מאנטאג מערץ 14, 2016 9:27 pm#324968
שלום עליכם קאווע שטיבל
(א ווארט פון קעלנער)
שלום עליכם טייערע חברים,
אלץ א קאווע שטיבל מעמבער וואס האט ווי פילע אנדערע זייער שטארק נישט געוואלט דאס פלאץ זאל ווערן אפגעשפארט, האב איך באלד אנפאנג ווען קעלנער האט געמאלדן אז ער וויל אויפגעבן זיין מנהל'שאפט און דאס וואלט געמיינט אז דאס שטיבל ווערט פארמאכט, אנגעטראגן מיין גרייטקייט צו שטיין צו הילף מיט וואס נאר מעגליך, און אפילו איבערצונעמען זיין ארט אז דאס פלאץ זאל קענען בלייבן אפן.
עס איז נישט קיין סוד אז די מעלדונג האט ביי א גרויס טייל פון אונזערע מעמבערס געברענגט א טרויער. זעענדיג ווי שטארק דער ציבור וויל באמת אז דאס שטיבל זאל בלייבן אקטיוו ווי ביז יעצט, האט קעלנער באוויליגט מיר צו טרעפן פערזענליך און מיר איבערגעבן די פירערשאפט. און איך בין זייער דאנקבאר אז ער האט געזעהן אין מיר דער פאסיגער מענטש איבערצונעמען די פאזיציע. דערפאר נעם איך עס אויף מיינע פלייצע און פון יעצט און ווייטער וועל איך שטיין בראש און פרובירן אנפילן די שיך פון קעלנער. איך ווייס די אחריות, און איך פארשטיי אז עס איז נישט קיין לייכטע אויפגאבע, אבער וויסנדיג אז די עתיד פון קאווע שטיבל איז אין דעם געוואנדן, האב איך עס גענומען אויף מיר, און איך האף אייך אלע צו קענען באדינען און צופרידנשטעלן.
אין די יעצטיגע צייט ווען מ'מישט איבער א ניי בלעטל בין איך גרייט צו הערן אלע הערות און הצעות מיט וואס מ'קען פארבעסערן קאווע שטיבל. יעצט איז די צייט צו פארשלאגן געדאנקען און עצות ווי אזוי צו פארבעסערן און פארשענערן אונזער שטיבל, פאר סיי וועלכע הערות קען מען זיך ווענדן אין אישי.
ווי עס איז אלעמאל געווען די פלאן פון קאווע שטיבל וועל איך פרובירן צו האלטן די צענזור צו א מינימום, און זיך נישט פארלאזן אויף מיין אייגענע שיקול הדעת, נאר זיך דורכרעדן מיט די אנדערע מנהלים. אויב שפירט איר אז איר זענט געהאנדלט געווארן נישט יושר'דיג קענט איר אלעמאל זיך ווענדן צו מיר פריוואט און איך וועל אייך פרובירן צופרידנשטעלן לויט מיינע בעסטע מעגליכקייטן, און אין איינקלאנג מיט די תקנות פון די גרינדערס פון קאווע שטיבל.
קאווע שטיבל איז פון די ערשטע טאג געווען געשטעלט מיט'ן געדאנק פון אנאנימיטעט, דאס הייסט אז כדי יעדער זאל זיך קענען שפירן באקוועם און שרייבן אלעס וואס ליגט אים אויפ'ן הארצן, קען מען זיך באנוצן מיט א ניק-נאמען, סיי די מנהלים און סיי די מעמבערס, און דאס איז עפעס וואס קומט אויס דאס בעסטע און באקוועמסטע פאר רוב חברים, און טוט שטארק ביישטייערן צו וואס קאווע שטיבל האט זיך ערווארבן דורכאויס די לעצטע פיר יאר. מיר בעטן אלעמען ווייטער צו רעספעקטירן די פריוואטקייט פון אלע מעמבערס צוגלייך.
אן קיין שרייבערס איז נישטא קיין קאווע שטיבל. מיר בעטן אלע וואס האבן הנאה פון די פלאץ און ווילן עס זאל ווייטער האבן אן עתיד ביטע שרייבט, לייקט, קאמענטירט, און האלט דאס פלאץ אקטיוו און פריש, אז אנדערע זאל הנאה האבן און אויך וועלן שרייבן, און קאווע שטיבל וועט ווייטער קענען אנגיין מיט א שטארקייט בעז"ה.
אייער ידיד,
קאפיטאן