Under maintenance
הויפט זייט » אנקעטע - איז דאס געווען מאלעסטעציע אדער נישט?

אנקעטע - איז דאס געווען מאלעסטעציע אדער נישט?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
44 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10440
דינסטאג מאי 03, 2016 10:55 pm#331523
אנקעטע - איז דאס געווען מאלעסטעציע אדער נישט?
לעצטנס האט זיך ארומגעדרייט דא א קליפ פון א מנהל, וואו מען זעט ווי אזוי ער איז מחבב א יונגל און נעמט אים ארום. נאך ביז היינט איז דער אשכול טעטיג און יעדער נעמט מיינונגען זה בכה וזה בכה, איינער שרייעט זיכער יא בשעת דער אנדערער שרייעט זיכער נישט. האב איך באשלאסן פשוט צו מאכן אן אנקעטע צווישן דעם עולם אויף דעם ענין.

וויבאלד סתם מיטגלידער קענען נישט מאכן קיין אנקעטע דא, האף איך אז די הנהלה וועט דאס פארוואנדלען אין א געהעריגע אנקעטע וואס מען וועט קענען שטימען דערויף. דערווייל קען מען שטימען שריפטלעך, וואס יעדער מיטגלידער קענען שטימען און זאגן זייער מיינונג, אויסגעקליבן דורך איינע פון די אפציעס, וואס זייער מיינונג איז אויף די געשיכטע.

א. קלארע געהעריגע מאלעסטעישן - חד וחלק!
ב. קיין שייכות מיט מאלעסטעישן - כשר וישר!
ג. אבק מאלעסטעישן, עס שמעקט עפעס נישט גוט.
ד. נישט קיין מאלעסטעישן, אבער מען דארף אים זאגן אז ער זאל עס נישט טון.
ה. איך ווייס נישט.

ביטע אריינקומען שטימען.
דינסטאג מאי 03, 2016 11:04 pm#331526
וואס פאר א מעשה? ווי האט זיך דא ארומגעדרייט א קליפ?
דינסטאג מאי 03, 2016 11:49 pm#331533
Re: אנקעטע - איז דאס געווען מאלעסטעציע אדער נישט?
לדעתי איז עס ה', דהיינו אזוי זעיט בערך אויס א מאלעסטעישן, און מאלעסטערס בלי ספק קענען אויך אזוי אויסזעין, אבער גריידע דא פונקט איז עס נישט, און דעריבער ווייל עס זעיט אויס ווי ער מאלעסטעוועט איז דער עולם שנעל צי שפרינגען מאלעסטער שגץ, אבער עס איז פשוט נישט, פון ווי ווייס איך, ווייל איך האב שטאדירט די קליפ און אזוי מחליט געווען, איך האף אז איך בין גערעכט.

Sent from my VS987 using Tapatalk
דינסטאג מאי 03, 2016 11:51 pm#331534
Re: אנקעטע - איז דאס געווען מאלעסטעציע אדער נישט?
פליקער, זייט מוחל אין זיי מסביר דיינע רייד.
נאכן לייגן אזא שטארקע סטעיטמטנט פליז קום אריין קלאר פארוואס די האלסט אזוי.
אדרבה איך וויל אויך אזוי האלטן.

טאמער וואלט די אנקעטע געווען, איז די מנהל א נואף צו נישט?
וואלסטו אויך אריין געקומען מיטן זעלבע תגובה?
דינסטאג מאי 03, 2016 11:59 pm#331536
Re: אנקעטע - איז דאס געווען מאלעסטעציע אדער נישט?
ד
מיטוואך מאי 04, 2016 12:01 am#331538
ה - איך ווייס נישט
מיטוואך מאי 04, 2016 12:39 am#331544
ג
מיטוואך מאי 04, 2016 12:53 am#331545
סנישט מאלעסטעציע ס' פשוט די אלטע סאטמארא אזיאטישע מארמארישער וועג
מיטוואך מאי 04, 2016 9:00 am#331566
אנקעטע - איז דאס געווען מאלעסטעציע אדער נישט?
יא, מענטשן זיין היינט מער וואך צו אביוז און דאס איז א געבענטשטע זאך, די דאונסייד - מ׳איז צו אבסעסט.

