Under maintenance
הויפט זייט » טוט "טשערעדי" ארום שפילן מיט אונז?!

טוט "טשערעדי" ארום שפילן מיט אונז?!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10270
דינסטאג מערץ 15, 2016 3:11 pm#325146
טוט "טשערעדי" ארום שפילן מיט אונז?!
יעדער האט מסתמא שוין געהערט פון די פראיעקט "טשערעדי". א סייט וואס איז אויסגעשטעלט צו אויפטרייבן א באשטומטע סכום געלט אין קארגע פיהר אין צוואנציג שעה.

געווענליך ארבעט עס אז ס'איז דא דריי 'מעטשערס' וואס מעטשן די סכום וואס קומט אריין. דהיינו, אייער דאלער ווערט גערעכנט אלטץ פיהר דאלער. אזא פראיעקט האט א סך מעלות, ערשטענס, ס'דא מעטשערס וואס קומט אויס ס'פריפלט זיך אייער נדבה'לע. נאך א מעלה האט דאס, אז ס'קאסט נישט קיין אדווערטייזמענט כמעט. אמאל פלעגט מען פאר א טיי אווענט אין פאפא קידוש זאל, אריין באכענען צען טויזענט דאלער אדווערטייזמענט, זאל, עסן וכו. און די רווח האט זיך געציילט צווישן אכט און דרייצן טויזענט... איז אדער האט מען דערלייגט צוויי טויזענט אדער געמאכט דריי טויזענט אין בעסטן פאל.

נאך א מעלה איז פארהאן, אז דער סייט ארבעט מיט all or nothing. אויב דערגרייכט מען דער ציהל הרי טוב, טאמער נישט באקומט יעדער צוריק זיין נתינה. דאס געבט א שטארקע שטופ פאר א מענטש צו געבן, געבענדיג די געפיהל אז זיין נתינה איז א שטארקע פאקטאר אין די צדקה צוועק.

א שעה צוריק האט זיך געענדיגט אזא פראיעקט פאר ביקור חולים דראקלענט קאונטי. (גראדע קומט יעצט פאר אזא פראיעקט אויף צו טרייבן א מיליון דאלער! פאר טעד קרוז, דורך אידן). ביקור חולים האט געוואלט אויפטרייבן א האלב מיליון דאלער דורך די פיהר אין צוואנציג שעה, און זיי האבן עס געפעסט.

נו, סא וואס איז מיין פראבלעם?

איך קוק דא אויף אייוועלט א סקרין שאט פון די סייט, ס'האט נאך געהאט קארגע 52 מינוט צו גיין פון די 1440 מינוט אין א מעת לעת, און זיי האבן געהאלטן ביי בלויז $181,852 א צירקע פון בלויז 35%!

ביקור חולים.jpg
ביקור חולים.jpg (18.89 KiB) געזען געווארן 2726 מאל


עטוואס שפעטער נאך פינעוו מינוט צו גיין, און ס'האלט ביי $328,852 דהיינו, 68%!

ביקור חולים 2.jpg
ביקור חולים 2.jpg (20.91 KiB) געזען געווארן 2726 מאל


עס פעלט נאך 32% צום ציהל! אין בלויז פיהר מינוט איז עס געשפרינגן א קאנגערו שפרינג... מיט 32% צו פינעוו הינדערט טויזענט דאלער.

ביקור חולים 3.png
ביקור חולים 3.png (19.78 KiB) געזען געווארן 2726 מאל


דער לעצטער אנאנימעס פערזאן האט בייגעשטייערט די פאנטאסטישע סכום פון הינדערט ניין אין זעכטציג טויזענט דאלער!

ביקור חולים 4.png
ביקור חולים 4.png (79.18 KiB) געזען געווארן 2726 מאל


קורצליך דערנאך איז דער מיסטריעזער 'אנאנימעס' שנעל געטוישט געווארן צו א נאמען "אייזיק גאלדבערג".

ביקור חולים 5.PNG
ביקור חולים 5.PNG (91.8 KiB) געזען געווארן 2726 מאל


-------

איך פארשטיי אז צדקה איז וויכטיג, רופא חולים איז וויכטיג. אבער דער דיעל ארבעט מיט א "יא אבער ניין" סלאגאן. דהיינו, אויב דערגרייכט מען נישט די ליניע וואס מען האט ארויסגעשטעלט געבט מען צוריק ס'גאנצע געלט.

