Under maintenance
הויפט זייט » אונזער אידיאלאגיע - אנארכיזם

אונזער אידיאלאגיע - אנארכיזם

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10290
זונטאג מערץ 20, 2016 3:56 pm#325737
אונזער אידיאלאגיע - אנארכיזם
אנארכיזם איז א טערמין וואס ברענגט ארויס די אידיאלאגיע אז יעדער איז זיין אייגענער בעה"ב און אלס דעם מעג יעדער טוהן וואס איהם געפעלט, און רעגירונג, געזעצן, נארמאלקייט, באאמטע, שטייערן, וכו' דאס אלעס איז ביי זיי אסור, זיי קוקן דאס אהן ווי מוקצה מחמת מיאוס. ווער איז יענער מיר צו זאגן וואס צו טוהן, און ער רעדט מיר נאך איין אז ער מיינט מיין טובה.. כאילו די ברייטע מאסן קענען זיך נישט אליין פארזארגן וכו' וכו'.

אונז וועלן געווענטליך קוקן אויף אזעלכע מיט א קרום אויג, ווייל כאטש יעדער איז טאקע מסכים אז די היינטיגע רעגירונגען און סיסטעמס טויגן אויף כפרות, אנגעהויבן ביי די יוסטיץ סיסטעם וואס איז קארופטירט דורך און דורך, אריבער צום רעגירונג סיסטעם מיט די איבריגע נארישע און מאדנע געזעצן וואס וועלן עפ"י רוב סתם שווער מאכן דאס לעבן, צו די איבערגעטריבענע שטייערן אויף יעדן אטעם, אבער פארט אן קיין מורא מלכות איז איש את רעהו חיים בלעו זאגט שוין די משנה, סדר מוז הערשן, און אויב יעדער וועט טוהן וואס איהם געפעלט וועט מען אויף די וועלט נישט קענען לעבן.

גראדע זענען די אנארכיסטן היפאקריטן, ווייל זיי אליין וואס לאכן אפ פון יעדע סדר אדער ארדענונג וועלן ארגאניזירן פראטעסטן און מחאות קעגן ארדענונג, אבער באמת איז דאס נישט אין איינקלאנג מיט זייער אייגענע שיטה, ווייל ווי קענסטו פאררופן א פראטעסט אויף למשל 11:00 איך וויל קומען 4:00 אדער וויל איך קומען מארגן, ווער ביסטו מיר צו איינטיילן וואס צו טוהן.

אבער דער אמת איז אז דאס איז די אידיאלע וועג פון לעבן אונז אלע וואלטן אזוי געדארפט לעבן. די שענסטע תקופה ביי כלל ישראל ווערט ארויסגעברענגט אין סוף ספר שופטים מיט אפאר געציילטע ווערטער וואס ווערן היינטיגע צייטן גענוצט אין א נעגאטיווע בליק אבער זענען געזאגט געווארן דווקא מיט א פאזעטיווע בליק, 'איש כל הישר בעיניו יעשה', יעדער האט געטוהן וואס האט איהם אויסגעזעהן ריכטיג, און דאס איז געזאגט געווארן דווקא אלס א מעלה און א גוטע זאך אויף כלל ישראל, אז כאטש עס איז נישט געווען קיין רעגירונג אדער סיי וועלכע קערפערשאפט וואס האט געצווינגען כלל ישראל זיך צו פירן גוט, פארט האבן זיי זיך אויפגעפירט כדבעי.

דאס איז די אידיאלע וועג פון לעבן, נישט קיין לעבן מיטן פחד פון א שטעקן, נישט קיין לעבן ווייל איך מוז אדער ווייל מען הייסט מיר, נאר מיט א טיפע הכרה אז אזוי דארף מען און דאס איז די ריכטיגע וועג, יא היינט אז דאס מער נישט מעגליך, נישט לאנג האט אנגעהאלטן די הערליכע תקופה, אביסל שפעטער האבן די אידן אליין געפילט אז זיי דארפן שוין א קעניג און זיך אליין וועט דאס נישט ארבעטן, אבער לכה"פ א ציהל דארף דאס זיין, א מאדעל אויף וואס צו שטרעבן.

דער פסוק זאגט אונז לא בחיל ה', לא בכח ה', די אידיאלע וועג איז נישט מיט מיליטער און כח, פארקערט בקול דממה דקה, מיט א שטילקייט וואס דעקט אויף די אינערליכע ישרות, די אינערליכע דראנג צו וואס איז אמת און ריכטיג, דאס איז די ריכטיגע דרך ה', דאס איז צו וואו אונז דארפן שטרעבן, צו א מצב פון איש כל הישר בעיניו יעשה וואס מען טוהט תורה ומצות ווייל אזוי איז ריכטיג, און נישט וויל מען איז א אנוס.

