Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » קאווע שטיבל • א צווייפלדיגע ודאי אדער מסופק'דיגער שמא?

קאווע שטיבל • א צווייפלדיגע ודאי אדער מסופק'דיגער שמא?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10281
מיטוואך מערץ 16, 2016 11:30 pm#325394
א צווייפלדיגע ודאי אדער מסופק'דיגער שמא?
הגר"א מילער זצ"ל איז לכאורה געווען איינע פון די לעצטע תורה סקאלערס וואס די וועלט האט לעצטענס געזען. איינע פון די טאלאנטן פון הרב מילער איז געווען די באוויסטע Q&A סעריעס - די חידוש איז געווען וויאזוי ער האט ספאנטאן געהאט א טיפע ענטפער אנע זיך דארפן צוגרייטן פון פריער. זיינע ענטפערס זענען ארויפגעפאלן אויפן קשיא ווי א הענטשוך אויף א האנט. שנעל, רוב מאל קורץ, און זייער טיף. אסאך פון זיינע ענטפערס און מחשבות פארדינען לאנגע באזונדערע אשכולות, אזוי ווי מיר זעען טאקע, פעלן טאקע נישט קיין אשכולות איבער דעם תורה ריז.

איך האב מיך אנגעקלאפט אין איינע פון זיינע ענטפערס, און איך האלט אז דאס דארף א דרינגליכער אפשאצונג.

קשיא: פארוואס דארף זיין די איבערגעגעבנקייט פאר "דער באשעפער און די תורה" מער איבער אלע אנדערע צילן?

ענטפער: איך וועל עפעס פרעגן יעדעם איינעם פון דא אליבא דנפשיה, יעדער לויט זיין אייגענע ווערטער. עס איז דא א מענטש וואס איז איבערגעגעבן צו בלומען, ער האט ליב בלומען, אדער ער האט ליב פויגל. דאס איז זיין גאנצע לעבן. סא אונז גיימיר אים פרעגן: קוק, דו גייסט נישט לעבן מער פון 120 יאר, סא וואס גייסטו פארדינען פון די בלומען צום סוף פון דיין לעבן? זיי גייען דיך באערדיגען צווישן בלומען? די פויגל וועלן קומען זינגען העכער דיין קבר? דו וועסט וויסן בכלל וואס טוט זיך? וואס גייסטו פארדינען פון א לעבן וואס איז געווען מאטיווירט פאר בלומען? אדער א לעבן מאטיווירט פאר מוזיק? אדער א לעבן מאטיווירט פאר עבודה זרה? אדער א לעבן איבערגעגעבן לאמיר זאגן ארום צו פארן שטודירן? א לעבן איבערגעגעבן פאר סייענס? וואס גייסטו ארויסנעמען פון זיי? זענען זיי דיר מבטיח אין דיין סייענס טעקס בוך, אז ווען דו גייסט שטארבן גייסטו גראדאירן צו א יוניווערסעטי וואו דו גייסט דארט לערנען פאר די קומענדע מיליאן יאר? קיינער איז דיר גארנישט מבטיח דארט. אלעס וואס זיי זענען דיר מבטיח איז A Hole in the ground A hole in the ground!

וואס זענען מיר מבטיח? אונז זענען אים מבטיח עפעס אנדערש. לאמיר זאגן דו ווייסט נישט די אמת, אבער איז עס דען נישט ווערט צו געמבלען אויף דעם? נאך אלעם, וואס וועסטו פארדינען? א A hole in the ground סא דו מוזט אויסוועלן, אדער וועל דיר אויס א A hole in the ground אדער וועל דיר אויס א אינערליכן לעבן.

לאמיר זאגן דו ווילסט א אינערליכן לעבן, איז אבער א A hole in the ground זיכער נישט א אינערליכן לעבן. דאס איז א ודאי, און דאס איז א ספק. סא דו מעגסט נעמען א טשענס, דו גייסט גארנישט פארלירן, עס איז אזוי פשוט ווי עס איז. אבער גארנישט וועסטו פארדינען ווען די צייט וועט קומען, יעדער איינער דארף זאגן Goodbye פאר די וועלט. יעצט, איז עס וויכטיג צו וויסן וויאזוי דו לעבסט אין די וועלט? איז עס וויכטיג ווי סאך פאן דו האסט געהאט אין די וועלט? יא עס קומט צו אן ענדע, מענטשן ווערן אלט, אויסגעוועטשט, און קראנק. אלעס ווערט גרוי און זויער, ביז עס ווערט אש פון זיי. סא עס איז אלעס גארנישט, אלעס איז גארנישט. זכרונות און גארנישט. דו נעמסט נישט מיט קיין זכרונות מיט דיר. סא די שאלה איז, וואס גייט געשען מיט דיר נאך דיין קבר? סא אלע איסלאמישע זאגן דיר אז נאך דיין קבר וועסטו זיין אזוי טויט ווי א נאגל פון א טיר. אבער אונז זאגן אז נאך דיין קבר וועסטו נישט זיין אזוי טויט ווי נאגל פון א טיר. עס איז דא א מאסיווער ברענעדיגן גיהנם וואס ווארט אויף דיר פארן פאברענגן דיינע יארן. אה, זיכער, עס איז דא א משפט. פארוואס האסטו נישט אויסגענוצט דיין לעבן עפעס צו מאכן פון דיר? פארוואס האסטו נישט הנאה געהאט פון דיין אייגענע אמונה? פארוואס האסטו נישט פראבירט צו זען די אמת אין די וועלט, וואו דו קענסט זען די הענט פונעם אייבירשטען. און עס איז אוממעגליך פאר א מענטש צו נוצן זיינע אויגן און עס פארבלענדן און לייקענען אז עס איז דא קלוגשאפט אין די וועלט. דו האסט זיך אויסגעדרייט דיין ריקן אויף זאכן וואס איז געווען עוועילעבל, און דו האסט אויסגעוועלט שטותים, ליידיגע זאכן. סא דו דארפסט וויסן, נישט נאר איז דיין קבר דיין ענדע, נאר די קבר איז די אנהייב פון די עונש.

יעצט, ווען איינער הערט דאס, אויב ער גייט איגנארן די אלטערנאטיוויס, און ער וועט זאגן איך וועל צומאכן מיינע אויגן, און איך וועל אוועקווארפן אלעס און איך וועל אויסוועלן מיט דעם אלעמען A hole in the ground. איז אלע אזעלכע רעליגיעזע מענטשן להבדיל קלייבן למעשה אבער נישט אויס A hole in the ground, זיי זענען איבערגעמאכט דורך זייערע לערער, אז ״זיי האבן אויך א אינערליכע לעבן״. יעצט, אונז גייען מיר נישט זיי אויפמאכן, דאס איז נישט אונזער ארבעט צו רעדן צו די גויים, און זאגן אז זיי זענען פאלטש.

אינעם קאראן וועסטו אויפמישען די בלעטער, וועסטו זען אז די קאראן זאגט אז ווען פרעה, אין די צייטן ווען די אידן זענען געווען אין עגיפטען, האט פרעה געזיכט איינעם מיט וועם זיך אדורך צו רעדן וואס צו טון מיט די אידן. סא ער האט אריינגערופן א קאנסלאר מיטן נאמען המן. פרעה האט אריינגערופען המן אלס עדווייזער. איר פארשטייט וואספארא היסטארישע מענשטן זיי זענען געווען. איך האב געמיינט אז עס איז געווען א טעות, אבער איך האב אריבער געמישט אפאר בלעטער שפעטער, און ער ווערט נאכאמאל דערמאנט המן! עס איז האר אויפשטעלנד! עס איז אזוי קראנק ווי עס קען זיין! אבער די גויים זענען נאריש, און זיי פראבירן זייערע בעסטע היינט, צוזאמען מיט זייערע פראפעסערס און פיסטע לערערס איבערצושטיקלען היסטאריע. אבער עס איז צו שפעט, עס איז שוין געשריבן שווארץ אויף ווייס.

אבער א איד וואס קוקט אויף די וועלט און זעט שטענדיג די האנט פונעם אייבירשטען אין די נאטור. וואונדער איבער וואונדער! פארוואס זענען די שארפע ציינער אין פראנט פונעם מויל? איז עס א אינצידענט אז דו האסט שארפע ציינער אין פראנט? איך האב גערעדט צו א דענדטיסט, און אים געפרעגט: וויפיל מיילער האסטו שוין געזען? האט ער געזאגט טויזענטער מיילער. האב איך אים געפרעגט: האסטו שוין געזען די שארפע ציינער אין די בעק? ניין, האט ער גאזאגט, אייביג אין די פראנט. האב איך אים געפרעגט 'פארוואס? האט ער געזאגט: וואס מיינסטו צו פרעגן, אויב די שארפע ציינער וואלטן געווען אין די בעק, און די באק ציינער אין פראנט וואלט מען נישט געקענט עסן. דו דארפסט האבן די שארפע ציינער אין פראנט צו קייען די עסן. נאכדעם קומט די צינג און שטיפט עס אריין אין די האלדז, און עס איז קיינמאל נישט פארקערט. יעצט, דו האסט געקוקט אין טויזענטער מיילער, דו נארישער דענטיסט, האסטו נישט געזען אז עס איז די האנט פונעם אייבירשטען? וויאזוי קען אזא פלאן זיין פראגאמירט אין די דזשינס פון די קליינע אומגעבוירענע קינדער. אין יעדעם איינעם איז דא דעם פראגרעם, אזוי ווי אין א קאמפיוטער. סא דו זעסט אז עס איז דא א פלאן, עס איז נישט קיין צופאל.

