Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » בארירט פון א גוישע ניגון ליידער

בארירט פון א גוישע ניגון ליידער

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10354
מוצ"ש אפריל 09, 2016 11:48 pm#328450
בארירט פון א גוישע ניגון ליידער
שטייט אין ספר החינוך אין פרשת בהעלותך, די סיבה פארוואס די לווים האבן געשפילט מיט חצוצרות איז געווען כדי די אידן זאל תשובה טוען
אין גארנישט ברענגט אזוי שטארק צו תשובה ווי חצוצרות.
פון דא נעמט זיך די ווארט וואס מ׳הערט און די חסידישע הויפן אז ווען מלערנט א צדיק׳ס ספר גייט די צדיק טאקע ארויפ העכער אין ס׳איז א גרויסע טובות הנשמה אבער ווען מזינגט אז ניגון גייט אבער די נשמה ארויפ אין אסאך העכערע עליונות....

כ׳האב קיינמאל נישט פארשטאנען די הויכקייט פון נגינה, כ׳האב דא דארט געהערט אין געזינגען אין טאקע ס׳האט מיר מעורר געווען צו תשובה אבער דעטס איט.

די פארגאנגענע וואך איז מיר אויס געקומען צו זיין פאר געשעפטן ביי א גוישע פלאץ, ווארטענדיג אזוי אונעם פאר ציממער האט געשפילט א ניגון, כהאב נישט אפי צוגעלייגט קאפ אבער פלוצלינג איז מיר די ניגון עפעס אריין אין די ביינער אין סהאט מיר כאילו עלעקטראזירט ממש.
די תנועה איז קיין שום ספק געגאנבעט געווארן פונעם הייליגע תפארת שלמה, עפעס אזוי מין הארציג, אין די ווערטער הערט זיך ווי די קאלובע האט געמאכט.
יענער דערציילט דארט ווי א פרוי איז געפלויגן שנעל אונעם קאר אויפ א שנייעדיגע נאכט, געהאט צווי קינדער אין די אונטערשטע זיץ אין זיי זענען געשלאפן, היות ס׳איז געווען שפעט ביינאכט יענער איז געווען אביסעל דיפרעסט אין ביגלופין, זיינע מחשבות זענען געפלויגן אין א אנדערע וועלט אין ער איז בכלל נישט געווען דאהי.
פלוצלינג פיהלט ער ווי די קאר הייבן אן גליטשען אויפן שניי, ער זעהט ער קען נישט כאפן קאנטראל, ער האט געזעהן די טויט פארן אויגן אין ח״ו די קינדער פון אונטן אויך, מחמת פארלוירנקייט האט יענער פשוט פארמאכט די אויגן אין געהויבן הענט צום הימעל אין געבעטן א תפילה בתחנונים צו ווערן געראטעוועט (דא ציעט יענער ארויפ אויפן קווארטין טענער) אין טאקע כך הווה ער האט זיך געכאפט מיט א קליין זעץ, תיכף ארום געדרייט אין זעהט ווי די קינדער שלאפן כאילו לא היה.
יעצט האט יענער געמאכט א חשבון הנפש ווען איז געווען די לעצטע מאל ער האט געבעטן א תפילה........ בלא בלא בלא עפעס אזו.

די ניגון גייט מיר נישט אזוי פון קאפ. געהאט אזא מין מתיקות אין מקען עס אזוי שיין אויס טייטשען אויפן בורא כל עולמים מיט אונז אידן.

די מחבר איז נישט געוון א איד, כוויל נישט גיי נישט זוכן ווער יענער איז געווען ווייל איך בין א חסידישע אינגערמאן אין ביי מיר איז משה גאלדמאן גענוג הארציג אין די ניגונים פונעם הויף ברעכן שטיין, כפיהל גילטי אפי פון די גאנצע געשעפט אבער דא האב איך פארשטאנען ווי טיף נגינה גייט,

זכותו יכו עלינו.
אליהו הנביא אליהו התשבי אליהו הגלעדי......
מוצ"ש אפריל 09, 2016 11:56 pm#328453
Re: בארירט פון א גוישע ניגון ליידער
איך פרוביר צו טרעפן דעם הייליגער ניגון לייג ארויף א לינק און אונז וועלן שוין מעלה זיין די ניצוצית און אפשר אפילו תשובה טוהן.
זונטאג אפריל 10, 2016 12:08 am#328456
כ'בין נישט באקאנט מיט די אלע זאכן, אבער אז דו זאגסט פון וואס דא רעדט זיך קען מען דאך גרינג סוירטשן
m http://www.azlyrics.com/lyrics/carrieun ... wheel.html m
זונטאג אפריל 10, 2016 12:09 am#328457
לכאורה רעדט מען פונעם הארציגן ניגון Jesus Take the Wheel.