אונז דארפן ווערן אנארכיסטן וואס טוען און זענען מקיים תורה ומצוות ווייל אונזער אינערליכע נשמה טרייבט אונז צו דאס טוהן, און נישט דער אויסערליכער שטעקן.

איש כל הישר בעיניו יעשה, טאקע אזוי.
זונטאג מערץ 20, 2016 4:26 pm#325741
Re: אונזער אידיאלאגיע - אנארכיזם
שיין. אבער צו זאגן אז דאס מיינט די פסוק איז א חידוש, בפשטות איז עס יא קריטיק.
זונטאג מערץ 20, 2016 4:28 pm#325742
עס איז נישט מיין חידוש איך האב דאס געזעהן אין געוויסע מפרשים, (איך געדענק נישט יעצט וועלכע).
זונטאג מערץ 20, 2016 4:58 pm#325747
Re: אונזער אידיאלאגיע - אנארכיזם
המפרשים הנ"ל זאגן עס עפ"י פשט? שווער צו גלייבן. לויטן קאנטעקסט ווי ס'געברענגט סוף ספר שופטים, לפי חז"ל 'נישט' כראנאלאגיש, אינעם אנהייב און סוף פון צוויי פרשיות שאינם לשבחם של ישראל, זעהט עס אויס ווי אן אינדייטמענט אויפן תקופת השופטים, און א פתיחה צו ספר שמואל - תקופת המלוכה.
זונטאג מערץ 20, 2016 5:02 pm#325748
אלע נישט שיינע פרשיות פון די אידן אין תקופת השופטים קומט נישט צו צו א צענטל פון די חורבנות וואס מלוכה האט געברענט אויף אידן עס איז געווען א כורח המציאות, איך זוך די מפרשים, ווען איך וועל טרעפן וועל איך צו צייכענען.
זונטאג מערץ 20, 2016 10:20 pm#325806
דברים כדורבנות
מאנטאג מערץ 28, 2016 6:17 am#326530
Re: אונזער אידיאלאגיע - אנארכיזם
א קליינע הערה. ס'שטייט 'לא בחיל ולא בכח כי אם ברוחי' (זכריה), און 'לא ברעש ה' ולא ברוח ה''(מלכים). דו האסט אויסגעמישט.
און די ערשטע פסוק מיינט נישט מיט אונזער כח נאר מיט'ן אויבישטער'ס גייסט — בכלל נישט קיין ראיה צו דיר. די צווייטע פסוק מיינט אז דער אויבישטער קומט שטיל, נישט מיט א גערודער - אויך נישט גיין ראיה צו דיר

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
מאנטאג מערץ 28, 2016 8:14 am#326533
כ'פארשטיי נישט.
ס'גאנצע רעגירונג דארף מען טאקע צוליב די עטליכע וואס "ישר בעיניו" מיינט גנב'נען רצח'נען וכו'. ווען יעדער איז וואויל, דארף מען טאקע נישט קיין רעגירוג, און דאס גופא איז די תכלית פון א רעגירוג, צו היטן די וואוילע פון די נישט וואוילע.
מאנטאג מערץ 28, 2016 11:53 am#326546
הוא אשר דברנו אז כהיום איז דאס נישט מעגליך אבער אן אידיאלאגיע איז עס.
מאנטאג מערץ 28, 2016 11:55 am#326547
ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB , איך האב געזעהן היינט אין אמרי פנחס ווי ער זאגט אז פון דעם וואס מען זעהט אז דרש דרש משה איז ביי דרש הראשון חצי התורה בפסוקים קומט אונז לערנען אז פאר א דרש קען מען נוצן א האלבע פסוק אויך.
מאנטאג מערץ 28, 2016 3:12 pm#326583
Re: אונזער אידיאלאגיע - אנארכיזם
געוואלדיג האט געשריבן:אלע נישט שיינע פרשיות פון די אידן אין תקופת השופטים קומט נישט צו צו א צענטל פון די חורבנות וואס מלוכה האט געברענט אויף אידן עס איז געווען א כורח המציאות, איך זוך די מפרשים, ווען איך וועל טרעפן וועל איך צו צייכענען.

וועלכע פרשה בימי המלוכה איז געווען צען מאל ערגער ווי פלגש בגבעה? מלכות דוד ושלמה איז געווען די תור הזהב פון די אידישע פאלק, בנין בית המקדש, התרקמות עם ישראל, וכל מסורת הנביאים, תהלים שיר השירים, גאנץ נ"ך, איז אלץ א פראדוקט פון די ימי המלוכה. אלע ירידות פון כלל ישראל וואלטן אן די מלוכה געווען פילפאכיג ערגער.