למשל מען וואלט געלייגט א מאלפע ביי א טייפריידער, לאמיר זאגן, מיליאן מאלפעס ביי מיליאן טייפריידערס, און דו וועסט זאגן, חברה! הייבטס אן ארבעטן! סא זיי נעמען זיך צוהאקן אוועק, וועלן זיי אמאל אויפקומען מיט א פראזע ווי "Dog bites cat? קיינמאל נישט! אין ביליאן יאר פון האקן וועט קיינער נישט מצליח זיי צו מאכן א פראזע פון Dog bites cat. אזא פשוט'ער מושג, אן קיין פיליזאפיע, קענסטו ניטאמאל ביי א טעות מאכן עפס ניצבאר. סא וויאזוי קענסטו מאכן ביי א טעות א ציין? יעדער קען זען די האנט פונעם אייבירשטען אין די נאטור. זיי ווילן עס נישט זען, זיי זענען רשעים גמורים! און דאס איז פארוואס זיי גייען אלע גיין אין גיהנם. עס איז נישט דא קיין שום התנצלות פאר דעם, דעפאר ווען דו קוקסט אויף די תורה קעסטו דיפענדען יעדער ווארט פון די תורה. קיינער האט קיינמאל נישט געקענט אוועק שטיפן א ווארט פון די תורה. די תורה איז געשריבן געווארן אין אזא וועג אז עס איז גאראנטירט אמת. און אויב פארשטייסטו דאס נישט, פראביר עס אויסצוגעפונען. דערפאר ווען א איד קלייבט אויס, אידישקייט איבער קאמאניזעם, אדער איבער ליעבערליזאם, טוט ער א קאמען סענס, אלעס איז בעסער פון א A hole in the ground

***

אלזא, הרב מילער נעמט דיך אויף א רייזע, וואו ער זאגט, אז דו האסט פאר דיך א ודאי און שמא. ובחרת בשמא. די 'שמא' איז אונזערע אידישקייט - און עס לוינט צי נעמען א געמבעל, ווייל דו ווייסט נישט דעם אמת. און די 'ודאי' איז די hole in the ground. נאכדעם איז ער דיר מסביר פארוואס די וועלט איז 'ודאי', פארוואס די וועלט איז זיכער א hole in the ground.

די איבריגע טייל פון זיין ענטפער באציהט ער זיך אז עס איז דא א באשפער, קיינער קען נישט מאכן א מאלפע טייפן, קיינער קען נישט מאכן אזאנע קליגע ציין. יעצט, אויף די צווייטער טייל פון די ענטפער, כאפ איך נישט פונקטליך וואס דאס האט מיט די קשיא. די קשיא איז נישט אויב עס איז דא א ג-ט. די קשיא איז פון וואנעט ווייסטו אז אידישקייט איז אמת, און פארוואס דארפסטו זיין איבערגעגעבן פאר די תורה מער פון אלעם. סא אן ענטפער איבער די איבערצייגונג פון ג-ט איז נישט רעלעווענט צו די קשיא. אודאי איז דא א ג-ט, אין עוד מלבדו, אבער פון וואנעט ווייסטו אז אידישקייט איז אמת.

יעצט, די ערשטע טייל פון די ענטפער פארשטיי איך אויך נישט. ער זאגט: אסאך רעליגיעזע מענטשן וועלן טענה'נען אז ״זיי האבן אויך א אינערליכע לעבן״ פונקט ווי אונז. נאר די חילוק איז "אז זיי זענען איבערגעמאכט דורך זייערע לערער". און אפשר זענען מיר איבערגעמאכט דורך אונזערע לערער? נישט אז איך האלט אזוי, אבער טאמער דו קענסט מיט א זיכערקייט יענעם אריינלייגן אין די 'ודאי קאטעגאריע', און אז יענער איז איבערגעמאכט. מיט וואס קענען מיר נישט זיין איבערגעמאכט? דו האסט דא פאר דיך צוויי רעליגעס, ביידע שרייען אז דער אנדערע איז A hole in the ground, און אז דער אנדערע איז איבערגעמאכט געווארן. סא וואס ענטפערט דאס די קשיא? כפארשטיי אז דו זאגסט אז זיי זענען נארישע מענטשן, און האבן אן אומסטאבילער קאראן, אבער זייער זיכערע טפשות איז נישט קיין הוכחה אויף אונזער זיכערקייט, וואס איז אין בעסטן פאל א 'שמא'. ווייל אפשר זענען מיר איבערגעמאכט.
מיטוואך מערץ 16, 2016 11:38 pm#325396
לכאורה קומט ער נישט דא מכריח זיין די אידישע אמונה בעיקרון, ד.ה. ער דערמאנט אין קורצען זיינע געוועהנליכע הוכחות אויף אידישקייט, אבער דאס איז נישט א חלק פין די וודאי און ספק שמועס.

ער לייגט בעיקר אראפ אז היות די וועלט איז א וודאי אז מען גייט שטארבען, לוינט זיך צו אינוועסטען אין דער שמא פין נצחיות, ד.ה. אמונה.

דער מוסלמענער וואס לאזט זיך הרג'נן פאר א ספק פין עטליכע זיבעציג שווארץ אויג בתולות איז לכאורה גערעכט לויט ר' אביגדור.
דאנערשטאג מערץ 17, 2016 5:36 am#325422
פון דער לשון הקושיא וואס דו האסט אראפגעברענגט זעט מיך יא אויס אז ס'איז נישט דוקא אויף רעליגיעס, נאר אויף דעם אי"ס אליין. ווייל ער פרעגט דאך אז ס'איז דא נאך צילן אין לעבן - טאקע נישט אזוי רוחניות'דיג, אבער ס'איז א ציל. איז פארוואס דארף מען זיין 'מער' איבערגעגעבן פאר די הקב"ה ותורתו ציל מער פון אנדערע צילן. ופשוט הוא.

אויף דיין לעצטע פארעגראף איז לכאורה די תירוץ אז אזוי פלעגט ר' אביגדור רעדן (ער ווארפט נאר אריין אז מ'קען זיך אליין איבערצייגן אין אמיתות התורה וכו').
דאנערשטאג מערץ 17, 2016 9:03 am#325429
Re: א צווייפלדיגער ודאי און מסופק'דיגער שמא
איך האב מיך שוין אויפגערעגט ווי דו געסט א שיס ארויס אז ר' אביגדור איז פון די לעצטע תורה סקאהלערס וואס איז געווען און אז ער האט אייביג געהאט אויפן פלאץ א פונקטליך צוגעפאסטע ענטפער, און אין דעם זעלבן דוגמא וואס דו ברענגסט, זעט מען א ווילדער דייעטריב וואס מישט הודו מיט כוש און קלעפט ווי ארבעס צום וואנט, טיפיקל אמנון יצחק מעניפיולעטיוו טאלק שאו סטיל.
צום סוף זעה איך אז דו בלייבסט טאקע מיט א קשיא אויף זיין ענטפער, נו, איך האב א פשוט'ער תירוץ; זיינע תשובות האבן טאקע נישט געפאסט ווי א גלאוו צום האנט.

בגוף הדבר, למותר להאריך אין די נארישקייט פון די טענה. לו יצוייר אז אלץ חוץ אידישקייט אז יא ודאי נישט, איז עס נאכאלץ נישט קיין סיבה צו שטעלן עבודת ה' אלס העכסטן ציל. דער אייבערשטער וויל דאס נישט אויף דעם אופן, מ'איז גארנישט ביכולת אזוי מקיים צו זיין דעם ועבדתם את ה' אלקיכם בכל לבבכם.

ס'דערמאנט מיר א מעשה מיט ר' חיים קאפלאן ע"ה. א איד פרעגט אים אמאל נאך מעריב: "וואס מאכסטו?", זאגט ער: "כ'האב ספיקות", "וואסערע ספיקות?","צי ס'דא א בורא עולם", שרייט יענער: "האסט דאך יעצט געזאגט שמע ישראל"? זאגט ער צוריק: און טאמער יא?
דאנערשטאג מערץ 17, 2016 9:20 am#325431
דאנערשטאג מערץ 17, 2016 10:13 am#325437
אישתישבי האט געשריבן:לכאורה קומט ער נישט דא מכריח זיין די אידישע אמונה בעיקרון, ד.ה. ער דערמאנט אין קורצען זיינע געוועהנליכע הוכחות אויף אידישקייט, אבער דאס איז נישט א חלק פין די וודאי און ספק שמועס.