מיין ענטפער צו די אנקעטע איז ״איך ווייס נישט״ און איך האלט אז קיינער באמת ווייסט נישט, און פארוואס סתם בארעדן א איד? מילא אויב איינער פראבירט עס צו באהאלטן פונעם געזעץ, אבער יעצט אז מ׳ווייסט אז לאו אינפארסמענט איז ״אן די קעיס״ פארוואס פארגיסן בלוט?

א לאנגיאריגע מדריך אין א קעמפ האט מיר געזאגט אז היינט צוטאגס האט מען מורא צו געבן א קלאפ אין ריקן, א גלעט פאר א יונגל, ארויסווייזן צופיהל אהבה. מ׳דארף אויסרייסן מאלעסטעישאן ביזן ווארצל אבער אנע מעקארטי טאקטיקן
מיטוואך מאי 04, 2016 9:29 am#331568
ו

ספק מאלעסטעישען, ספק פלעינע חזיר. בין כך ובין כך געהערט ער נישט ציווישן קינדער, עאכו"כ נישט צו זיין א מנהל.
מיטוואך מאי 04, 2016 10:08 am#331570
Re: אנקעטע - איז דאס געווען מאלעסטעציע אדער נישט?
מאלעסטאציע איז עס נישט. עפעס אן אנדערע ווארט וואס איז נאכנישט דא אין אידיש. זיכער נישט איידל צו טוהן פארנט פון זויפיל ספרים. כגלייב דער מנהל האט געפיהלט גילטי נאכדעם וואס דער אינגל האט פארלאז זיין חדרת קדישה. מ'דארף מנהלים מיט דער לעוול ווארעמקייט אבער ווילאנג זיי האלטן עס מן השפה ולפנים. מברויך נישט זיין פרומער ווי די קינדערלעך'ס עלטערן.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
מיטוואך מאי 04, 2016 11:13 am#331577
ז
נישט מאלעסטאציע אבער זייער נישט פאסיג אין איידל
אזא איד דארף נישט זיין א מנהל פאר די טייערסטע וואס מיר פארמאגען
מיטוואך מאי 04, 2016 3:02 pm#331626
ראוונע, דו זאגסט אזוי ווי ג' - איז דאס אנדערש?

איך זעה אז קיינער האלט נישט א' און קיינער האלט נישט ב' - יעדער קוקט עס אן ערגעץ אינצווישן.

אגב, לבקשת הציבור האב איך צוגעלייגט א פינפטער אפציע, ה' - איך ווייס נישט.
מיטוואך מאי 04, 2016 4:44 pm#331644
א - הונדערט און איין פראצענט איך קאן אים זייער גוט וכך דרכו של המאלעסטער הרע הזה וואס קען ליידער יא האלטן דעם זיפער פאר די לעצטע 40 יאר אבער דער איז נאך דער ערגסטער חזיר וואס איז נאר פארהאן ווייל לא די וואס ער מאלעסט דעם קינד ביז ער פינישט מיט זיך, מאכט ער נאך דעם קינד וויינען פאר זיינע חטאים. געב מיר א גאן און איך שיס אים צום טויט בפני כל עם ועדה אויף סאטמאר דרייוו. יא ער איז א פיינער מענטש אבער א מנובל חוטא רשע וואס מעגליך צוליב אים זענען האלב מאנראער קינדער פשוט משוגע און צודרייט געווארן והוא רחום יכפר עון
מיטוואך מאי 04, 2016 5:56 pm#331653
Re: אנקעטע - איז דאס געווען מאלעסטעציע אדער נישט?
עניות דעתי הקלושה הוא מספר ד'
על שם הכתוב שומר דלתות ישראל, ואומר דלותי ולי יהושיע, ואומר אשרי משכיל אל דל
מיטוואך מאי 04, 2016 6:03 pm#331655
איך האב געקלערט נעכטן, און איך קלער נאר שטערקער:

איינער פארשטייט די טעם פון מאכן אן אנקעטע? איינעמ'ס דעה דא גייט מכריע זיין את הכף? די דעת הרוב איז מעלה ומוריד? מילא מ'וויל סתם דיסקוסירן יעדער זיין דעה, נו, האמיר שוין געהערט. אבער גיין 'וועלן' פאר אן אנקעטע? וועם איז דאס נוגע, אז ער זאל שטיין אין קלפי אפגעבן זיין הצבעה?...


