מיטוואך מערץ 16, 2016 11:09 pm#325387
וואס זענען אייערע פריסטע אינטערנעט זכרונות?
ס'איז אן אלטער שפיל זיך צו פרובירן צו דערמאנען דעם פריסטן יוגנט זכרון, ביי די צוויי-דריי יאר. פארוואס זאלן מיר נישט טון דאס זעלבע אין דער ווירטואלער וועלט. וואס זענען אייערע פריסטע אינטערנעט זכרונות?
מיין פריסטער זכרון איז פון יאר תשס"ה. כ'בין דעמאלט געווען א בחור פון 16 יאר אלט, און ס'האט זיך מיר פארוואגלט א קאמפיוטער און א סי-די פון AOL מיט 6 חדשים אומזיסטער אינטערנעט. במחתרת האב איך איינגעשטעקט דעם קאמפיוטער אין א טעלעפאן, און זיך ארויפגעזעצט אויף דעם אינטערנעט מיט דייל-אפ.
איך האב נישט געהאט קיין מושג וויאזוי דער אינטערנעט ארבעט, כ'האב אויך נישט געהאט קיין איין מענטש וואס זאל מיר קענען אנווייזן וואס צו טון. אזוי האב איך ארומגעוואנדערט און צוביסלעך אויסגעפונען דורך א קליק דא און א קליק דארט.
איינמאל כ'האב אנטדעקט דעם סוירטש קעסטעלע, האב איך אריינגעשטעלט דעם ווארט Talmud – ס'האט זיך מיר פארשמעקט צו זען וואס מ'קען געפונען אויף דעם אינטערנעט וועגן דער גמרא. איינער פון די ערשטע רעזולטאטן איז געווען דאס, א וועבסייט פון אן גלח מיט'ן נאמען מייקל האפמאן וועלכער האט דורכגעלערנט דעם גאנצן תלמוד מיט'ן ציל צו טרעפן די מאדנעסטע שטיקלעך וואס מ'קען נוצן צו העצן קעגן אידן.
כ'האב ארויסגעדרוקט גאנצעטע בלעטער פון זיין וועבסייט, און כ'בין היבש שאקירט געווארן פון די ציטאטן וואס ער האט געברענגט. ערגעץ וואו האט ער אויך דערמאנט א פרשה מיט א מאלעסטאר אין ארץ ישראל מיט'ן נאמען בריזל. דאס איז געווען דאס ערשטע מאל וואס כ'האב געהערט וועגן דעם מושג פון מאלעסטארס, און אז חרדים פרובירן צו דערשטיקן די פעלער.
וואס זענען אייערע ערשטע אינטערנעט זכרונות?