ער לייגט בעיקר אראפ אז היות די וועלט איז א וודאי אז מען גייט שטארבען, לוינט זיך צו אינוועסטען אין דער שמא פין נצחיות, ד.ה. אמונה.

דער מוסלמענער וואס לאזט זיך הרג'נן פאר א ספק פין עטליכע זיבעציג שווארץ אויג בתולות איז לכאורה גערעכט לויט ר' אביגדור.

ער וויל דייקא יא מכריע זיין אז אידישקייט איז די אמת, ווייל דאס איז אן essential part אויף די קשיא, און טאקע דאס איז וואס איך פארשטיי נישט, ווער זאגט אז אונזערע שמא איז שטערקער פון זייערע שמא, וואס למאמרו זענען זיי איבערגעמאכט געווארן דורך זייערע לערערס.

ATUB @מפוזרי ATUB הרב מילער איז נישט געווען קיין אמנון יצחק, און א ריזן חלק פון זיין סקאלערשאפט איז א תורה שלימה. פונקט ווי דיך פארשטיי איך נישט זיין ענטפער דאסמאל, אבער איך זע נישט קיין שאטן פון דייעטריב אין זיינע ווערטער.

ATUB @נהורא נפישא ATUB זייער אינטערסאנט די לינק.
דאנערשטאג מערץ 17, 2016 10:43 am#325443
נהורא נפישא האט געשריבן:Pascal's wager

m http://youtu.be/H_ATC2y5PRI m
איך נעם נישט קיין אחריות אויף די אינהאלט פון די קליפ אבער ס׳איז אינטערסאנט וואס ער האט צו זאגן אבער Pascal's wager
דאנערשטאג מערץ 17, 2016 12:44 pm#325453
ס'דארף אבער אנגעמערקט ווערן אז למעשה האלט די פאסקאל'ס געוועט נישט אויס אלס א לאגישער ארגומענט, ווי יעדער קען זעהן אינעם לינק, די לעכערליכקייטן.
דאנערשטאג מערץ 17, 2016 12:56 pm#325454
נהורא נפישא האט געשריבן:ס'דארף אבער אנגעמערקט ווערן אז למעשה האלט די פאסקאל'ס געוועט נישט אויס אלס א לאגישער ארגומענט, ווי יעדער קען זעהן אינעם לינק, די לעכערליכקייטן.

לאגיש?!
ווענדט זיך אין די הנחות וואס מען האט.
דאנערשטאג מערץ 17, 2016 1:05 pm#325456
מיר איז שווער די קשיא, קען זיין אז דא ליגט באהאלטן טיפערס וואס איך זעה נישט, אבער די תירוץ אויף די קשיא איז לכאורה סאך פשוטער ווי הרב מיללער ענטפערט.

די קשיא

קשיא: פארוואס דארף זיין די איבערגעגעבנקייט פאר "דער באשעפער און די תורה" מער איבער אלע אנדערע צילן?

די תירוץ איז, אז אויב דו פארשטייסט אז ס'איז דא א באשעפער וואס האט דיך אראפגעשיקט אויף דעם עולם השפל פאר א ציהל, איז עס 'נאר' אים צו דינען,

ס'מיינט נישט אז מ'זאל נישט ארבעטן וכו', ס'מיינט אז אין יעדע פעולה זאל דער ציהל זיין עבדות השם, מ'ארבעט ווייל מ'דארף צו עסן, אויפציען קינדערלעך וכו', אבער דער ultimate goal איז עבדות ה'.

איי מיר לעבן נישט אזוי, וועם וויל מען נארן ?, ס'נעמט אבער נישט אוועק פון דעם פאקט אז דאס איז דער רצון ה', ודברת בם ולא בדברים בטילים אפגעזעהן צו דו האלטסט ביי די מדריגה אדער נישט.

מיר קוקט בכלל נישט אויס ווי דער שואל איז מסופק אין מציאת ה' אדער די ריכטיגע אמונה, נאר הרב מילער כדרכו בקודש פרובירט צו מאכן דערפון א לעססאן וואס אפעלירט צו דעם ברייטערן ציבור ווי איידער צו אדרעסירן דעם ספעציפישע שאלה.

_________

אויפווייזן די לעכערליכקייט פון אנדערע רעליגעס מאכט טאקע נישט אונזער גלויבן א 'ברי' ס'מאכט עס נאר פאר די איינציגע אלטערנאטיוו אוועילעבל פאר מאמינים,
דאנערשטאג מערץ 17, 2016 2:17 pm#325459
אחד העם האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:ס'דארף אבער אנגעמערקט ווערן אז למעשה האלט די פאסקאל'ס געוועט נישט אויס אלס א לאגישער ארגומענט, ווי יעדער קען זעהן אינעם לינק, די לעכערליכקייטן.

לאגיש?!
ווענדט זיך אין די הנחות וואס מען האט.

ריכטיג. וואס איך מיין צו זאגן איז, אז מאנכע נוצן פאסקאל'ס געוועט אלס א הוכחה פאר עפעס, ווען אין אמת'ן איז דאס נאר א לאגישע פארשלאג וויאזוי צו מאכן באשלוסן בהנחה אז איר האט א ספק אויף א אמונה, וואס אויב די אמונה זאל זיין ריכטיג וועט איר שטארק באדויערן פארן נישט לעבן אין איינקלאנג דערמיט, ולעומת זה אויב שטעלט זיך עס ארויס צו זיין נישט ריכטיג וועט איר לפחות גארנישט דערלייגן, דאס זאגט אבער גארנישט איבער די נאטור פונעם ספק זעלבסט, ווי חשוב דער ספק איז וכדומה, יעדע זאך וואס מ'ווייסט נישט קען זיין מיליאנען ספיקות איבער דעם, אבער יעדע ספק פאר זיך איז נישט גענוג חשוב אז מענטדן זאלן חושש זיין דערצי, ממילא כדי אז פאסקאל'ס געוועט זאל זיין איבערצייגענד, דארף מען קודם מניח זיין אז יענע און יענע לעבנסשטייגער איז בהכרח אין כלל פון א ספק חשוב.
דאנערשטאג מערץ 17, 2016 2:47 pm#325462
פרייוויליג האט געשריבן:
אינעם קאראן וועסטו אויפמישען די בלעטער, וועסטו זען אז די קאראן זאגט אז ווען פרעה, אין די צייטן ווען די אידן זענען געווען אין עגיפטען, האט פרעה געזיכט איינעם מיט וועם זיך אדורך צו רעדן וואס צו טון מיט די אידן. סא ער האט אריינגערופן א קאנסלאר מיטן נאמען המן. פרעה האט אריינגערופען המן אלס עדווייזער. איר פארשטייט וואספארא היסטארישע מענשטן זיי זענען געווען. איך האב געמיינט אז עס איז געווען א טעות, אבער איך האב אריבער געמישט אפאר בלעטער שפעטער, און ער ווערט נאכאמאל דערמאנט המן! עס איז האר אויפשטעלנד! עס איז אזוי קראנק ווי עס קען זיין! אבער די גויים זענען נאריש, און זיי פראבירן זייערע בעסטע היינט, צוזאמען מיט זייערע פראפעסערס און פיסטע לערערס איבערצושטיקלען היסטאריע. אבער עס איז צו שפעט, עס איז שוין געשריבן שווארץ אויף ווייס.

ס'דא גראדע אן אנדערע מדרש וואס זאגט אז ס'איז געווען איוב. יעצט מיש אויף א גמרא בבא בתרא דף ט"ו.

אגב, ווען האט געלעבט דער "היסטארישע" המן?
דאנערשטאג מערץ 17, 2016 2:50 pm#325463
איוב לא היה ולא נברא רק משל היה. דאס שטייט אין בבא בתרא?
דאנערשטאג מערץ 17, 2016 2:51 pm#325464
(קען זיין אז דער מדרש איז אויך נאר א משל)
דאנערשטאג מערץ 17, 2016 3:04 pm#325468
Re: א צווייפלדיגע ודאי אדער מסופק'דיגער שמא?
די סיבה פארוואס ער לייגט אריין אזויפיל הוכחות אינעם טענה איז לכאורה כדי ארויס צונעמען פונעם equation אלע אנדערע רעליגיעס, צו שטעלן דעם ספק נאר צווישן יהדות אדער גארנישט,

למעשה ארבעט די טענה נאר פאר איינער וואס האט אנערקענט אין הבל הבלים הכל הבל, פאר אזא איינעם קען מען אפשר טענה'ן אז עס לוינט צו נעמען א שאנס צו באקומען חיי נצח און פארמיידן עונש, אבער פאר איינער וואס האט זיך פארליעבט אינעם יפיתו של יפת, אדער אין די גשמיות'דיגע הנאה פון די די סעקולארע וועלט, פאר אים איז די וועלט נישט בלויז a whole in the ground, נאר די וועלט איז 'אלץ' , ממילא דאס אויפצוגעבן דארף מען האבן מער ווי א ספק,

Sent from my GT-I9192 using Tapatalk
דאנערשטאג מערץ 17, 2016 3:05 pm#325469
Re: א צווייפלדיגע ודאי אדער מסופק'דיגער שמא?
נאך וואס איך פארשטיי נישט פון הרב מילר, ווי איך געדענק איז ער פון די וואס האלטן אז אידישקייט איז א רעליגיע פון 'אמת' דהיינו די סיבה פארוואס מען דארף דאס אננעמען איז ווייל עס איז באוויזן אז דאס איז אמת, מיט די א.ג. כוזרי הוכחה, צו די צושטאנגעקומענע נבואות וכו' וכו', אויב אזוי פארוואס דארף ער זיך אראפלאזן צו אזעלכע שוואכע זאכן ווי פאסקאל'ס געוועט וואס ביסודה שטייט ספקנות?