כ'מאך נישט אוועק דעם פותח האשכול ח"ו, ער איז קריעטיוו.
איך זוך נאר צו פארשטיין פארוואס מענטשן קומען 'מכריע' זיין.
מיטוואך מאי 04, 2016 6:06 pm#331657
שם טוב, מיט איין קול אין ביקס צווישן אים אין דיין וועלט'ס גרעסטע עזות פנים ביבי, וועם וואלסטו ערשט געשאסן?
מיטוואך מאי 04, 2016 6:42 pm#331660
אפגעזעהן צו עס איז מאלעסטעיסען צו נישט בין איך משוגא נייגעריג וואס דער דבר'ט אריין פארן קינד פאר פיפצין מינוט...
מיטוואך מאי 04, 2016 7:13 pm#331669
קאצקע ציקער האט געשריבן: בין איך משוגא נייגעריג וואס דער דבר'ט אריין פארן קינד פאר פיפצין מינוט...

ער האט אים מסבר געווען וויאזוי גייקאו אינשורענס ארבעט
מיטוואך מאי 04, 2016 7:47 pm#331675
ישמעאל הכהן האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן: בין איך משוגא נייגעריג וואס דער דבר'ט אריין פארן קינד פאר פיפצין מינוט...

ער האט אים מסבר געווען וויאזוי גייקאו אינשורענס ארבעט

אפשר קען ער מיר אויך מסביר זיין? וואס פשט פון עדווערטייזן אזויפיהל? מאכט נישט קיין סענס
מיטוואך מאי 04, 2016 8:36 pm#331684
ב'
מיטוואך מאי 04, 2016 9:27 pm#331699
א-ב-א!!
דאנערשטאג מאי 05, 2016 10:03 am#331755
ג

ניין עס האט נישט מין זיין אבסעסט..

אין בין געווען אליין א מלמד. קיינמאל נישט געה אלטן א קינד אפילו בדומה למצב זה.
דאנערשטאג מאי 05, 2016 11:25 am#331774
שש משזר האט געשריבן:איך האב געקלערט נעכטן, און איך קלער נאר שטערקער:

איינער פארשטייט די טעם פון מאכן אן אנקעטע? איינעמ'ס דעה דא גייט מכריע זיין את הכף? די דעת הרוב איז מעלה ומוריד? מילא מ'וויל סתם דיסקוסירן יעדער זיין דעה, נו, האמיר שוין געהערט. אבער גיין 'וועלן' פאר אן אנקעטע? וועם איז דאס נוגע, אז ער זאל שטיין אין קלפי אפגעבן זיין הצבעה?...


כ'מאך נישט אוועק דעם פותח האשכול ח"ו, ער איז קריעטיוו.
איך זוך נאר צו פארשטיין פארוואס מענטשן קומען 'מכריע' זיין.

ווייל אמאל מאכט איין צד אזאנע היליכיגע קולות אינעם ויכוח, אז א סך ניקים האלטן זיך שטיל פשוט אז מ'זאל זיך נישט נעמען צו זייערע ביינער און זיי זאלן זיך דארפן דעפענדן די גאנצע צייט. אלזא פאלט אריין אין מח אונזער באקאנטע ספק 'בין איך דער איינציגסטער'? אדער ווייל פונקט ווי איך רוף זיך נישט אן רופט זיך יענער נישט אן? מאכט מען אן אנקעטע וואו יעדער גיבט אפ זיין שטימע און פארטיג און ס'בארוהיגט דאס געוויסן, איך בין נישט משוגע.
דאנערשטאג מאי 05, 2016 2:08 pm#331793
@ שם טוב די גאנצע מעשה איז אונטערגעשטעלט דורך דעם רשע און גייציגער דוד עקשטיין...

איך מיין אז א יעדע קרית יואל תלמיד וואס קען דעם מנהל וועט מסכים זיין אז די גאנצע זאך איז א אויפגעבלאזענע עלילה זה דרכו פון דעם טייערן ליבליכן מנהל ער איז זייער א ווארים הארציגע מנהל א זעלטענע גוטסקייט פון א מענטש און דעס פלעגט ער טון אלעמאל ניט נאר אין אפיס ביחידי נאר אין האלוועי אין חדר אין לאנטש רום ברבים ס'איז גאר א ווייטע חשש אז ביי די נאנט צו שבעים אין עיזש ווען די זאך ארבעט שוין נישט אזוי גוט אז ער זאל וועלן פינישן ווי שם טוב זאגט

