Under maintenance
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם! » צייטווייליגע שליסונג, צוליב טעכנישע ארבעט

צייטווייליגע שליסונג, צוליב טעכנישע ארבעט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10340
מיטוואך אפריל 06, 2016 1:10 pm#327907
צייטווייליגע שליסונג, צוליב טעכנישע ארבעט
"קאווע שטיבל" וועט היינט אומגעפער דריי אזייגער נאכמיטאג געשלאסן ווערן אויף צייטווייליג, בערך א האלבע שעה, צוליב טעכנישע ארבעט און אפדעיטס.
מיט אנטשולדיגונג
מיטוואך אפריל 06, 2016 1:43 pm#327913
זעהט אויס אזוי ארבעט עס, ווי נאר מען ווערט א מנהל וויל מען פארשליסען ק"ש :lol:
מיטוואך אפריל 06, 2016 1:47 pm#327915
זעהט אויס אז רעכניץ האט אפגעקויפט בלויז א האלבע שעה
מיטוואך אפריל 06, 2016 1:49 pm#327918
איז מעגליך צו זעהן די ליסטע פון אפדעיטס און אימפראוומענט?
מיטוואך אפריל 06, 2016 1:54 pm#327920
קאפיטאן האט געשריבן:"קאווע שטיבל" וועט היינט אומגעפער דריי אזייגער נאכמיטאג געשלאסן ווערן אויף צייטווייליג, בערך א האלבע שעה, צוליב טעכנישע ארבעט און אפדעיטס.
מיט אנטשולדיגונג


#שאקס_פונקט_דעמאלטס_האביך_אן_עפוינטמענט.
מיטוואך אפריל 06, 2016 3:49 pm#327938
דער קריזיס איז אדורך בשלום?
מיטוואך אפריל 06, 2016 4:12 pm#327946
ברעקינג!!!
מען קען שוין שרייבן אנאנים אין מאחורי!!!
מיטוואך אפריל 06, 2016 4:42 pm#327952
WOW
זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו!
:like :like :like

חברה, ס'קומט סחורה! רויטעלע גייט זיך אויסגעבן. כ'האף אנדערע אויך, אז נישט וועט מען וויסן אז ס'איז מיר.

יישר כח ATUB @קאפיטאן ATUB !
מיטוואך אפריל 06, 2016 4:46 pm#327956
O
דאנערשטאג אפריל 07, 2016 6:47 am#328108
בן אדם האט געשריבן:O


דערמאנסט מיך פון מיין רבי אין חדר וואס פלעגט זאגן אז 0 אליינס איז דאך גארנישט און וויפל איז צוויי מאל 00? צוויי מאל גארנישט, יעצט קענסט האבן מיליאנען זעראס ווילאנג דו האסט נישט עפעס א איינסער אדער א צוויייער ביפאר די זעראוס בלייבסטו ביי גארנישט, ער האט געניצט די משל פאר יחוס אויב האט איינער אסאך יחוס און ער אליינס האט נישט קיין יחוס עצמו איז עס גארנישט אזויווי בלייבן מיט אסא זעראוס. איך האב אפאר קשיות אויף די משל אפשר וועל איך אים נאכאמל טרעפן וועל איך אים אנפרעגן די שווערע קשיות וואס דריקט מיך שוין אזא דרייסיג יאהר און אז איך וועל אים נישט טרעפן וועל איך מוזן בלית ברירה ווארטן עד שיבוא שילו.

עני וועי מ׳קען שוין שרייבן אין מאחורי בלי שם איז דאך די שמחה געוואלדיג גרויס ביי יונג און אלט... אשרי מי שבא לכאן ותלמידו בידו. פארוואס זאג איך ענק די זאך? ווייל איך וויל אז איר זאלט וויסן. ופשוט הוא.
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 10:44 am#348704
היינט נאכט צווישן 11 און 4 וועט מען ארבייטן אויף די סערווערס פון קאווע שטיבל, און ס'איז דא א מעגליכקייט אז דער סייט וועט זיין אראפ פאר א האלבע שעה אדער ווייניגער.
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:04 pm#348713
:shock: מהעט ברויכען גיין קיין איי וועלט פאר א האלבע שעה
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:27 pm#348719
פעינטער האט געשריבן::shock: מהעט ברויכען גיין קיין איי וועלט פאר א האלבע שעה

כאילו די עולם זיצט דא אינעם שטיבעל 24 שעה, ווען סוואלט געווען אזא טרעפיק און פארקער וואלט געווען סאך מער תגובת און אזוי אויך לייקס.. :cry: :cry:
דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 3:31 pm#436030
Re: צייטווייליגע שליסונג, צוליב טעכנישע ארבעט
יוש בין איך אדורך א שווערע טאג היינט, ווען די קאווע איז אויסגעלאפן!
דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 3:35 pm#436031
אנטשולדיגט אז דער סייט איז געווען down פאר עטליכע שעה. עס איז געווען א פראבלעם, וואס איז שוין ב"ה פארראכטן געווארן.
דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 3:36 pm#436032
אה... די לעקטער האט זיך שוין אנגעצינדן...
דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:19 pm#436034
אאפס, און איך האב געמיינט אז עס איז מיין פילטער
דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:41 pm#436039
און איך האב געמיינט. נעה, איך בין געווען זיכער, אז די הנהלה האטמיך אויסגעשפארט פאר לכה"פ 2 וואכן...!

אדער אז קאווע שטיבל איז , ל"ע נפטר געווארן. כ'האב שוין געוואלט פרעגן א דיין אויב איך מעג דאווענען מארגן...!
דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 9:06 pm#436052
ווען גייט מען אפּגרעידן די פלאטפארמע? צו ניצן אזא אלטע ווערסיע שטעלט עס אויס די מצב פאר אומגעוואונטשענע אומשטענדן.... Phpbb האלט שוין מערערע ווערסיעס פאראויס.... ניטאמאל https איז דא, ידעס מאל איך זיין אריין דארף איך נאכאמאל קלאר מאכן צו איך בין נישט אויף א נעטוואורק ווי איינער זאל קענען זעהן מיין פעסווארד..... ס'איז נייטיג מ'זאל מאכן דעם אפּגרעיד וואס שנעלער.
דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 9:44 pm#436053
קורקלענד האט געשריבן:ווען גייט מען אפּגרעידן די פלאטפארמע? צו ניצן אזא אלטע ווערסיע שטעלט עס אויס די מצב פאר אומגעוואונטשענע אומשטענדן.... Phpbb האלט שוין מערערע ווערסיעס פאראויס.... ניטאמאל https איז דא, ידעס מאל איך זיין אריין דארף איך נאכאמאל קלאר מאכן צו איך בין נישט אויף א נעטוואורק ווי איינער זאל קענען זעהן מיין פעסווארד..... ס'איז נייטיג מ'זאל מאכן דעם אפּגרעיד וואס שנעלער.

די פראבלעם איז אז די נייע ווערסיעס ארבייטן נישט מיט אונזערע מאודס, ווי לייקס און טעגס, און קען אלעס פארדרייען.
מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 12:29 am#436060
@סדרן, אפשר א פלאג-אין אדער טעמפלעיט פאר מאביל פרענדלי?