א לאנגע ליסטע פון איידיעס:
הרב ATUB @כוכב ATUB וויל איידיעס פארן עולם, איבער וואס צו שרייבן אינעם פה סח.
פשוט אז מ'קען שרייבן אין יעדע מקצוע שבעולם, ואטו כי רוכלא.
אבער לאמיר דא מאכן א קורצע רשימה פון נושאים וואס האבן א שייכות מיט חג הפסח.
כ'האף אז מ'וועט אויפפיקן פארשידענע רעיונות דערפון.
תורה ומחשבה:
איבער איסור קטניות. חומרת געבראקטס/נישט מישן.
ט"ו סימני ליל הסדר, אדער מער אדער ווייניגער.
ליל המשומר מן המזיקין, גנבים, קפא.
אפיקומן פאר חצות, אדער והגדת לבנך?
פארוואס קשר"ק'ן, ווען ביטול איז גענוג? [איינער האט א גלוסקמא יפה?].
די וויין טראפן פון די עשר מכות, מסדר צו זיין גוים, הא?
חג האמונה, וואס מיינט גלייבן? ויאמינו בה' נאך עשר מכות און קרי"ס?
אקעי, א צוקער'ל: אונזער סיסטעם, אמונה פשוטה, אדער אמונה דרך חקירה?
העמק דבר:
איסור זוגות? [ווער געדענקט די סעריע מאמרים איבער מאן דקפיד קפדי בהדיה?].
יציאת מצרים/שעבוד מצרים היסטאריש/ארכעאלאגיש גערעדט.
וועלכע פרעה איז עס געווען, סדר השנים.
וחיזקתי את לב פרעה, בחירה.
איז מעגליך צו זען עשר מכות, קרי"ס, מן וכו', און נאכאלס מאכן אן עגל? וואס גייט פאר?
שיטת הרלב"ג בענין קרי"ס, והמסתעף בשיטותיו, והנוגד דברי חז"ל.
היסטאריע, מאפע:
יו"ט פסח בשייכות מיט די ניסים במשך הדורות די נאכט [אז רוב ניסים הפלאת בפסח].
וועלכע בעקער האט געבאקן די מעשה פונעם נודע ביהודה מיטן בעקער [פאר'סמ'טע ברויט].
פסח אין מדבר.
האבן די אידן געבויט די פיראמידן אין מצרים? פיתום רעמסס? בכלל, איבער די פיראמידן.
היסטאריע פון די פרעה'ס, די שושלות.
היסטאריע פון מצרים'ס זיין די פאנטרעגער פון פארגעשריטנקייט בימים ההם.
היסטאריע פון טרעפן די פרעונים, היראגליפישע כתבים [כתב החרטומים], און עתיקות.
די מבול פון מצרי'שע אפגעטער [נילוס, טלה, נחש, שמש, בעל צפון, וכו'], אדער גאר דבר מסודר בהירארכיע.
וואו איז געווען די אמאליגע גושן, ובכלל מצרים פון די תורה?
וואו זענען די אידן געקראכן אין מדבר פערציג יאר?
מילי דעלמא, כד בדיחא דעתיה:
מנהג חאלעמויעד האלטן.
מנהג פסח אין האטעל.
נאנ-געבראקטס פיצא והמסתעף.
וויאזוי זעט אויס א סדר נאכט ביי חברי ק"ש.
די דבר והיפוכו, אנקומען ווי א שמאטע צום 'זמן חירותינו'.
די קאשמארן ווען די גוי'טע 'ווערט קראנק' א וואך פאר פסח...