דאנערשטאג אפריל 21, 2016 9:16 pm#330469
דער הכשר פון הגה"צ מיאקע זצ"ל, און "פאלענד ספרינג" פאר פסח
היינט אינדערפרי איז אנגעקומען די שווערע בשורה פאר יהדות ניו יארק אז עס איז נסתלק געווארן איינער פון די לעצט-פארבליבענע גדולי התורה פון פאר'ן קריג, הגאון הצדיק רבי חיים ישעי' קעניג זצ"ל, אב"ד יאקע. דער יאקער רב ז"ל איז נישט געווען פון די וואס האבן געזוכט זיך ארויסצושטעלן ביים ציבור, ער איז געווען אן איש צנוע, און ביי זיך אין שטוב געהארעוועט על התורה ועל העבודה. און טאקע גאר א סך היימישע אידן אין ניו יארק זענען גאר ווייניג באקאנט מיט דער גרויסער פערזענליכקייט, און ווייסן נישט קיין סך וועגן זיין גאונות, זיינע גאונישע ווערק, און זיינע מידות נשגבות.
איין זאך וואס איז יא באקאנט, איז דער הכשר וואס דער יאקער רב האט געגעבן לאנגע יארן פאר פארשידענע פראדוקטן, וואס מאיזה סיבה שהיא האבן מאנכע יוהרא'ניקעס מחליט געווען אז מ'דארף אויסלערנען די קינדער אז מ'טאר זיך נישט פארלאזן דערויף. גאר באקאנט איז דער "לעפפי טעפפי" צוקערל, אויף וואס דער יאקער רב האט געגעבן א הכשר, וואס פרומערע משפחות האבן נישט "געטארט" עסן.
אין דער הערליכער "פה-סח" אויסגאבע וואס איז נארוואס ערשינען לכבוד פסח, האב איך געשריבן אן ארטיקל וועגן "אידישקייט-משוגעת'ן". אין דעם פאל איז דער יאקער רב ז"ל געפאלן א קרבן צו די וואס האלטן אז מ'בויעט אידישקייט מיט שקר און צביעות. לאמיר אביסעלע פארשטיין וואס דא איז פארגעגאנגען. די "לעפפי טעפפי" צוקערלעך ווערן פראדוצירט כשר למהדרין מן המהדרין ווי באשטעטיגט דורך דער OU - אן ערליכע, ריזיגע, און גאר פראפעסיאנאלע הכשרים-ארגאניזאציע וואס איז אנגעפירט געווארן דורך הגאון רבי ישראל בעלסקי זצ"ל. דאס איז קלאר אז די צוקערלעך זענען געווען כשר וישר. נאר וואס דען? איז דא אזא קאנצעפט – און מ'קען דאס פארשטיין – אז הגם דער או-יו איז א שטארקע השגחה, זענען אבער דאך דא פארשידענע חומרות וואס חסידישע אידן האבן ליב נאכצוגיין, ווילן מיר אלזא אז א היימישער רב זאל אויך געבן דעם הכשר. אקעי, ס'איז פארשטענדליך.
האבן מיר דא די לעפפי טעפפיס וואס דער או-יו זאגט אז ס'איז כשר, הגה"צ מיאקע זצ"ל – א חסידישער גאון וואס האט זיין גאנץ לעבן מקריב געווען פאר תורה און השי"ת – זאגט אז ס'קומט נאך זיינע סטאנדארטן. אבער דער יוהרא'ניק פון וויליאמסבורג זאגט ניין, ס'איז נישט גענוג גוט פאר מיר. נו, זאל זיין אז דער יאקער רב איז געווען א תמימות'דיגער איד, און נישט אזא שארפער בולי ווי דער וואלאווער. אבער ס'איז דאך דא א גאר גוטע השגחה פון דער או-יו, און דער יאקער רב איז נאר מוסיף אז ס'איז אויך גוט פאר די חסידישע סטאנדארטן. וואס איז די בארעכטיגונג פון ווארענען די קינדער נישט צו עסן פון דער השגחה פון א איד א גדול בתורה? היש לך יוהרא גדולה מזו?
דאס דערמאנט מיר פון דעם יום טוב פסח וואס קומט אט אט אריין, וואס איז ליידער אנגעפיקעוועט מיט משוגעת'ן פון קאפ ביז פיס (AKA "חומרות"). פרעגט נאר אין די גראסעריס ווי פסח איז מען מקפיד צו קויפן ספרינג וואסער דווקא פון מים חיים און באר מים, און נישט חלילה פון פאלענד ספרינג וואס האט נאר אן או-יו. הייסט עס אזוי, פון סינק נעמט ער גערן וואסער – העכסטנס איז ער גאר פרום און שעפט אן סינק וואסער נאך פאר פסח, אז מעגליכע חמץ זאל בטל ווערן בשישים – אבער געבאטלטע וואסער מיט א הכשר פון דער או-יו איז נישט גענוג גוט פאר אים. "ס'האט נישט קיין סאכדעס!"
וויאזוי איז דאס אפילו א חומרא? וויאזוי איז דאס בכלל א הידור? וואס איז דאס אויב נישט פשוט'ע משוגעת'ן אריינצוברענגען אין די קינדער אילוזיעס איבער וואס אידישקייט מיינט, און פון וואס אונזער חסידות און פרומקייט באשטייט.
און דער טייערער יאקער רב זצ"ל איז לאנגע יארן געווען א קרבן פון אט דער יוהרא. אן איידעלער גאון אין זיין בית המדרש'ל, געזעסן און געהארעוועט על התורה ועל העבודה, האט ארויסגעגעבן בענדער נאך בענדער פון תורה און הלכה, אבער דער אנגעפרעסענער יוהרא'ניק בילט: "נאר וואלאווע!"