נאכאמאל, זאגסט א שיין געדאנק, אבער ס'איז אויטאפיע. ס'גוט פאר אדם הראשון און משיח. בזמנינו, ווען מ'שפירט שוין די ווינט פון משיח'ס טריט, האט מען א געשמאק אין אזוינע געדאנקן, אבער בזמן קדם המלוכה ווען אידן זענען א קבוצה פון לויז פארבינדענע שבטים, איז דאס מלכות געווען נישט נאר א דרינגענד וויכטיגער צורך נאר דאס התגלמות פון כסא ה'.
און ס'קלאר אז דאס איז די בילד וואס דער ספר שופטים וויל ארויסברענגען.

ווארטן מיר נאך אויף די מפרשים וואס זאגן דיין טייטש אלס פשט.
מאנטאג מערץ 28, 2016 7:16 pm#326627
Re: אונזער אידיאלאגיע - אנארכיזם
קען זיין שופטים'ס באהאלטענער ציל איז דאס ארויס צו ברענגען, אבער אין שמואל שטייט זייער קלאר אז די מלוכה איז נישט געווען קיין גוטע בקשה, און דער אייבישטער זאגט 'כי אותי מאסו ממלוך עליהם'.
מאנטאג מערץ 28, 2016 7:50 pm#326630
Re: אונזער אידיאלאגיע - אנארכיזם
זאגט שוין רש"י אויפן פלאץ אז דאס איז וויבאלד זיי האבן געזאגט "לשפטנו ככל הגוים", (הגמ' בסנהדרין כ' ע"ב שזה אמרו ע"ה) כמו"כ איז געווען א טענה שלא היה להם לשאול מלך בימיו. אבער די עצם מלוכה איז פאזאטיוו ואדרבה דאס איז די גולת הכותרת פון פעולת שמואל און דאס איז דער עיקר זאג פון ספר.
שוין בתחילת הספר נאך בעפאר שמואל איז מתנבא ווערט שוין געברענגט צוויי נביאות'ן פון שמואל'ס טאטע מאמע בנוגע להמלכות.
מאנטאג אוגוסט 08, 2016 5:51 pm#344946
געוואלדיג האט געשריבן:עס איז נישט מיין חידוש איך האב דאס געזעהן אין געוויסע מפרשים, (איך געדענק נישט יעצט וועלכע).

דברי יואל.
מאנטאג אוגוסט 08, 2016 6:05 pm#344954
פארשוויגען האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:עס איז נישט מיין חידוש איך האב דאס געזעהן אין געוויסע מפרשים, (איך געדענק נישט יעצט וועלכע).

דברי יואל.

יא א באקאנטע תורה פון סאטמער רב וואס ווער עס דרייט זיך אין די ד אמות פון הרב מוואדריטש ווייסט דערפון...
אס איז ממש די היפוך פון די היינטיגע סאטמער אידילאגיע
מאנטאג אוגוסט 08, 2016 6:35 pm#344964
Re: אונזער אידיאלאגיע - אנארכיזם
סאטמער רב אידעך געווען א שטיק דרוש, אפילו די ויואל משה זיינעם איז איין גרויסע דרוש (ע"פ סוד כמובן. דעם עולם גולם ברויך מען איינרעדן אז ער האט געמיינט להלכה).
מאנטאג אוגוסט 08, 2016 6:46 pm#344968
קל וחומר האט געשריבן:סאטמער רב אידעך געווען א שטיק דרוש, אפילו די ויואל משה זיינעם איז איין גרויסע דרוש (ע"פ סוד כמובן. דעם עולם גולם ברויך מען איינרעדן אז ער האט געמיינט להלכה).


ווי קומט עס דא אריין? דע רעיון איז נאך אלס געוואלדיג
מאנטאג אוגוסט 08, 2016 7:17 pm#344974
Re: אונזער אידיאלאגיע - אנארכיזם
עיי' מו"מ לעיל
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 4:04 pm#345110
קל וחומר האט געשריבן:עיי' מו"מ לעיל


יא, איך האב געזען די גאנצע מו"מ, אבער מיין כונה איז אז דאס קען זיין אמת אז ויואל משה האט אסאך דרוש און השקפה וואס בנוגע צו הלכה האט עס אפשר נישט אזוי פיל שייכות און מ'קען זיך קריגען. אבער סאמטארער רב'ס כח הדרוש איז מורא'דיג און לית מאן דפליג אז דארט ווי ס'נישט א נפק"מ להלכה קען א יעדער זאגען א דעה און וואס שטערקער די כח פון פרד"ס אלס בעסער. און די טענה פון "דרוש" קומט נישט אריין.
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 4:17 pm#345118
Re: אונזער אידיאלאגיע - אנארכיזם
מפוזרי האט געשריבן:שיין. אבער צו זאגן אז דאס מיינט די פסוק איז א חידוש, בפשטות איז עס יא קריטיק.