She was driving last Friday on her way to Cincinnati
On a snow white Christmas Eve
Going home to see her Mama and her Daddy with the baby in the backseat
Fifty miles to go and she was running low on faith and gasoline
It'd been a long hard year

She had a lot on her mind and she didn't pay attention
She was going way too fast
Before she knew it she was spinning on a thin black sheet of glass
She saw both their lives flash before her eyes
She didn't even have time to cry
She was so scared
She threw her hands up in the air

Jesus take the wheel
Take it from my hands
Cause I can't do this on my own
I'm letting go
So give me one more chance
Save me from this road I'm on
Jesus take the wheel

It was still getting colder when she made it to the shoulder
And the car came to a stop
She cried when she saw that baby in the backseat sleeping like a rock
And for the first time in a long time
She bowed her head to pray
She said I'm sorry for the way
I've been living my life
I know I've got to change
So from now on tonight

Jesus take the wheel
Take it from my hands
Cause I can't do this on my own
I'm letting go
So give me one more chance
Save me from this road I'm on
Oh, Jesus take the wheel

Oh, I'm letting go
So give me one more chance
Save me from this road I'm on
From this road I'm on
Jesus take the wheel

Oh, take it, take it from me.
Oh, wow, ohhhhh.
זונטאג אפריל 10, 2016 12:15 am#328459
.
זונטאג אפריל 10, 2016 12:18 am#328462
Re: בארירט פון א גוישע ניגון ליידער
איך מיין אז די ארטיקל איז פון די גאליציאנע אוצר, וואס שטילע האט געטראפן
זונטאג אפריל 10, 2016 12:19 am#328463
א איד האט געשריבן:איך מיין אז די ארטיקל איז פון די גאליציאנע אוצר, וואס שטילע האט געטראפן

:like אשפגתי
זונטאג אפריל 10, 2016 12:49 am#328468
זונטאג אפריל 10, 2016 12:54 am#328469
טאטעלי מוחה, כהאב געוואלט פרווען א פוינט, דעטס איט.
א בושה ווי חסידישע אינגערלייט זענען אזוי פעהיג אונעם פעלד.
כהאב חרטה אויפן אשכול, you guys took it the wrong way
זונטאג אפריל 10, 2016 1:45 am#328474
עס גרוילט דיך פשוט 'Jesues' - אויב נעמסטו ארויס דעם פארשאלטענעם Jesues און דו לייגסט אריין ג-ט ברוך הוא ביים רעדל איז דאס א הערליכע ניגון
זונטאג אפריל 10, 2016 1:05 pm#328531
איך זעה אז קיינער דא פארשטייט נישט דיינע גילט געפיהלן.
איז במקום שאין איש השתדל להיות איש:
דו דארפסט א תיקון, פ״ד תעניתים, ג׳ פעמים ח״י פאר צדקה.
זונטאג אפריל 10, 2016 1:11 pm#328532
ATUB @שטילע אינגערמאן ATUB פין בעש"ט זאגט מען נאך אז פין אלעם און אלס אין דער וועלט קען מען ניצען צי עבדות ה' - מלאה הארץ קנינך
אז מען הערט עפעס פין א גוי זאל מען דאס אויסנצען!
איך פארשטיי נישט פארוואס די פילסט גילטי
לך בכוחך זה
מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 2:50 pm#390580
אויפן וועג היינט האב איך געהערט אין מיין קאר דעי ניגון, סעהאט מיר עפעס זייער בארירט.
אזהרה נשים!