Sent from my GT-I9192 using Tapatalk
דאנערשטאג מערץ 17, 2016 3:07 pm#325471
פרייוויליג האט געשריבן:
למשל מען וואלט געלייגט א מאלפע ביי א טייפריידער, לאמיר זאגן, מיליאן מאלפעס ביי מיליאן טייפריידערס, און דו וועסט זאגן, חברה! הייבטס אן ארבעטן! סא זיי נעמען זיך צוהאקן אוועק, וועלן זיי אמאל אויפקומען מיט א פראזע ווי "Dog bites cat? קיינמאל נישט! אין ביליאן יאר פון האקן וועט קיינער נישט מצליח זיי צו מאכן א פראזע פון Dog bites cat. אזא פשוט'ער מושג, אן קיין פיליזאפיע, קענסטו ניטאמאל ביי א טעות מאכן עפס ניצבאר.

האו אבאוט טוהן פונקט פארקערט. זעץ אוועק א מאנקי ביי א טייפרייטער און לאז אים אפהאקן א מספר אותיות און דערנאך מאך אפ אז די ערשטע דריטל פון די אותיות זאל טייטשן Dog, די צווייטע Bites און די לעצטע דריטל Cat.

או כלך לדרך אחרת. טראכט פון אן ענדלאזע גרויסע זו פון מאנקיס מיט אן אין סוף סופליי פון טייפרייטערס. זיי זיצן און טייפן ווי לאנג ס'לאזט זיך נאר. ס'איז נישט מעגליך אז אין איינע פון די אלע שרייבעריי זאלסטו נישט קענען געפונען סיי וועלעכע בוך ס'איז נאר אמאל געשריבן געווארן אדער גייט געשריבן ווערן.

אויב ווילסטו דאס אויספרובירן אליינס, פעלט נישט אויס צו גיין אהין צו יענע אין סופית'דיגע זו. גיי אריין דא און טייפ אריין סיי וועלעכע קאמבינעישן פון ווערטער דיר שמעקט נאר און די וועסט עס געפונען ערגעץ ווי אין זייער'ס א בוך שוין אפגעשריבן.

איך דארף זיין אויפריכטיג, אליבא דאמת זענען ביידע פון די אויבן-דערמאנטע מהלכים נישט די ריכטיגע, פון א מאדערענע פיליזופישען קוק-ווינקל. דאס איז נאר לשבר את האוזן צו ווייזן ווי לעכערליך די סארט אמונות טפילות פון די סארט שפיציגע יהדות לעקטשורערס זענען. דאס איבריגע וועל איך לאזן פון די עיון המעיינים.
דאנערשטאג מערץ 17, 2016 3:07 pm#325472
בן אדם האט געשריבן:איוב לא היה ולא נברא רק משל היה. דאס שטייט אין בבא בתרא?

שטייט דארטן נאך מהלכים
דאנערשטאג מערץ 17, 2016 3:12 pm#325475
Re: א צווייפלדיגע ודאי אדער מסופק'דיגער שמא?
פרייוויליג האט געשריבן:
@מפוזרי הרב מילער איז נישט געווען קיין אמנון יצחק, און א ריזן חלק פון זיין סקאלערשאפט איז א תורה שלימה. פונקט ווי דיך פארשטיי איך נישט זיין ענטפער דאסמאל, אבער איך זע נישט קיין שאטן פון דייעטריב אין זיינע ווערטער.
.

איך בין חלילה נישט משווה ר' אביגדור'ס פערזאן מיט אמנון יצחק. ר' אביגדור איז געווען אן אדם גדול ['נישט' פון די לעצטע, ב"ה לא אלמן ישראל]. איך פארגלייך יא די דאזיגע ספאנטאנע ענטפער זיינער, וואס אחוץ פון מישן הודו מיט כוש, טוט עס בכלל נישט אדרעסירן די געפרעגטע שאלה. דער שואל גלייבט שוין אין גאט, ער וויל נאר וויסן פארוואס מאכן אזא עסק פון עבדות ולא קבל תשובה ע"ז.

בנוגע דיין קשיא אז די אנדערע רעליגיעס זענען אויך א שמא, איז דאס שוין די שוואכסטע טענה אויף אים. ער האט דען גערעדט צו גוים? די אידן צו וועמען ער האט גערעדט גלייבן סייווי נישט אין יאשקע און אללאה, אויב נישט גב"ה איז אלע אנדערע אוודאי נישט. נאר כאמור איז עס ממילא א נארישע טענה, סיי אויפן עצם גלייבן, וכש"כ אז אזא געדאנקנגאנג איז א סתירה צו איבערגעגעבנהייט וואס דאס איז דאך געווען די שאלה.
דאנערשטאג מערץ 17, 2016 3:15 pm#325477
אחד העם האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:ס'דארף אבער אנגעמערקט ווערן אז למעשה האלט די פאסקאל'ס געוועט נישט אויס אלס א לאגישער ארגומענט, ווי יעדער קען זעהן אינעם לינק, די לעכערליכקייטן.

לאגיש?!
ווענדט זיך אין די הנחות וואס מען האט.

לאגיק האט נישט מיט הנחות.
דאנערשטאג מערץ 17, 2016 3:19 pm#325479
דבילה האט געשריבן:
אחד העם האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:ס'דארף אבער אנגעמערקט ווערן אז למעשה האלט די פאסקאל'ס געוועט נישט אויס אלס א לאגישער ארגומענט, ווי יעדער קען זעהן אינעם לינק, די לעכערליכקייטן.

לאגיש?!
ווענדט זיך אין די הנחות וואס מען האט.

לאגיק האט נישט מיט הנחות.

אהה, ניין?! שכויח.

האסט כנראה נישט משים לב געווען אויפן המשך.
דאנערשטאג מערץ 17, 2016 3:23 pm#325482
אחד העם האט געשריבן:
דבילה האט געשריבן:
אחד העם האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:ס'דארף אבער אנגעמערקט ווערן אז למעשה האלט די פאסקאל'ס געוועט נישט אויס אלס א לאגישער ארגומענט, ווי יעדער קען זעהן אינעם לינק, די לעכערליכקייטן.

לאגיש?!
ווענדט זיך אין די הנחות וואס מען האט.

לאגיק האט נישט מיט הנחות.

אהה, ניין?! שכויח.

האסט כנראה נישט משים לב געווען אויפן המשך.

זעט טאקע נישט אויס ווי לאגיק איז דא א מאן דאמר. 'שקויעך פאר קלאר מאכן.
דאנערשטאג מערץ 17, 2016 3:37 pm#325485
דבילה האט געשריבן:
אחד העם האט געשריבן:
דבילה האט געשריבן:
אחד העם האט געשריבן:ווענדט זיך אין די הנחות וואס מען האט.

לאגיק האט נישט מיט הנחות.

אהה, ניין?! שכויח.

האסט כנראה נישט משים לב געווען אויפן המשך.

זעט טאקע נישט אויס ווי לאגיק איז דא א מאן דאמר. 'שקויעך פאר קלאר מאכן.

איינער האט דא גערעדט פון א מאן דאמר?
ס'וואלט טאקע בעסער געווען ווען ס'איז א מאן דשתק...

הכלל, נהורא טענה'ט אז פאסקל האלט נישט אויס מכח לאגיק כשלעצמו, האב איך אים נאר אנגעמערקט, אז וויבאלד פאסקל'ס געוועט איז סובייעקטיוו אויף די הנחות וואס מען האט אויף די צדדי הספק, קען מען נישט דן זיין אויף די לאגיק כשלעצמו. ווי נהורא האט זיך שוין טאקע מסביר געווען.
דאנערשטאג מערץ 17, 2016 5:51 pm#325516
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן: האו אבאוט טוהן פונקט פארקערט. זעץ אוועק א מאנקי ביי א טייפרייטער און לאז אים אפהאקן א מספר אותיות און דערנאך מאך אפ אז די ערשטע דריטל פון די אותיות זאל טייטשן Dog, די צווייטע Bites און די לעצטע דריטל Cat.

או כלך לדרך אחרת. טראכט פון אן ענדלאזע גרויסע זו פון מאנקיס מיט אן אין סוף סופליי פון טייפרייטערס. זיי זיצן און טייפן ווי לאנג ס'לאזט זיך נאר. ס'איז נישט מעגליך אז אין איינע פון די אלע שרייבעריי זאלסטו נישט קענען געפונען סיי וועלעכע בוך ס'איז נאר אמאל געשריבן געווארן אדער גייט געשריבן ווערן.