נאדיר
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 4:38 pm#345124
קל וחומר האט געשריבן:
מפוזרי האט געשריבן:שיין. אבער צו זאגן אז דאס מיינט די פסוק איז א חידוש, בפשטות איז עס יא קריטיק.

נאדיר


ס'איז דא פרד"ס ד.מ. פשט רמז דרוש און סוד. פשט דארף זיין אויסגעהאלטן לויט פשט און סוד עכ"פ לויט קבלה. אזוי אויך דרוש קען מען זאגען א דרוש אפילו נישט לויט די פשוטער פשט ווילאנג ס'ארבעט מיט פשוטע כללי הדרוש.

מי לנו גדול פון חז"ל מיט אגדתא און מדרש רבה וואס דרשנ'ן פסוקים נישט לויט פשוט'ן פשט. ועיין עוד בהקדמת הייטב פנים וואס שרייבט מ'קען אפילו זאגען פשט אין א מדרש לויט די אייגענע דרוש אפילו ווען די אויספיר פון מדרש איז אנדערש, וואס דאס קומט אויס צו זיין דרוש בתוך דרוש. די כלל איז אז מוסר השקפה דרוש פשעטלעך רעיונות ארבעטען אייביג און מ'קען עס נישט אף פרעגען דורך פשט. ווי לאנג דער רעיון איז אמת. לדוגמא, אז איש כל הישר בעניו איז א מעלה פון איין זייט אויך.

רמז איז נאכאלס די בעסטע. האסט א קשיא? נא פראבלעם ס'איז נאר א רמז...
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 4:52 pm#345127
Re: אונזער אידיאלאגיע - אנארכיזם
אין אנדערע ווערטער דרוש איז מיין אייגענע רעיון וואס איך בין מעטף אין די טעקסט פונעם פסוק.
דאס איז טאקע געווען מיין כונה דערמיט.
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 4:54 pm#345128
גערעכט
מאנטאג אפריל 22, 2019 10:27 am#428849
Re: אונזער אידיאלאגיע - אנארכיזם
פונ׳ם מצודת דוד אויפ׳ן פלאץ אין סוף שופטים קען מען אפשר יא אריינלערנען אין ״איש כל הישר בעיניו יעשה״ אז עס איז (עטוואס) פאזיטיוו. דהיינו, אז הגם ס׳איז נישט געווען א מלך (אדער שופט, וכמו שפי׳ המלבי״ם שם) וואס זאל זיי מכריח זיין לדרך הישר, האבן זיי דאך רחמנות געהאט אויף שבט בנימין און געטוהן די ריכטיגע זאך אז זיי זאלן נישט נכרת ווערן (הגם מ׳קען נאך אלס טענה׳ן אפילו לפי״ז אז דאס עצם מושג פון ״איש כל הישר בעיניו יעשה״ איז נאך אלס בעצם נעגאטיוו, ווייל זיי האבן געטוהן די ריכטיגע זאך ״הגם/על אף״ ס׳איז נאך געווען ״איש כל הישר בעיניו יעשה״).

און אז מ׳רעדט פון דרוש אין די ענין קען מען אפשר זאגן פארקערט, (דברים יב ח-ט) לא תעשון ככל אשר אנחנו עשים פה היום איש כל הישר בעיניו כי לא באתם עד עתה אל המנוחה ואל הנחלה וגו׳. און הגם די קאנטעקסט איז לגבי מקריב זיין קרבנות נדבה בבמה, קען מען טייטשן אז דאס טוהן ״איש כל הישר בעיניו״ טויג נישט און מ׳דארף ענדערש (איינע פון די זאכן) וואס מ׳איז מצווה געווארן ווען מ׳קומט אן קיין א״י, וואס דאס איז מינוי מלך.


Sent from my iPhone using Tapatalk
דינסטאג אפריל 23, 2019 11:38 am#428902
איך האלט אז א אנארכיזם איז א אילוזיע-א פשוטע ווילדע פאנטאזיע וואס קען בשום אופן עקזעסטירן אין ווירקליכקייט- און ס׳זאל בענעפיטן די מענטשהייט. אבער אפשר קען מיר איינער מסביר זיין וויאזוי אנארכיזם וואלט געקענט ארבעטן? און מיט וואס איז עס אנדערש ווי לעבן אין די דזשונגעל?
מיטוואך אפריל 24, 2019 10:22 pm#429010
קיינער איז נישט מחולק מיט דיר.
מאנטאג מאי 06, 2019 7:54 pm#429787
Re: אונזער אידיאלאגיע - אנארכיזם
IMG_4484.jpg
IMG_4483.jpg


חינוך מצוה עא און מצוה עח.


Sent from my iPhone using Tapatalk
דינסטאג מאי 07, 2019 10:19 am#429836
נאך אפאר מקורות לכאן ולכאן. ווי אלעמאל, ליכא שיטה דלא רמיזא באורייתא. דער עיקר קונץ איז אראפברענגען און אויסטייטשן די פרינציפן אויף למעשה.

