Under maintenance
הויפט זייט » מיין קאווע שטיבל קאריערע

מיין קאווע שטיבל קאריערע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10272
דינסטאג מערץ 15, 2016 8:21 pm#325197
מיין קאווע שטיבל קאריערע
איך געדענק נישט גענוי וועלכע גוגל סוירטש האט מיר אהערגעפירט, אבער מיט אומגעפער דריי און א האלב יאר צוריק האב איך אריינגעוואנדערט דא אין שטיבל. איך האב באמערקט אז עס דא א שמועס אין היימישער אידיש איבער הגאון ר' משה פיינשטיין, און איך האב זיך רעגיסטרירט און געשריבן מיינע צוויי צענט אויף דער אייגנארטיגער מהלך הלימוד פון ר' משה'ן.
די נאכפאלגנדע תגובות זענען מיר שטארק געפאלן, און איך האב זיך קובע מקום געווען דא. איך האב רעאגירט, געפרעגט, געענטפערט, און אנגעהויבן זיך צו באקענען מיט די חברים דא אין שטיבל. די נושאים זענען געלאפן פון עוואלוציע ביז גאט ביז קבלה ביז היסטאריע. איך האב געטראפן א ווינקל וואו איך האב ענדליך געקענט דורכשמועסן אלערליי ענינים וועלכע איך האב זיך נישט געוואגט ארויפצוברענגען אין פאבליק.
אין קאווע שטיבל האב איך געפינען אן ארט וואו מיינע מיינונגען זענען געווארן רעספעקטירט און גענומען מיט'ן פולסטן ערנסטקייט אפגעזען אויב עס האט געשטימט מיט דער גייסט פון מיינע ארומיגע אדער נישט. איך האב דא געפינען אן ארט וואו איך האב כסדר געלערנט נייע זאכן אין נושאים וועלכע זענען אומעקזיסטירנד ביים חרדי'שן ציבור, און איך האב געפינען א ווינקל אויסצוגעבן מיינע טאלאנטן און אויסלופטערן מיינע געדאנקען וועלכע האבן געבוזשעוועט אין מיר.
עס קומט מיר ארויף זיסע זכרונות פון יענע טעג, ווען מיין סאציאלע צירקל אין וועלכן איך האב זיך געשפירט גענצליך באקוועם איז געווען באגרעניצט צו די ווענט פון קאווע שטיבל. מיין טאג האט זיך געדרייט ארום לעיקוואוד און געפילטע פיש, יאנקל און יידל, קופערניקוס און יואליש. במשך א שיינע שטיק צייט איז דאס געווען מיין לעבנסקראפט אין א ים פון צעמישעניש און איינזאמקייט.
נייע האריזאנטן אין מחשבה און קונסט זענען געעפנט געווארן פאר מיר א דאנק די שמועסן אין דעם שטיבל, און היינט צוטאגס צייל איך א שיינע פאר קאווע שטיבל מיטגלידער צווישן מיינע נאנטסטע חברים. דער איינפלוס וואס קאווע שטיבל האט געלאזט אויף מיר, דירעקט און אומדירעקט, וועט לאנג איבערלעבן איר עקזיסטענץ. איך קען נישט גענוג דאנקבאר זיין פאר די גרינדער פון דעם שטיבל און די מיטגלידער פון דעם וועבזייטל, בכל שם וחניכא דאית להו, וועלכע האבן געטוישט מיין לעבן אויף אייביג.
*

