Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אייוועלט קאמענטארן » אידישער ווינקל רעדט זיך אפ אויף אייוועלט

אידישער ווינקל רעדט זיך אפ אויף אייוועלט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10339
דינסטאג אפריל 05, 2016 3:40 pm#327728
אידישער ווינקל רעדט זיך אפ אויף אייוועלט
גאסט-עדיטאריעל:
איי-וועלט האט זיך שוין ווייטער צעפירט די הענט

פון: יוסף הירש. עקסקלוסיוו צו אידישער ווינקל.

שוין ווידעראמאל האט איי-וועלט זיך צעלאזט די הענט און זיך גענומען מיט א געמיינע אטאקע אויף א לעגיטימע ביזנעס, א פאפולערע אויסגאבע, פאר זעלבסטזיכטיגע עקלהאפטיגע סיבות.

כ'וועל זאגן דעם אמת, כ'בין נישט קיין לייענער פון מאמענט. כ'בין נישט קיין שטיצער פון מאמענט אויף קיין שום אופן וואס זאל נאר זיין. כ'ווייס נישט וואס זיי האבן געשריבן די וואך אדער וועלכע אנדערע וואך. איין זאך וואס איך ווייס איז אז זייערע פראיעקטן האבן שוין אויפגעטאן גרויסע זאכן, אויפוועקנדיג דעם ציבור צו געוויסע אישוס וועלכע האבן געדארפט באקומען אויפמערקזאמקייט און פיינעלי אדרעסירט געווארן, פירנדיג צו גרויסע שינויים אויף אן אינדיווידועלן און קאלעקטיוון אופן.

יעצט האבן זיי געמאכט א פראיעקט פון יתומים, וואס דארף עפענען די אויגן פון מענטשן איבער די יוניק פראבלעמען פון יתומים, און 'דאס' האט ארויסגערופן דעם צארן פון איי-וועלט. איך ווייס אפילו נישט וואס דארט שטייט און כ'קען נישט קוואוטן דעם ארטיקל, נאר איין זאך, אין די לעצטע טעג איז מיר אויסגעקומען צו שמועסן מיט אפאר יתומים ביי שמחות וכדו', און אלע פון זיי האבן גערעדט מיט גרויס התפּעלות איבער'ן קאווער סטארי פונעם מאמענט די וואך.

בנוסף לזה: די מענטשן וועלכע האבן צוזאמגעשטעלט דעם פראיעקט זענען אדער אליין געווען יונגע יתומים און געמוזט דורכגיין דעם שווערן קאשמאר, אדער זענען זיי געווען אזעלכע וואס האבן געהאנדלט מיט יתומים, עכ"פ אזוי קוקט אויס לויטן קאווער וואס פארט ארום אויף די וואצאספערע און טעלעגראמעספערע. איז ווער זענען די עליט חברה פון איי-וועלט וועמען ס'האט קיינמאל גארנישט געפעלט אין לעבן, וועלכע האבן קיינמאל נישט געוואוסט פון קיין שוועריגקייטן, צו רעדן אין נאמען פון די יתומים?

און יעצט א קורצן בליק איבער איי-וועלט: איי-וועלט איז א מקום פון בעלי דמיונות, מענטשן וועלכע רעדן זיך איין אז זיי פירן די וועלט. איך בין דארט געווען א לאנגע צייט צוריק און זיך פארעקלט פון זייער קטנות. יעדע שטיק צייט געמאכט עלעקשאנס און ערוויילט באאמטע פאר יעדן פאזישאן, באגלייטעט מיט היציגע קאמפיינס, מיט קאמפיין ראליס, נצחונות און מפלות, באשולדיגונגען פון פראוד און אנגעצויגענע שטימונגען צווישן דעם געווינער און פארלירער.

דער סייט ווערט געפירט גאר דיקטאטוריש, אפאר ילדים מאכן אפ וואס ס'מעג יא ארויפגיין און וואס נישט. קענסט שרייבן עפעס וואס איז העכסט לעגיטים און זיי וועלן עס אויסמעקן, פשוט ווייל איך קען און דו קענסט נישט.