הנה טוב מאד זו מלכות שמים, והנה טוב מאד זו מלכות הארץ. וכי מלכות הארץ טוב מאד, אתמהא, אלא שהיא תובעת דקיון של בריות, שנאמר (ישעי' מה) אנכי עשיתי ארץ ואדם עליה בראתי (בראשית רבה ט טו)

אמר הקב"ה לישראל, בני, כך חשבתי שתהיו חורין מן המלכות, מנין שנאמר פרה למד מדבר, כשם שהפרא גדל במדבר ואין אימת אדם עליו כך חשבתי שלא תהא אימת מלכות עליכם, אבל אתם לא בקשתם כן (דברים רבה ה ח).
[וע"ע Noble savage].

מה אתם מבקשים מלך, חייכם שסופכם להרגיש מה עתיד להגיע לכם מתחת מלככם. מנין, שנאמר (הושע ז) מלכיהם נפלו אין קורא בהם אלי (שם ט).

אמר הקב"ה, בעוה"ז בקשתם מלכים, ועמדו המלכים מישראל והפילו אתכם בחרב. שאול הפילם בהר הגלבוע, דוד נתן מגפה, אחאב עצר עליהן את הגשמים, צדקיהו החריב את בית המקדש. כיון שראו ישראל מה הגיע מתחת ידי מלכיהם, התחילו צווחין הכל אין אנו מבקשין מלך ישראל (שם יא).

הספינה הזו מהלכת בים, אם אין לה קברניטין אובדת היא, כך הם ישראל, אפילו הם כמה אוכלוסים, אם אין להם מנהיג אינם יכולים לעמוד (פסיקתא פרק מז).

הכתוב מדבר במלך כיצד, אמר לו הקב"ה למלך לא מפני שמיניתיך אלא ראה שאחד מבני אדם אתה ואני הוא מלך מלכי המלכים שליט במעלה ובמטה ולי הכל. ומפני שהרשיעו לפני בני דור המבול הם גרמו להיות מלכות בארץ, שמתחלה הוא היה שליט בביתו ובכל עמלו ולא היתה אימת מלך ולא אימת ייסורין ולא כל דבר קשה אלא אוכלים ושותים ויושבין בטח בעולם, ומתוך שלוה ואותה הטובה טרדו ובאו לידי חמס וגזל שנאמר כי מלאה הארץ חמס מפניהם, ובאו לידי גילוי עריות שנאמר ותשחת הארץ, ובאו לידי שפיכות דמים שנאמר כי השחית כל בשר את דרכו על הארץ, והיו מפשיטין בגדיהן והולכין ערומים שנאמר ערום הלכו בלי לבוש, והיו מקולקלין עם בהמה וחיות וגרמו לעצמן שהציפן מים כזיקין על פני המים ונידונו ברותחין. כיון שאבדתים מן העולם קימתי עולמי מפרידה אחת ששירתי נח ובניו, אמרתי כלום באו בני דור המבול לידי אותה השחתה אלא על ידי שלא היתה עליהם אימת מלך ואימת יסורין, ומניתי מלך בארץ. ואע"פ שבא נמרוד ונתן אותה עצה לעלות למרום הוא ובני דור הפלגה ואמרו נעלה לרקיע ונעשה עמו מלחמה ולא נניחנו שיעשה לנו כבני דור המבול, אע"פ כן לידי אותן דרכים מכוערין לשום עצמן כבהמה לא באו ולא הריעו זה לזה, לפי כך עשה הקב"ה מלך. וכן אמר לו הקב"ה למלך לתקן עולמי שמתי לך מלכות בארץ לא להרע לעולמי, ראה שלא תטול מכס יתר ולא כסף גלגלת יתר. ידוע תדע פני צאניך ותנהלם ברחמים. שית לבך לעדרים, תן דעתך על כל משרתיך שלא יריעו לבריות. וכן הוא אומר מלך יושב על כסא דין מזרה בעיניו כל רע. ואומר מושל מקשיב על דבר שקר כל משרתיו רשעים הא מקשיב על דבר אמת כל משרתיו צדיקים (מדרש הגדול שמות כא).
[משמע ווי די וואס טענה'ן אז די ""nasty, brutish and short" דעסקריפציע איז נישט ריכטיג. פארקערט גאר, די וועלט איז נאכנישט געווען ראוי צו רוב טובה פון אנארכיע, כדברי ATUB @געוואלדיג ATUB . הגם Bellum omnium contra omnes שטימט יא].

ולולא השררה לא היה העולם מסודר, ולא נשלמו תקנותיו (האמונות והדעות מאמר י ט, ועי"ש).