ביי דער היימישער עולם איז קאווע שטיבל סינאנים מיט קריטיק אויף דער חרדי'שער לעבנסשטייגער. צוליב די שוועריקייט פון אויסדרוקן קריטיק אויף אונזער קולטור אן דארפן ליידן די קאנסעקווענצן, איז דער ווירטואלער פארום וואו מען קען אנטפלעקן די מסתורי לב אונטער א שלייער פון אנאנימיטעט פארוואנדלט געווארן אין א שופר צו פארדאמען אלס וואס איז הייליג און טייער ביי חרדישע אידן.
ביי מיר איז אבער קאווע שטיבל ענדערש געווען א ווינקל זיך אויסצוגעבן די טאלאנטן און אנטוויקלען מיין שרייב קראפט. אייגנטליך, איז דאס געווען מיין אייגענע פארעם פון רעוואלטירן קעגן דעם 'סיסטעם'. דער געטליכער שטימע פון מאראל און קונסט האט געבוזשעוועט אין מיר, און קאווע שטיבל איז געווען דער איינציגער פלאץ וואו איך האב געפינען אן ארט אויסצודרוקן מיינע טיפסטע און ערהאבנסטע געפילן.
דא האב איך געפינען חברים וואס האבן פארשטאנען מיין איינזאמקייט, געשפירט מיין ענטוזיאזם, און געדינט דעם זעלבן גאט וואס איך דין; דער גאט פון אברהם יצחק און יעקב; דער גאט וואס באהאלט זיך אין א ברענענדיגער דארן וועלכע בלייבט הארט און שפיזיג טראץ די מאכטפולע פייער צינגען וואס נעמען איר ארום; דער גאט וועלכער אנטפלעקט זיך אין רוישיגע ים כוואליעס, אין דאס ליבע צווישן א געליבטער און זיין געליבטע, און אין עלעגאנטע מאטעמאטישע טעאראמען.
צו דעם גאט האב איך זיך אויסגעגאסן דאס הארץ צווישן די ווענט פון דעם שטיבל. איך האב פילאזאפירט איבער זיין מהות, אויסגעדרוקט מיינע געבעטן צו אים, איבערגעגעבן זיינע געטליכע נבואות, און געזינגען שירה צו זיין אלמעכטיגן עקזיסטענץ.
אזוי ווי איך וויל פאראייביגן די כוחות וואס איך האב אריינגעלייגט אין דעם וועבזייטל, האב איך צוזאמגענומען א הויפן פון מיינע שירים, מאמרים און נבואות וואס זענען נתגלה געווארן צו מיר. איך וועל עס בקרוב ארויפשטעלן אלס א פי די עף, און דורך די וואונדערליכע טעכנאלאגיע וועט עס פארשפרייט איבער די ארבע כנפות הארץ און צוריקברענגען פארבלאנזשעטע נשמות צום כסא הכבוד, וואו זיי וועלן זיך איינהילן אין די ווייסע פליגלען פון דעם געטליכן אוניווערס.

ומנקודות מחשבותי
שיקבצו לעדרים
אקח אותיותי
והיו למאמרים

והמאמרים בחוברת
יהיו לספרים
והספרים בכל קרת
יהיו נפזרים

ואליהם יתלקטו
מעמי שרידים
שמאד מעטו
והנם יחידים

שדעי יבינו
ויתאוו לרשפי
ועלות יהינו
לשכן בין כתפי

והשואפים למטרתי
ירבו מיום ליום
אז תבא שאלתי
העמוקה מתהום

כי יחידי הסגולות
יהיו לעדרים
ובמחשכים במצולות
יאירו לעברים

- מרן הרב קוק זצ"ל
דינסטאג מערץ 15, 2016 8:28 pm#325198
א גרויסן דאנק, פאר מיר איז דיין אנוועזנהייט געווען די באליבסטע פון סיי וועלכע שרייבער, האסט אסאך בייגעשטייערט פאר מיינע ידיעות און שאיפות במישרין ובעקיפין. מיר האפן אז דו וועסט לפחות אריינפאלן דא פון צייט צו צייט.
דינסטאג מערץ 15, 2016 8:48 pm#325202
פון מיינע אויגן פליסן טרערן:

אוי מיין ליבער יאיר, פארוואס לאזטו אונז איבער?! צו האסטו דען א השגה וואספארא רושם דיינס אן אשכול לאזט איבער אין די הערצער פון אירע ליינער?!


אור המאיר, אורו ATUB @יאיר ATUB , למה עזבתני?!

שובה אלי, נאום קאווע שטיבל.
דינסטאג מערץ 15, 2016 8:54 pm#325203
יאיר דיינע ווערטער רירן מיין הארץ, כאטש איך קום נישט צו צו דיין קנעכל אידענטיפיציר איך מיך יא מיט דעם פרט, אז קאווע שטיבל איז ביי מיר ווייט נישט געווען בלויז א פלאץ צו בונטעווען אויפ'ן סיסטעם, דאס איז שוין מיטגעקומען, נאר טאקע צו לערנען און שטייגן מיט חברים מקשיבים, וואקסן און אויסברייטן די האריזאנטן פון דער נשמה. איך מיין אז מער חברים וועלן זיך טרעפן אין דעם הערליכן קאווע שטיבל וואס דו מאלסט אפ, ווי איידער -- מיט'ן גרעסטן רעספעקט פאר ידידי האהוב -- דער קאלמוטנע קאווע שטיבל אין וועלכער כעלעמער מגיד האט זיך געטראפן.
אלנפאלס, איך קוק ארויס צו געניסן פון דיין פידיעף, און כ'האב טאקע שטארק הנאה, אז דער עולם האט זיך גענומען אין דער האנט אריין און ווער עס וויל פאראייביגן זיינע מאמרים טוט עס אליין, אן ווארטן פאר א "נעתר לבקשתינו" אדער א צווייטנס טובות...
דינסטאג מערץ 15, 2016 9:00 pm#325204
Re: מיין קאווע שטיבל קאריערע
וואו שרייבט ער אז ער גייט פון דא?
דינסטאג מערץ 15, 2016 9:05 pm#325207
Re: מיין קאווע שטיבל קאריערע
ר' יאיר, איך האב זיך דא אריינגעשריבן נאר וועגן דיר, נאך א לאנגע מלחמה מיט זיך זעלבסט.
איך בין באגייסטערט פון דיין ארט, ביסט אן אמת'ר ארטיסט, א שטיק קונסט! דיין בלויזער פראוז איז פאעזיע.
איך ווייס נאך אלץ נישט צי דיין גאט איז דער גאט פון אונזער הייליגע תורה.
דינסטאג מערץ 15, 2016 9:15 pm#325209
Re: מיין קאווע שטיבל קאריערע
יאיר לעיבן, מיר גייען שוין ציריק א וויילע, אויב איז דיר נמאס דיין ניק, נעם זיידזשע מוחל שוין א אנדערע ניק, והכו לאל מקומו יבוא בשלום
דינסטאג מערץ 15, 2016 9:18 pm#325210
יאיר, דו גייסט נישט אין ערגעץ, דו בלייבסט דא!! האסט געהערט???!!!
דינסטאג מערץ 15, 2016 9:18 pm#325211
כפול
דינסטאג מערץ 15, 2016 9:27 pm#325212
יאיר האט א פעדער געמאכט פון מוזיק.
דינסטאג מערץ 15, 2016 9:52 pm#325215
קל וחומר האט געשריבן:וואו שרייבט ער אז ער גייט פון דא?