אויב ווילסטו דאס אויספרובירן אליינס, פעלט נישט אויס צו גיין אהין צו יענע אין סופית'דיגע זו. גיי אריין דא און טייפ אריין סיי וועלעכע קאמבינעישן פון ווערטער דיר שמעקט נאר און די וועסט עס געפונען ערגעץ ווי אין זייער'ס א בוך שוין אפגעשריבן.

איך דארף זיין אויפריכטיג, אליבא דאמת זענען ביידע פון די אויבן-דערמאנטע מהלכים נישט די ריכטיגע, פון א מאדערענע פיליזופישען קוק-ווינקל. דאס איז נאר לשבר את האוזן צו ווייזן ווי לעכערליך די סארט אמונות טפילות פון די סארט שפיציגע יהדות לעקטשורערס זענען. דאס איבריגע וועל איך לאזן פון די עיון המעיינים.

איך האב געשמייכלט פון דיין ערשטע ליין, זאגסט נישט שלעכט. אבער די רעיון פון אים איז אויב מען קען געבן שכל פאר א מאלפע. די זעלבע סארט שכל וואס דער מענטש האט. די שכל פון א מענטש וואס האלט אז dog מיינט א הונט, זאל א מאלפע קענען אויסטרעפן..
סא אפילו טויזענטער מאלפעס וועלן טייפן אויף א איין סופי'דיגן טייפרייטער, וועלן זיי קיינמאל נישט קענען אפשרייבן, למשל אזא תגובה וואס איך שרייב יעצט. ווייל טייפן איז שכל. און מיר מענטשן האבן באשלאסן וואס דאס איז.

גראדעמעכעלע האט געשריבן:נאך וואס איך פארשטיי נישט פון הרב מילר, ווי איך געדענק איז ער פון די וואס האלטן אז אידישקייט איז א רעליגיע פון 'אמת' דהיינו די סיבה פארוואס מען דארף דאס אננעמען איז ווייל עס איז באוויזן אז דאס איז אמת, מיט די א.ג. כוזרי הוכחה, צו די צושטאנגעקומענע נבואות וכו' וכו', אויב אזוי פארוואס דארף ער זיך אראפלאזן צו אזעלכע שוואכע זאכן ווי פאסקאל'ס געוועט וואס ביסודה שטייט ספקנות?

ער האלט נאך אלס אז אידישקייט איז די רעליגיע פון אמת. אבער אויב שטעלסטו עס אראפ אין א פארעם פון א קשיא: ווער זאגט דיך? איז דער ענטפער אז עס איז אין בעסטן פאל א ספק קעגן א זיכערע וויסטקייט. אבער לדעתי האט זיין ענטפער גארנישט קריסטעלעזירט. ווייל הרב מילער האט אריינגעווארפן די ווערטער "איבערגעמאכט דורך לערער". סא אויב איבערגעמאכט, קען דאס זיין ביי יעדעם. יא, כהער וואס דו זאגסט אז די מוסלימענער זענען גענגסטער, און קריסטנטום איז שוא ושקר. אבער... זיין שקר איז נישט מיין אמת. לדעת פון די קאטאליקן, פראטעסטאנטן אדער אנדערע ריפלעסמענט טעאלאגישע מאוועמענטס, וואס האלטן אז זיי זענען די אמת'ע און מיר זענען איבערגעמאכט.
דאנערשטאג מערץ 17, 2016 7:15 pm#325526
פרייוויליג
איך וויל נישט אריינגיין צי טיף אין די ענינים אבער דעס וואס דו זאגסט נאך פון הרב מיללער ז״ל וועגן די שארפע ציינער, איז א אלטע ארגעומענט וואס הייסט אין אנדערע ווערטער אז די וועלט און די בעלי חיים אין איר זענען בעסיקלי פערפעקט און פארדעם מוז זיין אז ס׳איז דא א עפעס א deity אדער א creator איז קודם כל טשערי פיקינג ווייל א מענטש און בעל חי׳ האבן אויך מיליאנען חסרונות, למשל די wisdom teeth און קרענק. און ‏‏‏bacteria און ‏וויירסעס און קרענק און vestigial און אן א שיעור זאכן אין ביאלעדזשי וואלט געוועהן אנדערש ווען א דיזיינער מאכט עס! מאך צו די אויגן און טראכט אויב דו וואלסט יעצט געקענט באשאפן די וועלט נייערהייט פון אנפאנג וויפל זאכן וואלסטו געטוישט? איך וואלט געטוישט די ערשטע זאך אז ס׳זאל מעהר נישט זיין קיין אלטערנעט סייט פארקינג מאנטיג און דאנערשטיג :lol: און איך וואלט געטוישט אז א מענטש און א בעל חי זאל נישט דארפן צוקומען בכלל צו עסען און טרינקען נאר זאלן למשל באקומען ענערדזשי פון די זון, אזוי דארפן זיי נישט איין בעל חי אויפעסען דעם צווייטען אויף אזעלכע שרעקליכע אופנים, און איין זאך איז זיכער אז מאסקיטאוס וואלט איך בכלל נישט באשאפן סארא חוצפה איז דאס צו באקומען פלוצלינג א שטאך פון עפעס א קליינער חוצפניאק! און נאך א זאך שווייס וואלט איך אינגאנצן אוועקגענומען! ווילסט נישט זיצן אין בעסמידריש לעבן איינעם וואס מאכט נישט קיין שויער אין די דריי חדשים נאכדערצו אין חודש אב ווען ס׳איז ביטערלעך הייס. און יא קענסער ספעציעל פאר קליינע קינדער, און ווייסט וואס נאך ? אויגן מיר זאלן קענען זעהן אין די בעיק אויך! אויב די וואלד רויבער און די משגיחים קומען! און אז מרעדט שוין פון אויגן וואלט איך געמאכט אז קיינער זאל נישט דארפן האבן ברילן און יעדער זאל קענען זעהן פערפעקט! (אז היינטיגע סאפיסטיקטעט מאשינען קענען מאכן פערפעקט אויגן פארוואס קען נישט דער כל יכול ??) און די ברילן קאסט דאך א מאינטיק מיט אידיש געלט, און פונקט ביי דיין משל מיט ציינער לאמיר נישט פארגעסן אז אונז גייען צום דענטיסט, און איך למשל האב שוין כמעט אלע פאלשע ציין און איך בין קוים פערציג סהאט מיר געקאסט אסאך אסאך געלט און אסאך עדוויל מיט פעין קיללערס מיט שלאפלאזע נעכט! ווען איך באשאף דו וועלט וואלט נישט געוועהן קיין דריליען אין די ציין...
און לאמיר נישט פארגעסן נאך איין זאך וואס איך וואלט עלימיניעטעט שלשול diarrhea און מיין וועלט וואלט קיין פעפטא ביסמאל נישט עקזעסטירט...
אינטערשטע שורה די גאנצע הנחה אז ווייל דו וועלט קוקט אויס פערפעקט פארדעם מוז זיין אז ס׳איז דא א גאט איז נישט קיין הנחה ווייל קודם כל די וועלט און די יונעוועריוס איז ווייט פון פערפעקט! ס׳קוקט נאר אויס פאר אונזערע אויגן כאילו ס׳איז פערפעקט ווייל אזוי זענען אונז געוואוינט! און דעס איז דער איינציגסטער וועג וואס אונז ווייסן און האבן געזעהן פון קינדווייז אן. שטעלט אייך פאר אז עיליענס פון אנדער פלאנעט זענען קיינמאל נישט געוועהן אויף אונזער וועלט און איין שיינעם טאג ריקען זיך זיי דא אן אבער זיי ווייסן נישט וואס מיינט לאכן אדער וויינען ביי זיי עקזעסטירט עס נישט וויאזוי וואלטן זיי אנגעקוקט ווען איינער קוילרעט זיך פאר געלעכטער אדער איינער וויינט??? און מ׳דארף נישט גיין אזוי ווייט ווי extraterrestrials
ס׳איז דא מיליאנען באשעפנישן וואס ווען אונז קוקן אן זייער געפיראכאטס איז עס עפעס מוראדיג מאדנע פון אונזער פרעספיקטיוו, פארוואס? ווייל אונז זענען נישט צוגעוואוינט צו זייער habitable ענווייערמענט און פאר אונזערע אויגן איז עס מוראדיג מאדנע, די זעלבע איז מיט אונז מענשטען אליינס קענסט נישט אריינברענגען א ספינקער חסיד קיין סאולט לעיק סיטי צו א מאמרמען קירכע און קענסט נישט ברענגען קיין בודהאיסט צום קאסובערס טיש ווייל ס׳איז ווילד פרעמד פאר אים! אבער אלו אלו זענען פונקט אזוי נארמאל סווענט זיך אין דיין אויפברענגונג, ענווייערמענט, בעיקראונד, רעליגיע, קולטור, און habitat .
יעצט פארוואס אונז האבן שארפע ציין האט צוטוהן מיט געוויסע ענערזשי Forces וואס אונז פארשטיין נישט פונקטליך דערווייל און גאנץ מעגליך אז מיר מענטשען זענען נישט ביכולת בכלל צו פארשטיין! פארשטייסט פארוואס ס׳איז דא אזויפיל ליידיגע פלאנטעס אין די יונעוועריוס יעדע איינע אינגאנצן אנדערש מיט אנדערע ענווייערמענטס? צענדליגער טריליאנען מאהל מעהר וויפל נומבערס ס׳איז דא! פוסט אין ליידיג איינס דרייט זיך אהער און איינס אהין געוואנדן לויט זייער mass און גרעיוועיטי. ס׳איז דא אסאך מיני סארטן ענערזשי וואס אונז פארשטיין נישט דערווייל פונקטליך וואס ס׳איז! וואס איז dark energy ? Dark matter, וואס איז פשט פון בלעיק האולס??? און פון ווי קומט עס ? וויאזוי האט זיך עס אנגעפאנגען? פארוואס האט עס גאט באשאפן ? ער שפילט לעגאוס?
סהאט לכאורה צוטוהן מיט זאכן וואס איז געשעהן טריליאנען יאהרן צוריק! טראכט אריין וואס מיינט אייביגקייט infinity פאר א מינוט!למשל דער אייבישטער האט אייביג עקזעסטירט, יא? יעצט טראכט וואס מיינט אייביג לאמיר זאגן צעהן טריליאן יאהר צוריק אבער וואס איז געוועהן פארדעם ? און פארדעם ? און פארדעם? קענסט עס פארשטיין ? איך נישט! אויב פארשטייסט עס איינער ביטע זיי עס מיר מסביר!