וממה שראוי לתת אל לבך ולבחון בו הסכמת בני אדם והתחברות לבותם עם רוב התחלקות מידותם, למנות עליהם איש מהם, ומקבלים עבודתו ושומעים בקולו במה שהוא מצוה ומזהיר אותם, ויראים אותו, והוא שומר אותם וחומל עליהם, ודן בצדק ביניהם, ומנהיגם על מה שיש בו תקנת כולם, כדי שלא יתקלקלו עניניהם ולא יוכל האויב להם. ואילו היה כל אחד מבני אדם חושש לעצמו ולדחות מעליו, לא היו מסכימים על בנין מגדל ולא חומה, והיו עניניהם מופקרים. ועם כל זה שהמושל בהם שומר חוקי התורות, ומנהיגם במשפטים צדיקים ובדרכים טובים וישרים, והוא משרת לתורה, ושומר מנהג הצדק, ובהם תכון ממשלתו ותתמיד ממלכתו, כמו שאמר (משלי כ כח): חסד ואמת יצרו מלך וסעד בחסד כסאו, ואמרו רבותינו זכרונם לברכה (אבות ג ב): הוי מתפלל בשלומה של מלכות שאלמלא מוראה איש את רעהו חיים בלעו (חוה"ל שער הבחינה פ"ה).

ואין כמו השוני הזה האישי העצום מצוי באף אחד ממיני בעלי החיים, אלא השוני בין אישי כל מין קרוב זה לזה, פרט לאדם שאתה תמצא שני אחדים ממנו כאילו הם משני מינים בכל מדה ומדה, עד שתמצא אכזריות אחד מגעת עד כדי לשחוט צעיר בניו מרוב הכעס, ואחר יחמול על הריגת פשפש או אחד הרמשים ותרך נפשו לכך, וכך ברוב המקרים. וכיון שהיה טבעו מחייב שיהא באישיו השוני הזה ובחברה הכרחית לטבעו, לא יתכן בשום אופן שתצלח חברתו כי אם על ידי מנהיג בהחלט, יאזן את פעולותיהם וישלים את החסר, ויחסר את המרובה, וינהיג מעשים ומדות שיעשו אותם כולם כפי נוהג אחיד תמיד, עד שיעלם השוני הטבעי ברבוי התיאום המוסכם, ותהיה החברה תקינה (מורה הנבוכים ב מ).

כי העם, לא יתכן שיהיו זולת רועה כמו שאמר משה ולא תהיה עדת ה' כצאן אשר אין להם רועה (רלב"ג יהושע א יח).

והנה בסוף הענין היו מלכיהם סבה להתעות ישראל ולהסירם מעל ה' עד שהביאו לגלות מעל אדמתם כמו שנתבאר מירבעם בן נבט וחבריו (רלב"ג שמו"א ח ד).

המלך והתורה ב' אחים, לא יעמוד האחד מבלתי השני (מבחר הפנינים שער המלך).

ולזה יאמרו שהוא מן ההכרח שיסודר נימוס מחכם או חכמים להגביל הנאה והמגונה והעול והיושר בין אנשי המדינה, ויושם עליהם קצין שוטר ומושל להכריח העם על התמדת היושר בין האנשים והסרת העול, כדי שישלם על ידו הקבוץ המדיני באופן נאות (ספר העיקרים א ט).

כי טבע בני אדם חלוק זה מזה ורצון זה כנגד רצון זה, ולולי ממשלת אחד עליהם לא תשלם ביניהם הסכמה ותרבה המחלוקת. ולפיכך באה מצות שופטים ושוטרים והקמת מלך בעם, למשול בו ולהדריכו דרך ישרה (מלמד התלמידים פ' שופטים).

שהמלכות נמשלת לאש הכוללת תועלת ונזק (רבינו בחיי ויקרא טז א).

כי הצורך בכל עיר ועיר להיות עליה שופט אחד שיחזיר עניני אישי המדינה אל הכללות, רצוני שיוציאם מכלל איש הישר בעיניו יעשה ויביאם אל השקפת טוב כללותה (עקידת יצחק שער צה).

והנה יש אומרים שהמלך נחוץ כלב לגוף, כי הוא גורם האחדות, ההתמדה, והיכולת המוחלטת. אבל למעשה אינו כן, שראינו ממלכות גדולות טובות בלי מלך, כי אם נבחרים זמניים, כמו בוונציה ובפלורנץ. גם המלך מרשיע יותר מהרבים, וגם באדם ג' מנהיגים, הראש הלב והכבד. על כן אחשוב שהמלכים הראשונים נתמנו על ידי העם עצמו לעבדו באמונה, והם עשו את עצמם כאדונים על פי ה'. ואפילו אם נאמר שהמלך הכרח באומות כדי להלחם, ולקבע חוקים חדשים, ולהכות ולהעניש, בישראל אינו כן. וראינו שרוב המלכים היו רעים והטו לב העם, מה שלא היו כן השופטים (אברבנאל דברים יז יד).