l viewtopic.php?p=324659#p324659 l
דינסטאג מערץ 15, 2016 9:57 pm#325216
פארוואס יאגט מען אים ארויס פון דא? ווער זאגט ער וויל גיין?
דינסטאג מערץ 15, 2016 10:07 pm#325219
Re: מיין קאווע שטיבל קאריערע
דאכציך אז דאס איז געשריבן געווארן ווען ס'האט נאך געהייסן אז די שטיבל פארמאכט זיך.
מיטוואך מערץ 16, 2016 8:35 pm#325339
יאפ ATUB @יאיר ATUB געזעגנט זיך, מיט דעם קען מען שוין קלאר זאגן אז ערשטע תקופה פון ק''ש איז געקומען צו איר ענדע, און עס איז צייט צו קוקן פאראויס אנשטאט וויינען אויף וואס עס איז מער נישט דא,

לך בשלום ATUB @יאיר ATUB , און ווי די גייסט געדענק און שפיר דיר גוט אויף די אומבאשרייבליכע גוטע השפעה וואס די האסט געלאזט אויף די חברי המקום,

מיר פערזענליך און נאך אנדערע האסטו געעפענט די שערי מדע, דורכגעפירט די היכלי הרגש, און געגעבן צו שפירן פון די מתיקות השירה והפיוט, נבואה האט זיך געהערט פון דיין מויל און גאט האט זיך באוויזן פון אונטער דיין פענע,

תנוח בשלום במקומך, לא תתנשי מינן ATUB @יאיר ATUB ולא נתנשי מינך ATUB @יאיר ATUB , דיינע ווערטער און דיין גייסט בלייבן מיט אונז דא, און פארגעס אויך נישט פון אונז,
מיטוואך מערץ 16, 2016 8:38 pm#325340
ווער איז נעקסט זיך צו געזעגענען :o
פרייטאג מאי 06, 2016 12:51 am#331930
Re: מיין קאווע שטיבל קאריערע
יאיר האט געשריבן:אזוי ווי איך וויל פאראייביגן די כוחות וואס איך האב אריינגעלייגט אין דעם וועבזייטל, האב איך צוזאמגענומען א הויפן פון מיינע שירים, מאמרים און נבואות וואס זענען נתגלה געווארן צו מיר. איך וועל עס בקרוב ארויפשטעלן אלס א פי די עף, און דורך די וואונדערליכע טעכנאלאגיע וועט עס פארשפרייט איבער די ארבע כנפות הארץ און צוריקברענגען פארבלאנזשעטע נשמות צום כסא הכבוד, וואו זיי וועלן זיך איינהילן אין די ווייסע פליגלען פון דעם ]
דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 5:37 pm#356611
בן אדם האט געשריבן:ווער איז נעקסט זיך צו געזעגענען :o


איך.
זייט מיר אלע געזונט, זייער אנגענעם געווען זיך צו באקענען מיט אייך.
דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 5:52 pm#356613
האסט זיך שוין געזעגנט איינמאל, וויפיל איז די שיעור?
פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 3:52 pm#356727
שמעלקא'לע האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:ווער איז נעקסט זיך צו געזעגענען :o


איך.
זייט מיר אלע געזונט, זייער אנגענעם געווען זיך צו באקענען מיט אייך.

יויש ביסט דאך קוים אנגעקימען שוין גייסטו אוועק? דו קענסט נישט דאס טון פאר אנדז don't do it!
מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 9:39 pm#356738
Re: מיין קאווע שטיבל קאריערע
שוין צו שפעט ער איז שוין נישטא.