אז מען האלט פינעוו מינוט איידער די דעדליין און ס'פעלט איבער דרייסיג פראצענט פון ס'געלט, און פלוצים ווערט דער חלל נתמלא, נאכדערציה, דורך אן 'אנאנימעס פארשוין' הייבט דאס ברעמען וואס פרעגן: "וואס גייט דא פאר?!"

טשערעדי אדער ביקור חולים ווער ס'איז ממונה אויף די פראיעקט, אויב פארציילן זיי נישט פונקטליך 'מה קרה שם' פארלירן זיי זייער גאנצער נאמנות. דאס איז א פגיעה אינעם ציבור המשתתפים. די דאנערס זענען גלייכע שותפים אינעם פראיעקט און אזא פאסירונג דארף אן ערקלערונג.
דינסטאג מערץ 15, 2016 3:45 pm#325151
שוין אפאר מאל געטראכט שטיל דאס זעלבע.
עס מאכט נישט קיין סענס אז "יעדע מאל" האט מען געפעסט און אנגעקומען צום ציהל. נאך קיינמאל נישט צוריקגעגעבן א דאלער.
אולי לייגט איינער אריין געלט טעמפארערי כדי צו דערגרייכן דעם באשטימטן סכום און נעמט עס שפעטער צוריק ארויס אונטערן טיש?
דאס טריפלען און קוואדראפלען ריזיגע סכומים יעדן מאנטאג און דאנערשטאג לייגט זיך אויך שווער אויפן שכל.

עס איז געוען מיט די טשערידי מייסדים אן אינטערוויאו אין דער מאמענט לעצטנס, זיי קוקן אויס ווי לעגיטימע חברה (ווי אזוי ווייס איך? כ'ווייס טאקע נישט, ס'האט געסאונדט אזוי),
מען דארף הערן פון אפאר אינסיידערס צו מען באקומט טאקע די סכומים וואס עס באווייזט זיך, אדער עס איז סתם הוילע לופט און מען שפילט זיך ארום מיט אונז....
דינסטאג מערץ 15, 2016 3:48 pm#325153
קלאר מאניפולירט, ביודעי ומכירי.

ווער עס גלייבט טאקע אז אלעס איז דארט דברים כהוויתן איז א נער, זיי האבן נאך נישט געהאט קיין איין קאמפיין וואס איז דורכגעפאלן, והלא דבר הוא.
דינסטאג מערץ 15, 2016 4:08 pm#325157
Re: טוט "טשערעדי" ארום שפילן מיט אונז?!
ס'איז בכלל א געפערליכע זאך אין אונזער קאמיוניטי אז ס'איז נישטא קיין שום סטראסבארע קערפערשאפט / ארגענעזאציע וואס מען קען זיך רואיג פארלאזן. נעם לדוגמא טע"ג, קיינער ווייסט נישט פונקליך וואס זיי טוען מיט זייער אינפארמאציע
דינסטאג מערץ 15, 2016 4:34 pm#325160
Re: טוט "טשערעדי" ארום שפילן מיט אונז?!
טשארידי איז א גויישע ארגאניזאציע, די פראבלעם האט גארנישט מיט 'אונזער' געזעלשאפט.
לדעתי, נאך אזויפיל שקרים און דרייקאפעריי, ישועות און הבטחות, וואלט מען געמעגט שוין וויסען וואס אלס מיינט. צדקה מיינט לייגען א האנט אין טאש און געבען פאר אן ארימאן. ב"ה ס'פעלט נישט אזעלכע און ממילא די קלענסטע חשש קען מען נעמען יענער דאללאר און געבען פאר די וודאי ארנטליכע

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
דינסטאג מערץ 15, 2016 4:42 pm#325163
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:טשארידי איז א גויישע ארגאניזאציע
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