בקיצור ווי באלד אונז ווייסן נישט וואס איז געוועהן 14 טריליאן יאהר צוריק איז נישט מעגליך צו וויסן וואס די אלע סארט ענערזשי איז באמת און וויאזוי ס׳איז זיך צושטאנד געקומען פונקטליך, אבער אויפצומאכן א מעשה כדאי זיך זעלבסט צו באפרידגן איז קינדעריש און נעריש, און זיכער אז ס׳איז דא אזוי ווייניג עווידענס און פרוף אויף דעם וויאזוי קען זיין אז א גיהונים זאל בכלל עקזעסטירן אין justification , וואלסט באשטראפט איינעם וואס וואלט נישט געגעמבעלט אויף עפעס א פערד גייט געווינען די רעיס אפילו ווען זיין טאטע און זיין זיידע וואלטן געזאגט ער איז דו בעסטע פערד און ער גייט געווינען???

עד כאן, איך גיי מעהר גאנישט שרייבן אין די תגובה מעהר וועל איך וויל נישט ס׳זאל ארויסגיין פון די ראמען, אויב איינער וויל קען ער מיר שיקן א אישי און מ׳וועט ווייטער רעדן דארט
דאנערשטאג מערץ 17, 2016 7:17 pm#325527
-כפול
דאנערשטאג מערץ 17, 2016 9:02 pm#325549
פרייוויליג האט געשריבן:
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן: האו אבאוט טוהן פונקט פארקערט. זעץ אוועק א מאנקי ביי א טייפרייטער און לאז אים אפהאקן א מספר אותיות און דערנאך מאך אפ אז די ערשטע דריטל פון די אותיות זאל טייטשן Dog, די צווייטע Bites און די לעצטע דריטל Cat.

או כלך לדרך אחרת. טראכט פון אן ענדלאזע גרויסע זו פון מאנקיס מיט אן אין סוף סופליי פון טייפרייטערס. זיי זיצן און טייפן ווי לאנג ס'לאזט זיך נאר. ס'איז נישט מעגליך אז אין איינע פון די אלע שרייבעריי זאלסטו נישט קענען געפונען סיי וועלעכע בוך ס'איז נאר אמאל געשריבן געווארן אדער גייט געשריבן ווערן.

אויב ווילסטו דאס אויספרובירן אליינס, פעלט נישט אויס צו גיין אהין צו יענע אין סופית'דיגע זו. גיי אריין דא און טייפ אריין סיי וועלעכע קאמבינעישן פון ווערטער דיר שמעקט נאר און די וועסט עס געפונען ערגעץ ווי אין זייער'ס א בוך שוין אפגעשריבן.

איך דארף זיין אויפריכטיג, אליבא דאמת זענען ביידע פון די אויבן-דערמאנטע מהלכים נישט די ריכטיגע, פון א מאדערענע פיליזופישען קוק-ווינקל. דאס איז נאר לשבר את האוזן צו ווייזן ווי לעכערליך די סארט אמונות טפילות פון די סארט שפיציגע יהדות לעקטשורערס זענען. דאס איבריגע וועל איך לאזן פון די עיון המעיינים.

איך האב געשמייכלט פון דיין ערשטע ליין, זאגסט נישט שלעכט. אבער די רעיון פון אים איז אויב מען קען געבן שכל פאר א מאלפע. די זעלבע סארט שכל וואס דער מענטש האט. די שכל פון א מענטש וואס האלט אז dog מיינט א הונט, זאל א מאלפע קענען אויסטרעפן..
סא אפילו טויזענטער מאלפעס וועלן טייפן אויף א איין סופי'דיגן טייפרייטער, וועלן זיי קיינמאל נישט קענען אפשרייבן, למשל אזא תגובה וואס איך שרייב יעצט. ווייל טייפן איז שכל. און מיר מענטשן האבן באשלאסן וואס דאס איז.

פתח בכד וסיים בחבית. די ערשטע שאלה דיינע איז געווען איבער א מאנקי זאל קענען אויפטייפן דריי פשוט'ע ווערטער וואס איר sequence זאל האבן א משמעות, און וואס אין נמשל ציהלט, איז צו זאכן אין די בריאה וואס קוקען אויס צו זיין גאנץ פשוט, און די משל פון די מאנקיס דארף ווען צייגן אז דאס איז אויך נישט מעגליך צו "געשעהן" by chance, וממנו ידון על השאר אז כל שכן מער קאמפלאצירטע זאכן איז זיכער אז ס'קען נישט האבן געווארן דורך א נאטורליכע אנגייענדיגע cause and effect.

פיין. יעצט אז מען האט דיר שוין דאס פארענטפערט, מיט צוויי מהלכים במפורש, און, פאר מתקדמים, מיט האום ווארק sheet, שפרינגסטו ארויף א שטאפל העכער און דו פרעגסט פון די קאמפליצירטע זייט, נעמליך שכל, אדער consciousness. דו דארפסט אבער כאפן אז אויב איז טאקע אמת (אויב, א סוגיה פאר זיך צי ס'איז טאקע אזוי) אז די פשוט'ערע באשעפענישן האט א פשט צו האבן געקומען צו איר עקזיסטענס אן אריינמישן דעם אומוויסענד, דאן פאלגט נאך פון איר סאך א גראדערע מהלך צו פארשטיין די מער קאמפליצירטע ברואים. ווייל ווי אלע ראיות און עדות פון די בריאה זעלבסט צייגן צו איז פון פשוט'ע זאכן ווערט אלץ אנטוויקעלט מער קאמפלעצירטע זאכן, און פון זיי, נאך מער קאמפלעצירטער, און נישט פארקערט. יעצט אז אויב נעמסטו א פשוט'ע איינצעלע לעבעדיגע צעל און די לאזט די נאטור גיין איר וועג און דו קומסט צוריק דריי און א האלב ביליאן יאר שפעטער וואלסטו ערווארטערט צו טרעפן סופער-היומען מיט מעגליכקייטן און דעוועלעפמענטס וואס מיר צוריקגעשטאנענע ברואים האבען אפילו נישט קיין השגה אין איר. דאס וואלט געווען די וואונדער, וואו איז דער פארגעשריטנע מענטש? אוואדאי נישט וואונדרען זיך פארקערט פארוואס זענען מיר יא דא. ס'איז דא שטארק צופרידענשטעלענדע ענטפערס אויף די ערשטע קשיא, אבער זיכער נישט אז די צווייטע זאל בכלל זיין א קשיא.

(א משל פון א שטארק קאמפלעצירטע בריאה וואס אמאל האבן מענטשן געגלייבט אז מען וועט קיינמאל נישט פארשטיין וויאזוי זי זאל ווען האבן צושטאנדגעקומען נאטורליכערהייט איז דער אויג. איבריג צו זאגן אז מיר האלטן שוין לאנג דערנאך. אנגעהויבן פון א לאנגע בלעטער הסבר פון טשארלס דארווין, ביז היינט צו טאגס וואס מען האט שוין מצליח געווען במלוא מובן המלה צו טרעפן א רייע ציווישן-באשעפענישן אין פארשידנע שטאפלן און די אנטוויקלונג פון דער אויג וואס דארווין האט פאראויסגעזאגט אז אויב זיין הסבר איז אמת דארף מען זיי קענען טרעפן)

סתם אויף צו צו-צייכנען, די שיטה פון החכם ניעל דיגרעסס טייסאן איבער לעבן אויף אנדערע פלאנעטען (לאו דווקא פון אונזער סאלער סיסטעם) איז שטארק געבויעט אויף די הנחה אז לעבן אויף אונזער פלאנעט איז אזוי לייכט געווען זיך צו פארמירן, אז ס'איז נישט מסתבר אז דאס זאל נישט האבן געשען פונקט אזוי, אויף אירע ספעציפישע פארעמען, אויך אויף אנדערע פלאנעטן.

