די שטיבל

דאס דארף קיינעם נישט אנגיין. די וויי געשריי פון יענע איז געווען אז פאר געלט לאזט ער אונז אלע פייפן און פארמאכט דאס פלאץ
מאנטאג מערץ 14, 2016 10:53 pm#325007
איך האב שוין געשריבן א דאנק פאר קעלנער אינעם צווייטן אשכול. עס קומט זיך אים אבער א ספעציעלער דאנק אין זיין געזעגענוגנס אשכול. פון וויפיל איך האב אים קעגן געלערנט דא אין שטיבל האט ער א גרויסע מאס ישוב הדעת און שכל הישר, בנוסף צו זיין גוט הארץ, וואס מען טרעפט זעלטן. זאל דער זכות פון זיך איבערגעבן און ארויסהעלפן אזויפיל אידישע קינדער דיר שטיין צו די האנט אויך אויף ווייטער אז דו זאלסט מצליח זיין אין וואס דו טוסט.
מאנטאג מערץ 14, 2016 10:56 pm#325009
Re: בשורה טובה וועגן די צוקונפט פון קאווע שטיבל
ישר כוח הרב קעלנער פארן פיהרן מיט אזא שכל הישר און גראדקייט דער שטיבעל עס איז צום האפן אז דער לעצטער החלטה פון איבערגעבן וועט זיין א תועלת אויף וויטער
מאנטאג מערץ 14, 2016 10:58 pm#325011
למעשה, וואס וועט זיין מיט אונזער אפריל פולס וויץ דער יאהר? ס'קומט אונז כאטש אזויפיהל?
מאנטאג מערץ 14, 2016 11:21 pm#325020
קוה קויתי אל קעלנער, וישמע שועתי

עשה דברים נפלאים, זאת נחמתי

לבי ובשרי ירננו וישגרו את ברכתי

נחה את הצאן מול חושבי רעתי

עסק בצרכי ציבור אליו חיליתי

רבים יודו לו עם שיר נשמתי.




הרב @קעלנער שליט"א, אין דעם צייט וויל איך פערזענליך אויסדריקן מיינע געפילן. איך האב אייביג געזען דיין געטריישאפט, חכמה, צניעות, און איבערהויפט כבוד הזולת, דורכאויס דיין ארבעט. אבער די לעצטע פאר טעג, האט זיך מיר דאס ארויסגעשיילט מיטן גאנצן שטארקייט, שמועסנדיג מיט דיר, און זעענדיג ווי שטארק דו געבסט אכטונג אויף א צווייטנס כבוד, ווי גרויס איז דיין איידלקייט, און ווי זאפטיג איז דיין חכמה.


דו ביזט געווען א גאר גוטע מנהל, און נאך א בעסערע מענטש - אלס מענטש. דיין עסקנות למען הכלל, וואס האט דיר נאר געקאסט און נישט פארקערט, וועט פאראייביגט ווערן מיט גאלדערנע אותיות אינערהאלב קאווע שטיבל בפרט, און ביים יהדות החרדית בכלל. די רעוואלוציע אין מושגים דעת, אמת, און חכמה, וואס דו האסט דורכגעפירט שטילערהייט ממרומי גפך, וועט בלייבן די פאן טרעגער לעולמי עד.


א גרויסן דאנק פאר אלעם וואס דו האסט געטון ביז היינט, ויה"ר שהקב"ה ישלם שכרך משלם, אמן.