פארוואס זאגסטו אזוי? איך מיין די בעל הבתים האבן געהאט א אינטערוויו אין לאנט"ש ברעי"ק אין די עמ"י מאגאזין זיי זענען ליבאוויטשע פון קראו"ן הייט"ס
קען זיין די האסט דאס געשריבן פשוט אלץ א פאנאוויטשע תלמיד :lol:
דינסטאג מערץ 15, 2016 5:03 pm#325167
אויב איינער האט עס געגלייבט איז ער א נאר פון די ערשטע מינוט, אבער דער פאנאוויטשער רב האט שוין געזאגט אז פאר א יעדן דאלאר וואס ער האט געשנארט האט ער געדארפט זאגן כאטש איין ליגענט. (ער האט געמיינט גזמאות)

איז אפילו עס איז איבערגעבלאזן ברענגט עס גוטע קאוורעדש פאר די ארגאניזאציעס.
דינסטאג מערץ 15, 2016 5:11 pm#325172
Re: טוט "טשערעדי" ארום שפילן מיט אונז?!
איך האב נישט זוכה געווען צו לערנען אין פאנאוויעזש, איך האב געמוזט מוותר זיין צו גייען אין בריסק.
בכל אופן איז עס נישט קיין אידישע ארגאניזאציע. ס'האט מעגליך פרומע אייגענטומער, אבער ס'איז געווידמעט צום גאס און קיין היימישע טענות פאסען נישט

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
דינסטאג מערץ 15, 2016 5:32 pm#325175
Re: טוט "טשערעדי" ארום שפילן מיט אונז?!
טשערעדי זאגט אז זיי דארפן זעהן די לעגיטימע טשעקס פון די מעטשערס, און די אלע געלטער וואס די איבריגע עולם גיט, גייט דורך א קרעדיט קארד, אויב איינער נארט דא אויס איינעם איז עס די ארגאנאזאציע וואס מאכט די קאמפיין.
טשערעדי טענה'עט אן קיין שטארקע פרוף אז דא איז דא א שווינדל, קענען זיי נישט צוריקהאלטן די געלט.
דינסטאג מערץ 15, 2016 6:27 pm#325180
טשערעדי איז א בריליאנט איידיע זיי נעמען אוועק די שרעקליכע העדעק פון ארגאניזירן א געלט מסיבה און זיי שארן אריין גראב געלט פארן מוסד, סאיז סאך גרינגער צו שנארן צוואנציגערס פון מענטשן ווען זיי זיצן באקוועם אין זייער אפיס מיטן קרעדיט קארטל און באקאנטע שיקן אים אפאר וואטסעפ מעסעדשעס, כהאף נאר סוועט באשאפן ווערן נאך אזעלעכע ווייל דער עולם איז נישט עפעס מוראדיג צופרידן פון דעם ליבאוויטשער


די סיבה פארוואס זיי זענען אלעמאל מצליח איז טאקע ווייל זיי נעמן נישט אן קיין אקציע נאר אויב זיי זענען ערענסט איבערצייגט אז מען גייט מצליח זיין אויב נישט שיקט ער דיך צו גא פאנד מי.
דינסטאג מערץ 15, 2016 10:01 pm#325217
shem-tov האט געשריבן:טשערעדי איז א בריליאנט איידיע זיי נעמען אוועק די שרעקליכע העדעק פון ארגאניזירן א געלט מסיבה און זיי שארן אריין גראב געלט פארן מוסד, סאיז סאך גרינגער צו שנארן צוואנציגערס פון מענטשן ווען זיי זיצן באקוועם אין זייער אפיס מיטן קרעדיט קארטל און באקאנטע שיקן אים אפאר וואטסעפ מעסעדשעס, כהאף נאר סוועט באשאפן ווערן נאך אזעלעכע ווייל דער עולם איז נישט עפעס מוראדיג צופרידן פון דעם ליבאוויטשער


די סיבה פארוואס זיי זענען אלעמאל מצליח איז טאקע ווייל זיי נעמן נישט אן קיין אקציע נאר אויב זיי זענען ערענסט איבערצייגט אז מען גייט מצליח זיין אויב נישט שיקט ער דיך צו גא פאנד מי.