און ווידער ווער ס'איז נישט קיין ק"י תלמיד פארוואס זאל ער עס נישט גלייבן ? פונקט אזוי ווי ס'קען פאסירן צו וועבערמאן קען עס פאסירן צו אים און דא וויל איך אנצייכענען @שש משזר'ס ארטיקל ביי די מעשה וואס שש שרייבט דארט קען ער פרעזענליך די מעשה מילא באדערט עס אים אז איינער קען טראכטן אנדערש סאו טייערע שש זייט וויסן אז ס'איז דא מענטשן ביי די וועבערמאן פרשה וואס קענען פון נאנט די פרשה און ווייסן אז אלעס איז הוילע בלאף און דארט באדערט זיי געפערליך פארוואס מענטשן ובתוכם שש משזר וואס האבן זיי אפילו א ספק און יעצט איז עס דא ביי די פרשה די וואס זענען קרוב צו צו דעם באטרעפענדן און האבן געלערנט ביי אים ווייסן אז ס'איז שקר און די אנדערע גייען אלס בלייבן בספק בלבם און ביי דיין פאל גייסטו שטיין אויף איין זייט און אלע אנדערע גייען בלייבן בספק בלבם און ביי וועבערמאן אויך אזוי
דאנערשטאג מאי 05, 2016 4:44 pm#331822
גאנצל האט געשריבן:און ווידער ווער ס'איז נישט קיין ק"י תלמיד פארוואס זאל ער עס נישט גלייבן ? פונקט אזוי ווי ס'קען פאסירן צו וועבערמאן קען עס פאסירן צו אים און דא וויל איך אנצייכענען @שש משזר'ס ארטיקל ביי די מעשה וואס שש שרייבט דארט קען ער פרעזענליך די מעשה מילא באדערט עס אים אז איינער קען טראכטן אנדערש סאו טייערע שש זייט וויסן אז ס'איז דא מענטשן ביי די וועבערמאן פרשה וואס קענען פון נאנט די פרשה און ווייסן אז אלעס איז הוילע בלאף און דארט באדערט זיי געפערליך פארוואס מענטשן ובתוכם שש משזר וואס האבן זיי אפילו א ספק און יעצט איז עס דא ביי די פרשה די וואס זענען קרוב צו צו דעם באטרעפענדן און האבן געלערנט ביי אים ווייסן אז ס'איז שקר און די אנדערע גייען אלס בלייבן בספק בלבם און ביי דיין פאל גייסטו שטיין אויף איין זייט און אלע אנדערע גייען בלייבן בספק בלבם און ביי וועבערמאן אויך אזוי

פשוט אויסצוקלארן די פאקטן.
די מישט דריי פרשיות שלא נדמו זה לזה כלל.
פרשת וועבערמאן.
פרשת מיין ידיד.
פרשת מנהל הת"ת.

ביי וועבערמאן זענען דא עדות אז ער האט געטון שמוץ. די שאלה איז אויב מ'זאל זיי גלייבן אדער נישט. מאנכע וועלן גלייבן וועבערמאן, מאנכע וועלן גלייבן די עדות. איך גלייב נישט אזוי שנעל ואני עומד בספק [הגם ששמעתי ממקורות מסוימים שעוד לפני פרשת קרויס היו עוד נשים עם טענות, והושתקו, ואכמ"ל].

ביי מיין ידיד איז געווען אן 'עד' - א קליין קינד פון דריי פיר יאר אלט. די שאלה איז אויב דאס קינד האט בכלל געוואוסט וואס ער רעדט, אויב די עלטערן זענען נארמאל, און טאקע אויך - אויב מיין ידיד איז א מנוול. נאך די שטאטס אינוועסטיגאציע איז געבליבן, אז ס'איז שוין נישט בגדר ספק ספיקא, אז די מאמע איז א פשוט'ע משוגע'נע ותו לא.

ביים מנהל הת"ת איז נישטא קיין שום עדות, נאר א ווידעא וואס ווייזט עפעס וואס קען ווערן אפגעטייטשט לכמה גוונין, און אויב אזוי קען מען טאקע אנהייבן אריינקלערן אינעם מהות פונעם מענטש צו ס'מיינט עפעס אדער נישט. אבער ווען אפאר עדות וואלטן דערציילט אנקעגן אים, וואלט איך נישט געטראסט דעם מנהל, זיינע חברים, און זיין רעקארד.