"גדול אדוננו ורב כוח ולתבונתו אין מספר" איז זיכער אויך כולל אין זיך די געוואלדיגע חכמת הטבע וואס חכמים פון לעצטע דריי פיהר הונדרעט יאר צוריק האבן מצליח געווען מגלה צו זיין. און איז זיכער "נישט" כולל די אלע נארישע באבע תירוצים וואס דארפן ווען ארונטערריקן אלע פיליזופישע שווערעקייטן אונטער אן אומעקזעסטירעדע טעפיך.
דאנערשטאג מערץ 17, 2016 9:45 pm#325558
@שבת אחים,

דו שרייבסט גוט, אבער איך פארשטיי נישט, אויב האלסטו אז דיין ארגומענט איז גוט, פארוואס אנטלויפן גראד נאכדעם? דיין גאנצע קאנטאר טעאריע קעגן די perfection of god איז אומריכטיג, ולא עוד פון דיין ראי׳ איז גאר א ראי׳ איבער די עקזעסטינץ פון ג-ט וואס איז מושלם בכל השלמות.

פארשטייט זיך אז דאס איז בכלל נישט מיין אשכול. און מיט מיין ענטפער בין איך גורם, אז פון א דעבאטע אויף אידישקייט וועט עס אריבער קריכן צו א שמיעס פארוואס ג-ט האט געמאכט אז מען זאל זיך דארפן ספראווענען מיט פעפטא ביסמאל.

דיין ליסטע פון חסרונות וואס באטרעפט די מענטש, איז די גרעסטע הוכחה איבער א געטליכער דעוויין אין סופי. ווען א בשר ודם דיזיינט עפעס האט עס אייביג שארט קאמינגס. און דער מענטש פראבירט עס אלץ בעסער צי מאכן און אפדעיטן. דאס אז א מענטש האט די זעלבע צוויי לעכער אין די נאז שוין פאר באלד זעקס טויזענט יאר, און דאס אז די הימל איז פארבליבן בלוי אנשטאט א נייע טינקל גרין קאליר, איז די גרעסטע צייכן איבער א ג-ט. אלעס איז געבליבן מיט די זעלבע perfectness וויאזוי ג-ט האט איר געפארעמט אין די ששת ימי המעשה. ג-ט האט נישט געטוויקט די נאז, די אויערן, אדער די פיס, אלעס איז די זעלבע. א פראדוקט פון א בשר ודם באקומט יעדע שני וחמישי נייע קאלירן און איבערגאנגס. דאס אז דו צערנסט אזוי איבער דעם מאסיקיטא, מיינט עס נישט אז דו פארשטייסט בעסער, נאר דו פארשטייסט בכלל גארנישט. אויב שוין חלומ׳ן וואלט איך באשאפען א מענטש פון צעמענט, הארטע שטאל, אדער שטייף ווי בליי. אזוי וואלט א מענטש נישט געדארפט אטעמען, עסן, האבן צוטון מיט די גאל, אדער מיט די כח השמיעה.

די פאראדאקס פון א מענטש וואס האט גוטסקייט גלייך וויי שלעכטקייט, זיסע טעג גלייך ווי ביטערע טעג, זיניגע טעג גלייך ווי רעגענדיגע טעג, איז נישט מער ווי אים צי האלטן אין די גלייזן. א מענטש וואס וואלט געווען געמאכט פון אייזן, אן קיין עסן אדער ביינער וואלט געווען אומקאנטראלבאר.

דיין שווייס פון קערפער באלאנסירט דיין הנאות וואס דו האסט געהאט פינף מינוט צוריק. סא אויב דיין בילאגישע חסרונות קרענקן דיך אדער די שפין אויפן פלאר נערווירט דיך דאן טוב מות מחייך. קענסט גיין נאך טיפער, פארוואס האט מיך ג-ט בכלל באשאפן? דיך צו געבן עונג. וואלט איך געזאגט, געב מיך נישט קיין עונש און נישט קיין עונג. דיסמענטל מיין עקזיסטענץ און לאז מיך פאלן ווי די ליידיגע חלל. לא מדבש ולא מעקץ.

אויב דאס איז די אבסאלוטע סיבה פון שלעכטס ווייס איך נישט, און קיינער ווייסט דאס נישט. אבער עס איז גענוג סיבה צי קוקן פאזיטיוו אויף דער וואס האט מיך באשאפן. איך האב פשוט נישט קיין אנדערע הסבר. פארוואס זיך אייביג מיטשענען אויף די אנשיקענדע פארשאלטענע סקאנק, ווען איך קען קוקן אויף די הערליכע בלויע וואסער כוואליעס. מיין עקזיסטענץ איז בעל כרחך, סא באין ברירה דארף איך מיך צופאסן צו איר.

אינפיניטי איז א מיסטעריע ווי די אייביגע רוה, און די לעבן פון א מענטש זינגט און טרויערט אין די זעלבע צייט. אבער עס איז קלאר אז העכער מיך שוועבט א געטליכער גייסט, אן אלמעכטיגער וואס זיין השלמה זעט זיך ארויס פון די בלומען גלייך ווי די דערנער.
דאנערשטאג מערץ 17, 2016 10:25 pm#325561
איין קליינע הערה ווען די הימל וואלט געוועהן שווארץ אינגאנצן חושך שווארץ וואלסטו זיך צוגעוואוינט צו דעם און אונז וואלטן געהאט אנדערע אין בעסערע vision אזויווי מיליאנען אינטערערדישע פישן וואס קענען מאכן לייט ביינאכט און אפילו טוישן קאלירן!!! קוק עס אויף יו טוב ס׳איז hilarious! אבער צו זאגן אז די הימל איז בלויע(די הימל איז אין אמתן אריין נישט בלוי בכלל ס׳קוקט נאר אויס אזוי פאר אונז) אבער אפילו יא מיינט דעס גארנישט ווייל אונז האבן זיך צוגעוואוינט צו די קאליר ע״כ איז עס שיין פאר אונזערע אויגן! אז דו וועסט נעמען געוויסע acid און מאשרומס וועסטו פלוצלינג אנפאנגן צו זעהן זאכן וואס דו האסט קיינמאל נישט געזעהן, און דו וועסט כאפן ווי נישט פערפעקט די וועלט איז! איך האב עס קיינמאל נישט געטוהן אבער ס׳איז א באוויסטע זאך! וואס דיין אויג זעהט און וויאזוי דו פילסט מיינט גארנישט, ס׳איז רעלעווענט צו דיר אין א געוויסע צייט און פאר א געוויסע סיבה אבער ס׳מיינט נישט אז דעס איז שיין אדער נארמאל, ס׳איז נישטא קיין Ultimate truth ביי די זאך סווענט זיך פארוועם און פארוואס און ס׳איז א ecosystem וואס ארבעט מיט געוויסע forces of nature וואס אונז ווייזן נישט דערווייל פון ווי פונקטליך סקומט.
דאנערשטאג מערץ 17, 2016 10:44 pm#325562
זיכער ביסטו גערעכט אז עס האט מיט געוואוינהייט, אבער דו קענסט מאכן א קליינע עקספערמענט. שטעל דיך אריין אין א שווארצע שטוב פאר א יאר צייט און זאג מיך אויב דו האסט זיך צוגעוואוינט דערצו. די הימל וואס איז טאקע נישט בלוי, אבער זעט אויס ווי בלוי איז נישט נאר זיס פאר די אויגן נאר די ברייטנעס איז צוגענגליך פאר די אויגן. ווען די הימל וואלט געווען אביסל מער ליכטיגער וואלטן דיינע אויגן ארויסגעקראכן. און קוק ווי וואונדערליך ג-ט קאנטראלירט דעם ברייטנעס באר, בשעת ווען עס ווערט נאכט פאלט די ליכטיגקייט צוביסליך, נישט צו פארטימלען די אויגן. און איך דארף נישט עסן מאשרומס אדער קוקן אויף יוטוב, ווייל נישט נאר די דמיון ווערט געטוישט דורך זאכן נאר די גאנצע שכל ווערט ריסטראקטערט ווען מען ליינט נאוועלס. עס זענען דא מענטשן וואס זענען באיינפליסט געווארן דורך טשארלס דארווין אז די וועלט האט זיך פארמירט דורך א היס פון א קראקעדייל. די וועלט איז דורכגעפוילט מיט שקר. און ווען עס קומט צו פשוטע זאכן דארף מען זיין בלינד נישט צו זען דעם אייגענעם שאטן.
דאנערשטאג מערץ 17, 2016 10:56 pm#325563

טשארלס דארווין האט נישט קיינמאל געזאגט אז די וועלט האט זיך פארמירט פון א היס פון א קראקעדייל איך האב געלייענט זיינע ביכער, ער האט בכלל נישט געקלעימט צו וויסן וויאזוי סהאט זיך אנגעפאנגען און וויאזוי סהאט זיך באשאפן! פארקערט ער האט געזאגט קלאר אז ער ווייסט נישט, טשארלס דארווין און אנדערע אין זיין צייט זענען אויפגעקומען מיט די פראסעס פון עוועלאציע און יעדע קלעים וואס דארווין האט געמאכט חוץ איינס (אז אלעס האט זיך לכאורה אנגעפאנגען פון א סינגל צעל אדער ווי געוויסע סייענטיסטן רופן די abiogenesis theory)שטעלט זיך היינט פאר ביי די גאנצע סייענס קאמיונטי אלץ אימפעריקל און מעשריבעל פאקטן.