m https://www.youtube.com/watch?v=E8gmARGvPlI m
מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 11:50 pm#390617
את חטאי אני מזכיר. איך בין בארירט געווארן און ס'האט מיך אנגעכאפט א התעוררות פון א גוי'אישן ניגון. געזונגען און פארפאסט דורך דעם פארשטארבענם זינגער דזשאני דענווער...דער ליעדל הייסט..."קאונטרי ראודס"...וואו ער בעט זיך צו די קאונטרי ראודס אז זיי זאללן איהם צוריקפיהרן צו זיין היים אין וועסט ווירדזשיניע...!
בכלל די זשאנער/קלאס פון קאנטרי מיוזיק האט א סאך ווארימע ניגונים. פארשטייצעך אז נישט אלעס איז צוגעפאסט פאר ערליכע אידן. ס'וואלט געווען א שיינע זאך ווען אונזערע גרויסע בעלי מנגנים און קאמפאוזערס וואלטן אוועקגעגנב'ט און איבערגעזעצט א סאך פון די ניגונים. און זיי פאר'אידיש'ט. ווייל נישט נאר דער ניגון. נאר אויך די ליריקס זענען זייער ווארעם און הארציג...!
דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 12:26 am#390620
איך פרוביר ארויפצולייגן דא דעם ניגון../[youtube]http://1vpEljmfxyo[/youtube]
דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 1:34 am#390625
זבולון האט געשריבן:איך זעה אז קיינער דא פארשטייט נישט דיינע גילט געפיהלן.
איז במקום שאין איש השתדל להיות איש:
דו דארפסט א תיקון, פ״ד תעניתים, ג׳ פעמים ח״י פאר צדקה.

וואס איז מיט דריי חדשים תהילים כולל, עיני ישועה, א וואך רצופות ביים ריבניצער, א תיקון פאר ר' ישעי'לע און א מלוה מלכה אין ווערעצקי?
דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 3:31 am#390636
איסר ביסט נישט אפדעיטעד מען דארף מער נישט לויפן צו דעם און צו יענעם, עס איז שוין דא היינט איינער וואס דו עם צאלסט 'מעמבערשיפ' פער חודש און ער שרייבט דיר אין אין די אלע ביזנעסער. איך געדענק נישט אויפן רגע ווי אזוי זיין ביזנעס הייסט.
דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 12:14 pm#390661
איך אויך האט געשריבן:איסר ביסט נישט אפדעיטעד מען דארף מער נישט לויפן צו דעם און צו יענעם, עס איז שוין דא היינט איינער וואס דו עם צאלסט 'מעמבערשיפ' פער חודש און ער שרייבט דיר אין אין די אלע ביזנעסער. איך געדענק נישט אויפן רגע ווי אזוי זיין ביזנעס הייסט.


איך ווייס נאך נישט ווער דער איינער איז אבער ס'איז א שאד ער האט נישט געהאט א patent ווייל tally app האט גע'גנב'ט זיין business structure.

m https://www.meettally.com/ m
דינסטאג יוני 04, 2019 12:29 pm#431592
Re: בארירט פון א גוישע ניגון ליידער
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:טאטעלי מוחה, כהאב געוואלט פרווען א פוינט, דעטס איט.
א בושה ווי חסידישע אינגערלייט זענען אזוי פעהיג אונעם פעלד.
כהאב חרטה אויפן אשכול, you guys took it the wrong way
אויב דער עולם קען יא. פארוואס איז נישט דא קיין מפתח פון די אלע זינגערס מיט די אלע נגונים?

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
מיטוואך יוני 05, 2019 3:41 am#431649
ווייל מ'האט מורא אז הרב ישראל מ. סופר זיכרונו ליבראכעה. אדער הרב ש.ב. מרגליות וועללן קומען און שרייבן אן ארטיקל אין די צייטונג אדער אין בלאט, אויפ'ן פסוק..."ידין בגויים"... אז יודן זענען אויסגעמישט מיט די גויים. און זאגן מוסר אז מ'באקומט אן התעוררות פון א גוי'אישן ניגון. געזונגען דורך דעם געוועזענעם ליפא. אדער אברהם פריעד/מאן. וועלכער איז סתם אזוי פסול אלס חב"ד'סקער...!
דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 10:08 pm#438479
דאס מאל בין געווארן בארירט פון נישט סתם א גוי'אישע ניגון, נאר פון אן אראמישע סיריש-קריסטליכע ניגון, ליידער ליידער.

אבון דבשמיא

ליריקס: נתקדש שמך, תאתא מלכותך, נהוא צבינך, איכנא דבשמיא, אף בארעא. הב לן, לחמא דסונקנן יומנא, ושבוק לן חובין וחטהין, איכנא דאף חנן שבקן לחיבין. לא תעלן לנסיונא, אלא פצא לן מן בישא. מטל דדלך הי מלכותא, וחילא ותשבוחתא, לעלם עלמין אמין.

קול באישה

אן קול אישה
פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:12 am#438496
ווי האסטו געטראפען די ווערטער פין דער ניגון?
פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:21 am#438497
כ'האב עס גענומען פון צוויי טעקסטס; דאס איז א קלארערע פאנט, אבער די זינגערין דארט זינגט עס מיט איינצעלנע מינדערוויכטיגע שינוים אזויווי אין דעם טעקסט.