דאס איז מיט וואס וועבערמאן איז אנדערש פון די אנדערע פרשיות.
דאנערשטאג מאי 05, 2016 4:56 pm#331826
לפי עניות דעתי, האט ער חלילה נישט מאלעסטעד דאס קינד, איך האב געזען דאס קליפ, און די וואס באשמיצען און זענען מבזה א טייערען ערליכען יוד זענען עתיד ליתן את הדין. .
דאנערשטאג מאי 05, 2016 11:12 pm#331915
אויב איז דאס אמת אז דוד עקשטיין איז אינוואלווד, און אז מען האט גענוצט בארי דייטש בכוונה תחילה צו מאכן א שטינק, איז דאס א שטארקע פארברעך און א שטארקע נארישקייט מצדם אויך, דען וואס מיינסטו? - בארי דייטש טוט דיר א טובה? - ער האט דיר פונקט אזוי פיינט און ווען ער וויל, וועט ער דיר אויך באשמיצן ווען עס לוינט זיך אים... מען גיבט אים אריין סחורה אין מויל, נעפט צום לעבן און צו קענען ווייטער אנגיין, אז ער זאל דיר קענען שפעטער שלאגן מיט די אייגענע נעפט וואס דו האסט אים דאס געגעבן?

וואס איז די קונץ?

אגב, קען איינער ארויפשטעלן די פילע אינטערוויו מיט יאסל וואלדמאן אויף דראפבאקס, אז די געפילטלערטע משומר'דיגע זאלן עס קענען זען?
פרייטאג מאי 06, 2016 12:04 am#331921
ביסט אזוי נאריש צו טראכטן אז דוד האט דא א האנט ער האט דען אמאל עפעס ארויסגעגעבן א ווידיאוי ?


------------------------

ATUB @שש משזר ATUB איר מיסט מיין גאנצע פוינט אבער ס'איז גוט אזוי
זונטאג מאי 08, 2016 2:23 am#332088
איך שעם מיך צו שרייבן, אבער דאך וויל איך ענק פארציילן וואס א חבר האט מיר אויפגעקלערט און איך האב דאס אליין פרובירט אויף מיין אייגענעם האנט.

דהיינו פרוביר צו האלטן דיין אינגל צווישן די פיס בשעת די שמועסט מיט אים, איך האב אזוי געהאלטן מיין אינגל, און עס האט בכלל נישט נוגע געווען במקום האסור, עס האט ניטאמאל ארויפגעברענגט קיין שלעכטע מחשבה'לע.

מיט די אייגענע עקספעריענס און צושטעלדניג דאס צום ווידיאו בין איך איבערצייגט טויזענט פראצענט אז פון די ווידיאו איז גארנישט קיין ראי', זילטש, און מיין חשוב'ע מנהל פון מיינע קינדערישע יארן איז חף מפשע.

מיט די בושות קומט ער זיכער אפ אלע עבירות, אבער ער איז ריין ווי גינגאלד, רעדי אריינצוגיין אין גן עדן.
זונטאג מאי 08, 2016 2:41 am#332089
Re: אנקעטע - איז דאס געווען מאלעסטעציע אדער נישט?
איך בין נישט מכריע לכאן או לכאן, אבער שטיי ווייט פון דעם דמיון, אינו דומה בנו לבן חברו, ואינו דומה סתם בן אדם לנואף. (פי', מהיכי תיתי אז א מאלעסטער וואלט אויך נישט נתקשה געווארן?).

פרעג דיך בעסער אזא שאלה, וואלט דיר געקומען אין באטראכט אזוי צו טוהן צו א פרעמד אינגל וואס דארף ווארעמקייט?
זונטאג מאי 08, 2016 2:44 am#332090
אינו דומה סתם בן אדם לנואף, אבער על זה אנו דנים צו די האסט פון די ווידיאו א ראי' אויף עניני ניאוף, לענ"ד איז קלאר אז נישט כנ"ל.
זונטאג מאי 08, 2016 3:04 am#332091
Re: אנקעטע - איז דאס געווען מאלעסטעציע אדער נישט?
הוא מותיב לה והוא מפרק...