ממש אזוי? און וויזוי ווערן זיי איבערגעצייגט. אויב דער יוד האט אלאנגע בארד אדער א רויטע דעמאלטס נעמען זיין אן? לויט די היסטאריע פון זייער אקציעס קיקט אויס ווי זיי נעמען אן יעדעם.
דינסטאג מערץ 15, 2016 10:53 pm#325230
Re: טוט "טשערעדי" ארום שפילן מיט אונז?!
בכלל ווי זוי ארבעט עס ווער שאפט די דאנערס די צוויטע העלפט ?
אויב די מוסד איז צו וואס דארף מען צוקומען צו זיי ?
דינסטאג מערץ 15, 2016 11:02 pm#325233
Re: טוט "טשערעדי" ארום שפילן מיט אונז?!
מיט די צייט גייט עס באורד ווערן במילא, דער עולם גייט נישט שטיין און געבן געלט ווייל זיי שרייען "אלל אר נאטינג" אויב איז עס א גוטע צוועק אפשר, אבער סתם אזוי זעה איך נישט עס זאל אנגיין.
דינסטאג מערץ 15, 2016 11:20 pm#325236
Re: טוט "טשערעדי" ארום שפילן מיט אונז?!
די מוסד דארף ברענגען די מעטשערס, אבער זיי שטעלן צו די מאטריאל, און די PR זיי העלפן דיר עס אויפסעטן, און זיי רעדן צו די מעטשערס.
מיטוואך מערץ 16, 2016 9:54 am#325260
איך קען פארזענדליך די טשערידי בעלי בתים, אפאר לעבעדיגע קלוגע חב״ד׳סקע חברה, ס׳לאזט זיך נישט גלייבן אז זיי זאלן לאזן די מוסד ארומשפילן ווען זיי קענען פארלירן טראסט, קאן אבער זיין די מוסד טוט עס אן זייער וויסן.

זייער פראצענט וואס זיי מאכן פונעם קאמפיין איז גאנץ א קליינע.

אין די עמי האבן זיי געזאגט אז זיי נעמען נישט אן א מוסד אויב איז ביי זיי דא א טשענס אז דער מוסד גייט דורכפאלן אדער נישט אנקומען צום ציל.

אבער דאס נעכטיגע מעשה מיט ביקור חולים ברענגט אויף שווערע פארדאכטן.
מיטוואך מערץ 16, 2016 10:10 am#325263
אפשר האבן די מוסדות- ארגעניזאציעס עשירים פאר בעק אפ אז אויב ס'האלט שוואך זאלען זיי אריינטאצען פארן סוף.
מיטוואך מערץ 16, 2016 11:07 am#325270
Re: טוט "טשערעדי" ארום שפילן מיט אונז?!
טעדס קאמפיין זעהט אויס אז עס גייט נישט ריטשען די גאול.
האט נאל בערך צוויי שעה און האלט נאר ביי פערצען פארצענט.

m https://www.charidy.com/millionforted m
מיטוואך מערץ 16, 2016 11:31 pm#325395
וויאזוי מאכט טשערעדי אליין געלט?

איז פאר זיי א נפקא מינה אויב זיי געבען צוריק די געלט פאר די געבערס?

לכאורה פין א ביזנעס פערפעקטיוו, האבען זיי א גרויסע שאדען פין צוריקגעבען אלע קרעדיט קארד טשארדזעס, ווייל עס קאסט כידוע.
מיטוואך מערץ 16, 2016 11:51 pm#325403
אפשר פראסעסן עס נאך עס איז אנגעקומען צום ציל???
דאנערשטאג מערץ 17, 2016 12:38 am#325409
אויף קול מבשר היינט אין א אינטערוויא האט איינע שפירא פון טשערידי געזאגט אז מ'טשארדשד עס נאר נאך ס'גייט אדראך די גאול.
דאנערשטאג מערץ 17, 2016 1:35 am#325414
Re: טוט "טשערעדי" ארום שפילן מיט אונז?!
קאמפיאטער האט געשריבן:טעדס קאמפיין זעהט אויס אז עס גייט נישט ריטשען די גאול.
האט נאל בערך צוויי שעה און האלט נאר ביי פערצען פארצענט.

https://www.charidy.com/millionforted

האמיר שוין א קאמפיין וואס איז נישט געלאנגען.

(אפשר גאר נאך די פרסום אין ק"ש אז עס קען זיין אז זיי שפילן מיט אונז, האבן זיי אפגעמאכט איינמאל צו פארלירן)