עד כאן אומרים בשבת הקטן
דאנערשטאג מערץ 17, 2016 11:01 pm#325565
אדאנק, עס געזאגט געווארן סארקאסטיש :lol:
פרייטאג מערץ 18, 2016 11:32 am#325617
גראדעמעכעלע האט געשריבן:די סיבה פארוואס ער לייגט אריין אזויפיל הוכחות אינעם טענה איז לכאורה כדי ארויס צונעמען פונעם equation אלע אנדערע רעליגיעס, צו שטעלן דעם ספק נאר צווישן יהדות אדער גארנישט,

למעשה ארבעט די טענה נאר פאר איינער וואס האט אנערקענט אין הבל הבלים הכל הבל, פאר אזא איינעם קען מען אפשר טענה'ן אז עס לוינט צו נעמען א שאנס צו באקומען חיי נצח און פארמיידן עונש, אבער פאר איינער וואס האט זיך פארליעבט אינעם יפיתו של יפת, אדער אין די גשמיות'דיגע הנאה פון די די סעקולארע וועלט, פאר אים איז די וועלט נישט בלויז a whole in the ground, נאר די וועלט איז 'אלץ' , ממילא דאס אויפצוגעבן דארף מען האבן מער ווי א ספק,

Sent from my GT-I9192 using Tapatalk

וועלכע גלויביגער האלט נישט אז הכל הבל ?, ס'איז בכלל נישט קיין סתירה מיטן ליעב האבן עולם הזה, אז איך ווייס שוין אז די עיקר איז חיי נצחי תורה ומצוות, מיינט דאס שוין אז איך גלוסט שוין נישט קיין סושי ?
פרייטאג מערץ 18, 2016 11:48 am#325622
Re: א צווייפלדיגע ודאי אדער מסופק'דיגער שמא?
יעקב מענטש האט געשריבן:

פאסקאל'ס געוועט איז צו ווייזן פאר איינער וואס האט נישט קיין הוכחה אז רעליגיע איז די עיקר און חיי נצחי, אז דאך זאל ער בוחר זיין בדת, און אויך דאס האב איך מיר באצויגן,

Sent from my GT-I9192 using Tapatalk
זונטאג מאי 08, 2016 6:44 pm#332171
איך האב געזען אזא בילד ערגעצוואו אויף די טריפה'נע אינטערנעט. איך האב עס נאכנישט אפגעלערנט אבער לויט ווי איך פארשטיי פון אויבן אויף רעדט עס פון פאסקאל'ס וועידזשער.

Untitled1.png

Untitled3.png
דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 10:50 pm#391641
איך גלייב אין גאט, און איך גלייב אז ער האט צוגעגרייט א גיהנם פאר אלע שלעכטע מענטשן, אריינגערעכנט די אלע וואס פייניגן אכט טאגיגע קינדער ועוד ועוד, ביזטו גרייט צו נעמען די ריסק?
מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 12:27 am#391644
Re: א צווייפלדיגע ודאי אדער מסופק'דיגער שמא?
אויף וואס איז דיין גלויבונג באזירט?
סתם ווייל דו קלערסט אז ס'פארהאן אזא זאך ווי גאט?
מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 12:47 am#391646
קל וחומר האט געשריבן:אויף וואס איז דיין גלויבונג באזירט?
סתם ווייל דו קלערסט אז ס'פארהאן אזא זאך ווי גאט?

ס'נאך אזא ספק ווי יידישקייט.
מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 8:37 am#391671
.
מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 8:38 am#391672
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:אויף וואס איז דיין גלויבונג באזירט?
סתם ווייל דו קלערסט אז ס'פארהאן אזא זאך ווי גאט?

ס'נאך אזא ספק ווי יידישקייט.

איז עס?

מן הסתם איז דא אזאלעכע וואס ביי זיי איז דאס אזא ספק, די האבן א פראפלעם מיט די דילעמע.
מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 1:21 pm#391686
הקטן האט געשריבן:
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:אויף וואס איז דיין גלויבונג באזירט?
סתם ווייל דו קלערסט אז ס'פארהאן אזא זאך ווי גאט?

ס'נאך אזא ספק ווי יידישקייט.

איז עס?

מן הסתם איז דא אזאלעכע וואס ביי זיי איז דאס אזא ספק, די האבן א פראפלעם מיט די דילעמע.

אויב דיין אידישקייט איז געבויעט אויף א ספק, דארפסטו חושש זיין צו דעם אויך. סימפל עז עי פיקל.
מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 1:42 pm#391688
שבת אחים האט געשריבן:http://youtu.be/H_ATC2y5PRI
איך נעם נישט קיין אחריות אויף די אינהאלט פון די קליפ אבער ס׳איז אינטערסאנט וואס ער האט צו זאגן אבער Pascal's wager

טויזענט לייקס :like :like :like :like :like
זונטאג מערץ 25, 2018 5:54 am#398302
אז מ'רעדט שוין פון pascals wager. m https://youtu.be/GScdUIYXglA m
מאנטאג פעברואר 18, 2019 12:49 am#424681
פרייטאג נאוועמבער 08, 2019 12:14 pm#438004
לגבי פאסקאל׳ס געוועט טוהט דר. יהושע גאלדינג (אין זיין בוך Rationality and Religious Theism) עס פרובירן אביסל צו מאדיפיצירן, אז בעצם זענען די פעי-אפ(ס) פאר׳ן גלייבן אין/טוהן די געבאטן פון ג-ט יא פיניט. בנוסף לזה זענען די סארט רעליגיעזע יוטיליטיס בכלל מער קוואליטעטיוו אין נאטור, לעומת די אנדערע [סעקולארע] וואס זענען מער קוואנטיטעטיוו אין נאטור.

דערמיט טוהט ער אויף אז די מטרה איז צוצוקומען צו א ״גוטע רילעישענשיפ מיט ג-ט (כביכול)״ [וואס איז מער קוואליטעטיוו כנ״ל און וואס ער טערמינט רעליגיעזע טעאיזם]; דאס איז בהנחה אז די ״גוטע רילעישענשיפ מיט ג-ט״ קומט צושטאנד דורך א רעליגיעזע מהלך החיים. און דאס אז מ׳האלט די יוטיליטיס פיניט העלפט און טוהט (אביסל) פארענטפערן די טענה אנטקעגן די געוועט אז מ׳ווייסט נאך אלס נישט די ריכטיגע וועג פון וואס ג-ט כביכול וויל מ׳זאל אים דינען [ווייל מיט דעם קען מען קאמפערן (עכ״פ כלפי די פערספעקטיוו פונ׳ם אינדיווידואלן מענטש) די פיניט פעי-אף וועליוס פון די פארשידנארטיגע דרכים/רעליגיעס וכו׳, וואס ברענגט אים/איר נענטער צו די ״רילעישענשיפ״].
זונטאג דעצעמבער 29, 2019 9:07 pm#440467
א צווייפלדיגע ודאי אדער מסופק'דיגער שמא?
עס איז אינטרעסאנט אבער הרב דר. נתן (דזשארדזש) שלעזינגער און דר. וויליאם לייקען, אינ׳ם קאנטעקסט פון פאסקאל׳ס געוועט, ווילן נוצן אקאם׳ס רעיזאר (וואס איז שוין מערערע מאל ערווענט געווארן דא אין שטיבל) צו פארענטפערן די געוועט פון די קשיא אז מ׳ווייסט נאך אלס נישט וועלכע גאט צו דינען אא״וו. זיי זאגן אז אין די קאנטעקסט וואס פאסקאל האט אויסגעשטעלט די געוועט איז די פשוט׳סטע אנצונעמען די אבראהאמיק (וואס איז שוין כעין די פילאזאפישע) ג-ט (און אים נאכגיין - הגם, כמובן, בתוך דעם אליין ווייסט מען נאך אלס נישט קלאר וואס מ׳האט צו טוהן; מ׳רעדט אויפ׳ן חלק פון פשוט גלייבן במציאותו).