אשר שלט האדם באדם - השלטון בעצמו דבר טוב, ובכל זאת גרם רעה גדולה, כמו שקרה למצרים בשלטם בישראל (ספורנו קהלת ח ט).

אלקי הרוחות לכל בשר - כי מצד הנשמה העליונה הנפרדת מן הגויה אין צריך למנהיג, כי היא קדושה ומלאכיית, והמלאכים אין צריכים למנהיג. וכן מצד הנפש החיונית והגוף הבהמי גם כן אין צריך למנהיג, שכל בעלי חיים חיים נפרדים כל אחד בפני עצמו. רק מצד הרוח הנתון בבשר, שהוא רוח האדם הכלוא בבשר, שעל ידי זה יש בחירה, וכל אחד יש לו תכונות ומדות ותאוות מיוחדות מאותו רוח אחרת אתו, ומצד זה צריך למנהיג שיודע להלוך נגד רוחו של כל אחד מהם (מלבי"ם במדבר כז טז).

ורבו בה מלשון גדלות, והיה הצווי לעשות מלוכה וממשלה כדי שלא יהא איש את רעהו חיים בלעו (העמק דבר בראשית ט ז).

ובאמת היתה כך רצון ה' וזהו קיום העולם שאלמלא מוראה של מלכות איש את רעהו חיים בלעו, והיה נמרוד המתחיל לעשות כזה (שם י ח).

כל זה (דור ההפלגה) קרה בהשפעתו של נמרוד, שידע לזהות את תהלתו הפרטית עם תהלת הצבור המקריב את עצמו למענו. באותו אופן משכו נפוליאון ואלכסנדר את האנשים לשרותם, על ידי שנתנו להם חוט תהלה בלולאת בגדיהם, ולא על ידי נתינת זהב וכסף (פירוש הרש"ר הירש בראשית יא ד).

ויהי בימי אמרפל - זהו ספור המלכות והמלחמה הראשונים בעולם. נמרוד המציא את שטת המלוכה, שהיא שעבוד כוחות הכלל לצרכי המלך הפרטיים, באמתלא של פרסום שם וכבוד האומה על ידי כך, ודבר זה נעשה על חשבון אושרו של הפרט. השטה הזאת פשטה מהר מאד בארץ. ברבות הטובה בעם, בפשוט השאננות בקרב בני אדם והתאותנות, מאבד העם את האינטרס בצרכי הכלל, ומוכן להקריב את זכויותיו וכספו כדי שלא יצטרך הפרט לחשוב. בהפוכו של דבר לא נעים להיות מלך על עם עני (שם יד א).
מיטוואך מאי 08, 2019 4:25 am#429922
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:קיינער איז נישט מחולק מיט דיר.


פון וואנעט ווייסטו? ס׳פעלט דען אנארכיסטן אויף די וועלט?
מיטוואך מאי 08, 2019 10:47 am#429940
די שיטה פון אנארכיזם האט נישט קיין פונקטליכע בלופרינט, ס'איז א געדאנק וואס מ'דארף ארייננעמען אין חשבון. כמעט קיינער האלט נישט פון טאטאלע אנארכיזם, יעדער ווייסט אז ס'קען נישט ארבעטן, די שאלה איז נאר וואו מ'פאסט עס אריין. אונזער פותח האשכול וויל עס אריינפאסן צו רעליגיע, ער האלט אז אז דאס איז די איינציגסטע וועג ווי רעליגיע קען האבן א פשט, און איך מיין אז דו וועסט אויך מסכים זיין דערצו, ס'קען גאר זיין אז לגבי רעגירונג האלט ער ווי דיר אז קאמוניזם וועט בעסער ארבעטן.
מיטוואך מאי 08, 2019 11:48 am#429943
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די שיטה פון אנארכיזם האט נישט קיין פונקטליכע בלופרינט, ס'איז א געדאנק וואס מ'דארף ארייננעמען אין חשבון. כמעט קיינער האלט נישט פון טאטאלע אנארכיזם, יעדער ווייסט אז ס'קען נישט ארבעטן, די שאלה איז נאר וואו מ'פאסט עס אריין. אונזער פותח האשכול וויל עס אריינפאסן צו רעליגיע, ער האלט אז אז דאס איז די איינציגסטע וועג ווי רעליגיע קען האבן א פשט, און איך מיין אז דו וועסט אויך מסכים זיין דערצו, ס'קען גאר זיין אז לגבי רעגירונג האלט ער ווי דיר אז קאמוניזם וועט בעסער ארבעטן.


כ׳האלט פון נישט קאמוניזם. איך האלט פון קאנאדא. קאנאדא איז קאמוניזם?