איך האב נישט געזאגט אז ס'איז א ראיה, כ'האב געזאגט אז די פאקט אז דיר האט עס צו גארנישט צוגעברענגט איז נישט קיין ראיה אויף להיפוך וק"ל.
זונטאג מאי 08, 2016 9:12 am#332097
איך ווייס נישט וואס די זאך דא איז געוועהן צו דאס קען ווערן אנגערופן מאלעסטאציע צו דאס ווערט אנגערופן סתם חביבות, אבער איין זאך איז קלאר אז אויב וואלט צורקעלירט אזא סארט קליפ פון א קינד נישט מיטן מנהל נאר מיטן שווארצע janitor פון חדר וואס וואלט דאן געוועהן יעדענס רעאקציע , וואלט ניטאמאל געוועהן ספיקות מוואלט אים אוועקגעלייגט פאר כל ימי חי , אן אנדערע ווערטער וואס מיינט אזא אקט וודאי א אקט פון מאלעסטאציע נאר וואס דען ווילסטו פארענטפערן אז הגם דאס איז א אקט פון מאלעסטאציע אבער די פאל איז אנדערשט דאס דארף מיר אונז שוין נישט אפקויפן ,
מיר קענען נאר זאגן וואס אונזערע אויגן זעהן מער פון דעים ברויכט מען גיין צו די שטערן זעהר פון אמאל
זונטאג מאי 08, 2016 9:39 am#332098
און וואס וואלט מען געזאגט טאמער א בער וואלט עס געטון?
זונטאג מאי 08, 2016 10:09 am#332100
פארקערט, ס'איז נישט קיין אקט פון מאלעסטאציע, נאר ווען א דזשעניטאר וואלט עס געטוהן וואלט מען געדארפט דן זיין אנדערש.
זונטאג מאי 08, 2016 10:22 am#332104
ריכטיג האט געשריבן:פארקערט, ס'איז נישט קיין אקט פון מאלעסטאציע, נאר ווען א דזשעניטאר וואלט עס געטוהן וואלט מען געדארפט דן זיין אנדערש.

אז עס איז טאקע קלאר נישט קיין אקט פון מאלעסטאציע דאס הייסט ווען די וועסט געבן דעים קליפ פאר סיי וואספארא רענדאם מענטש אויפן גאס וועט ער פשטות גלייך זאגן אז דאס איז מעשה חביבות, איז אויב אזוי פארוואס איז טאקע געווארן א גאנצע סומבאטאכע דערפון ? פארוואס איז עס בכלל א רעדע ? איז דער גאנצער עולם טאקע פאריקט ? וואס איז מען דען בכלל דן ? איז news 12 טאקע היינט געווארן א נייעס אגענטור? און שוין לייגן זיי זיך אריין א גרוב ?
זונטאג מאי 08, 2016 11:10 am#332107
עס איז טאקע קלאר מאלעסטאציע, אז דו וועסט ווייזן דעם קליפ צו סיי וועלעכע איד וועט ער דיר קלאר זאגן אז חביבות פון א מנהל קומט נישט אריין דא אפילו ביי א וואוילע איד פון דעם דור וואס ס'איז כלומר'שט געווען נארמאל...

----
גענוג מיט די רעטארישע שטיק, האסט אמאל באגעגנט אזא באגריף אז מען קען אנקוקן א זאך צוויי וועגן?
זונטאג מאי 08, 2016 11:26 am#332112
ריכטיג האט געשריבן:עס איז טאקע קלאר מאלעסטאציע, אז דו וועסט ווייזן דעם קליפ צו סיי וועלעכע איד וועט ער דיר קלאר זאגן אז חביבות פון א מנהל קומט נישט אריין דא אפילו ביי א וואוילע איד פון דעם דור וואס ס'איז כלומר'שט געווען נארמאל...

----
גענוג מיט די רעטארישע שטיק, האסט אמאל באגעגנט אזא באגריף אז מען קען אנקוקן א זאך צוויי וועגן?