(בדרך אגב, די גרינדערס און אנפירערס פון איי-וועלט זענען עתיד ליתן את הדין פאר'ן פירן צו די גרינדונג פון קאווע שטיבל, וואו מען טאלערירט זאכן וואס א פרומער איד טאר נישט לייענען. די גרינדערס און אנפירערס פון קאווע שטיבל זענען באמת פיינע אידן וואס מיינען נאר גוטס. דער פראבלעם איז אז זיי זענען אפגעבריטע חברה, מענטשן וואס האבן זיך צוזאמגעליטן פון די טיפשות און דיקטאטורשאפט פון איי-וועלט און באשלאסן צו גיין ביז'ן אנדערן עקסטרעם פון טאלעראנץ.)

די קראנקהאפטע באנעמונג פון איי-וועלט מוז פארדאמט ווערן און אראפגעריסן ווערן. די גרופע רשעים דארפן דעמאסקירט ווערן. זאלן זיי זיך נישט באהאלטן אונטער ניקס און דאס ניצן צו וויי טאן אנדערע אידן און שעדיגן אנדערע אידנ'ס פרנסות, ווייל אויב יא וועט מען זיי דארפן געבן צו שפורן דעם טעם פון זייער אייגענעם מעדיצין.

נ"ב, דער שרייבער פון די שורות וועט אפן מודה זיין אז ער האט א בייעס. מיין בייעס איז נישט לטובת מאמענט וואס איך לייען נישט. מיין בייעס איז קעגן די קראנקהאפטע רשעות און טיפשות פון איי-וועלט. ע"כ
דינסטאג אפריל 05, 2016 3:43 pm#327730
Re: אידישער ווינקל רעדט זיך אפ אויף אייוועלט
So you're criticizing Ivelt by criticizing Kave Shtiebel.
דינסטאג אפריל 05, 2016 3:45 pm#327732
זיי ווייסן ניטאמאל וואס קאווע שטיבל איז
דינסטאג אפריל 05, 2016 7:20 pm#327778
אויב ווייסן זיי נישט דאן פארוואס האבן זיי באשלאסן מפרסם צי זיין ווען ATUB @שש משזר ATUB האט באשלאסן מצמצם צי זיין
דינסטאג אפריל 05, 2016 7:26 pm#327779
טעות
דינסטאג אפריל 05, 2016 7:59 pm#327785
.
דינסטאג אפריל 05, 2016 8:12 pm#327786
די ארטיקל איז געווען קודם אויף אייוועלט פאר צוויי מינוט. און געמעקט געווארן
דינסטאג אפריל 05, 2016 9:03 pm#327794
פארוואס מ'האט מיך געמעקט ווייס איך נאכנישט
דינסטאג אפריל 05, 2016 9:04 pm#327795
ס'שטייט אונטען: גילוי. דאס איז אן הארבן איסור דאהי.
דינסטאג אפריל 05, 2016 9:11 pm#327798
ריכטיג האט געשריבן:ס'שטייט אונטען: גילוי. דאס איז אן הארבן איסור דאהי.


איך אגרי מיט דיר
אבער מיין תגובה האט גארנישט מיט גילו איינגעשטויסן , אדרבה אויב די מנהל וויל מיר ענטפערן אין אישי וואלט איך מיך געפרייט
דינסטאג אפריל 05, 2016 9:12 pm#327799
פליקער האט געשריבן:אויב ווייסן זיי נישט דאן פארוואס האבן זיי באשלאסן מפרסם צי זיין ווען @שש משזר האט באשלאסן מצמצם צי זיין


What do you mean?
a link please?
דינסטאג אפריל 05, 2016 9:16 pm#327800
לכאורה האט ער זיך געווערטלט כאילו שש זאל ווען האבן געשריבן דעם ארטיקל. (לאמיתו של דבר קען עס נישט זיין, קוק אויף די ספעלינג)
דינסטאג אפריל 05, 2016 10:39 pm#327817
חייקל האט געשריבן:So you're criticizing Ivelt by criticizing Kave Shtiebel.