וואטעווער. כגיי עס נישט נאכמאל איבער בעבעלן.
מיטוואך מאי 08, 2019 11:53 am#429944
קאנאדע שטייט ביי #8 אין די פרייע האנדל אינדעקס, אמעריקע שטייט ביי #12, כ'האב נישט געוואוסט אז דו ביזט פאר פרייע האנדל.

m https://www.heritage.org/index/ranking m
דינסטאג יולי 21, 2020 8:43 pm#454877
אונזער אידיאלאגיע - אנארכיזם
כ׳האב געקלערט אז די פילאזאפיע פון טאַוּאיזם איז ארויסגעוואקסן אין כינע אין א תקופה ווען די מלכות [די זשוּ דיינעסטי] האט אנגעהויבן צאמפאלן. קלוגע איינגעשטעלטע אין די רעגירונג, אריינגערעכענט לאַוּזשע, האבן געקלערט פון וועגן איבער א בעסערע סארט רעגירונג, אין פון דעם איז צוביסלעך ארויסגעוואקסן טאַוּאיזם. דאס איז שפעטער נאך מער אויסגעברייטערט געווארן דורך זשואנגצע וואס האט געלעבט אין די כאאטישע צייט פון די וואָרינג סטעיטס אין כינע. איראניש אבער האט די פילאזאפיע מער גענויגט צו אנארכיזם, נישט אריינצווינגען גארנישט, און זיך נישט קעגנשטעלן גארנישט; גיין לגמרי אין הארמאניע מיט׳ן נאטור און וויאזוי זאכן גייען. זיי האבן עפּלייט די דאקטרין צו רעגירונגען אויך.

יעצט, א חלק פון וואס ATUB @מיימון ATUB רירט אן אין זיין מייסטערהאפטן ארטיקל אין וועקער 17 איז אז די מושג פון ״גזירת הגלות״ איז ל״ד געווען ממקור ממש דעמאלטס, נאר איז פשוט ארויסגעוואקסן אלס א הכרח׳דיגע מציאות ווייל עס האט נישט געהאט קיין געהעריגע פרעצעדענט ווי אזוי מ׳דארף זיך אומגיין דערצו/דערמיט אין יענע תקופה בבית שני. דאדורך דעמאלטס האט זיך יהדות סתם אזוי געטוישט אינגאנצן/ענדגילטיג פון א טעמפּל קולטור צו די (דאגמאטישע) יהדות רבנית של הפרושים מיר האבן היינט. אין אנדערע ווערטער, יהדות האט זיך געדארפט אויספארמען מיט א מציאות ווי זי איז נישט די (לגמרי׳דיגע) געוועלטיגער אויף זיך אליינס, אָן אן ענדגילטיגן וואס, ווי אזוי, און בעיקר ווען דאס וועט זיך ענדיגן און צוריקגיין צו זיין די זעלבסטשטענדיגע געוועלטיגער אויף זיך אליין.

איז (בדרך אפשר גמור) קען מען אולי מאכן א פאראלעל צו דאס ווי אזוי די אנארכישע פילאזאפיע פון טאַוּאיזם איז ארויסגעוואקסן אין כינע, מיט דאס ווי אזוי אידישקייט׳ס מהלך אין רעגירן אויף זיך אליין (איר ״פּאליטישע פילאזאפיע״) האט זיך אויסגעפארעמט אדער, בעסער געזאגט, נישט אויסגעפארעמט. דהיינו, בזמן הבית ווען די טעמפּל קולטור איז נאך געווען בתוקפו זענען די קעסטס פון כהנים, לויים, און מלכים געווען געהעריג אפגעזונדערט מיט זייערע פונקטליכע אויפגאבעס אין די סאסייעטי וממילא אין זייערע העכערע ראנגן אין די סאציאלע היארארכיע, וואס דאס האט מען טאקע שפעטער קאדיפיצירט. אבער לאחר החורבן, ווען די הלכות/הליכות זענען שוין נישט גילטיג געווען, האט דאס זיך אריבערגעפירט צו רבנים וואס זיי זענען געווארן די העכסטע קלאס. דאס איז אבער נישט למעשה קאדיפיצירט געווארן אזוי; עכ״פ ווייט נישט אויף אזא פארנעם. אין דעם קען דאס אפשר האבן א פאראלעל צו דאס אויפשטייג פון טאַוּאיזם, וואס דאס האט געזוכט א ריכטיגע וועג און טויש אין רעגירונג און למעשה אנגענומען אן אנארכישע מהלך. ואפשר ה״ה ביהדות (עכ״פ לגבי אויף זיך זעלבסט). (ואולי איז דאס בפרט אז דאס קומט דאך פון די פרושים, וואס אירע אנהענגער זענען געווען פון די נישט-עליטע אינעם פריערדיגן היארארכיע.)