Chaik'l: No. He/she is giving Kave Shtiebel a backhanded compliment. Namely. That K.S. is so good and tolerant of opposing and unpopular opinions. But that goodness came out of the tyranny of the individuals who run I-Velt...!
מיטוואך אפריל 06, 2016 5:19 pm#327964
Re: אידישער ווינקל רעדט זיך אפ אויף אייוועלט
מעסעדזש פון אידישער ווינקל מיטגליד, יעקב זאב כ״ץ. בנוגע די אייוועלט איבערקערעניש.

אמע״כ חברי אייוועלט:

אלס שרייבער אינעם מאמענט, האב איך אפראוטשט די מאמענט רעדאקציע און זיי געזאגט אז איך האלט אז עס וואלט געווען א גוטע זאך צו שרייבן וועגן יתומים. נישט ווי מאנכע לייגן דא אראפ אז ס׳איז געווען א זיצונג און מ׳האט באשלאסן אז מ׳גייט דעם עולם וויינען מיטן ציהל צו פארקויפן מער שטיק.

ס׳איז געווען נאכדעם וואס דער מאמענט האט געהאט א ביילאגע איבערן פראבלעם פון בוליען, האט זיך מיר אויפגעוועקט מיינע קאשמארן איבער א סארט אומדירעקטע בוליאינג וואס איך האב מיטגעמאכט אלס יתום (ווי איר קענט ליינען אינעם ארטיקל היינטיגע וואך) און איך האב געהאלטן אז ס׳איז קריטיש וויכטיג אז ס׳זאל ארויסגעברענגט ווערן פאר׳ן ברייטן ציבור, אז מ׳זאל וויסן וויאזוי א יתום שפירט און נישט טרעטן אויף זיינע געפילן צוליב חוסר ידיעה.

יא, איך בין גרייט געווען פאר די בושה פון זיך ארויסשטעלן אויפן קאווער, הגם איך בין זייער א שטילער און פריוואטער מענטש, אלעס ווייל איך האב געשפירט אז איך מוז דערציילן און אויפטאן.

איר קענט אלע ווייטער געשמאק דעבאטירן ״זשורנאליזם״ און ענליכעס. איך האב נאר געוואלט ״אויסקלארן די לופט״ ווי מ׳זאגט.

Sent from my Fire Phone using Tapatalk
מיטוואך אפריל 06, 2016 6:06 pm#327973
Re: אידישער ווינקל רעדט זיך אפ אויף אייוועלט
בין איך דער איינציגסטער וואס אינטערסירט נישט די גאנצע אידישע ווינקעל?
מיטוואך אפריל 06, 2016 9:34 pm#328016
"Group of teenage "thinkers
אידישער ווינקעל אהער, אידישער ווינקעל אהין, אידישער ווינקעל שרייבער טראכט, אידישער ווינקעל שרייבער באריכט, אידישער ווינקעל גייט שרייבען, אידישער ווינקעל גייט זיך צוזאמשטעלן, אידישער ווינקעל האט א שטאב, אידישער ווינקעל מאכט קאלומס, אידישער ווינקעל זאל זיך גיין אין ווינקעל
מיטוואך אפריל 06, 2016 9:48 pm#328018
עקסטרעם פון טאלעראנץ

:roll:
מיטוואך אפריל 06, 2016 9:51 pm#328019
Re: אידישער ווינקל רעדט זיך אפ אויף אייוועלט
בין איך דער איינציגסטער וואס ווייסט נישט וואס יידישער ווינקעל איז?
מיטוואך אפריל 06, 2016 10:01 pm#328022
Re: אידישער ווינקל רעדט זיך אפ אויף אייוועלט
איך אויך נישט
מיטוואך אפריל 06, 2016 10:10 pm#328025
מיטוואך אפריל 06, 2016 10:11 pm#328026
Re: אידישער ווינקל רעדט זיך אפ אויף אייוועלט
ענק פארפאסן נישט גארנישט...
...
פרייטאג אפריל 08, 2016 5:21 pm#328392
Re: אידישער ווינקל רעדט זיך אפ אויף אייוועלט
אפשר קען איינער ארויפלייגען דא די ארטיקעל פין מאמענט אז מ'זאל פארשטיין בעסער וואס עס רעדט זיך?