יא וודאי איז דא א זאך וואס מען קען אנקוקן צוויי מהלכים און דערנאך איז דא א זאך וואס איז קלאר נוטה צו איין צד נאר ווען מען וועט צאמברענגען אלע איינשטיין קעפ צו אריינלערנען פשט צום אנדערע צד וועט מען אפשר פארשטיין דעים צווייטן צד אויך
זונטאג מאי 08, 2016 12:33 pm#332122
הער מיר צו ספריםפאקער, יעדער זעט וואס ער וויל זען.., אבער זאגן א מיינונג אז דאס איז קלאר מאלעסטאציע, פאר דו ביזט א מיליאן פראצענט זיכער אז דאס איז טאקע געווען מאלעסטאציע איז א עוון בל יכופר, און איך ווייס נישט וויאזוי מאנכע יונגעלייט האבן נישט מורא פונעם אית דין ואית דיין, לוינט זיך דיר צו נעמען א טשענס באשמיצן א יוד, (וועם איך קען גראדע נישט) וואס לאמער זאגן אז סע איז אפילו 60 פראצענט אז ער האט געמיינט שמוץ, איז דאך אבער דא 40 פראצענט וואס זאגט אז נישט, וואו נעמסטו די אחריות צו שופך דם זיין א יוד וואס האט א משפחה מיט קינדער? מיט יעדע תגובה אויף יעדע וועב זייטל, הארגעט מען אים מיט זיינע נאנטע נאכאמאל און נאכאמאל. טראכט אריין פאר דו שרייבסט דיין נעקסטע תגובה צו עס לוינט זיך, און צו דו מיינסט טאקע נאר כבוד שמים.
זונטאג מאי 08, 2016 1:10 pm#332127
לאמיר דאס צוזאמען איבער'חזר'ן. אפילו מיט 60% באשטימט אז דער יוד איז א חזיר, דארף מען חושש זיין פאר זיין כבוד. אין די זעלבע צייט קענען מיר אים רואיג לאזן זיך מטפל זיין מיט קינדער (דזשאסט אין קעיס פון 40% אז ער איז אומשולדיג).

פאר די וואס פארשטייען צו מאטעמאטישע חשבונות: ענדערש 40% כבוד ספק רודף ומנוול, ווי איידער 60% ספק קרבן.

יעדער האלט מיט?
זונטאג מאי 08, 2016 1:22 pm#332128
שלום על ישראל (אפשר מחלוקת על ישראל...) דו מישט אויס, ער זאגט אז אויב עס איז נישט קיין 100% זיכער זאל מען נישט שרייבן דא אויפן סייט און פארגיסן מעגליכע אומשולדיג בלוט, קיינער האט נישט גערעדט פון יא אדער נישט בלייבן מנהל.
זונטאג מאי 08, 2016 1:29 pm#332129
אויב איז עס נאר 60 פראצענט טאר מען אים נישט באשמיצן ביז עס איז 100 פראצענט. האלטסט מיט? נאכאמאל, אויב עס איז נאר 60 פראצענט טאר מען אים נישט אויף קיין פאל באשמיצן, און אויב דו באשמיצט אים, ביזטו עתיד ליתן את הדין, מען דארף עס חוקר ודורש זיין, וואס לויט וואו איך ליין דא האבן דאס שוין די די עי געטון, והשנית, פאר די וואס פארשטייען צו מאטאמאטישע חשבונות: ענדערש 40 פראצענט צו זיין שטיל און ווארטן וואס דער די עי וועט מחליט זיין ואל ילבין פני חבירו ברבים אויפן ערגסטן אופן, ווי צי שופך דם זיין ווען סעאיז 60 פראצענט אז ידו במעל.
זונטאג מאי 08, 2016 2:10 pm#332132
סמבטיון האט געשריבן:אויב איז עס נאר 60 פראצענט טאר מען אים נישט באשמיצן ביז עס איז 100 פראצענט. האלטסט מיט? נאכאמאל, אויב עס איז נאר 60 פראצענט טאר מען אים נישט אויף קיין פאל באשמיצן, און אויב דו באשמיצט אים, ביזטו עתיד ליתן את הדין, מען דארף עס חוקר ודורש זיין, וואס לויט וואו איך ליין דא האבן דאס שוין די די עי געטון, והשנית, פאר די וואס פארשטייען צו מאטאמאטישע חשבונות: ענדערש 40 פראצענט צו זיין שטיל און ווארטן וואס דער די עי וועט מחליט זיין ואל ילבין פני חבירו ברבים אויפן ערגסטן אופן, ווי צי שופך דם זיין ווען סעאיז 60 פראצענט אז ידו במעל.

די צינישע לצנות איז מיינד-שטוינענד! איין נקודה און דערנאך א ׳והשנית׳ אבער ביידע איז נאר מעגליך מיטן ארויסגיבן דעם ווידעא.

ממה נפשך, האלסטו אז מ׳זעהט עפעס אויפן קליפ, וועט דיר דיין בת היענה מענטאליטעט העלפן נאר ביז דאס וועט דיר אהיימקומען ביי דיינע קינדער ח״ו.

איז פשוט אז די ווידעא איז אומשולדיג און מ׳זעהט גארנישט, וואס הייסט באשמיצן? יעדער קען עס זעהן און זיך אליין איבערצייגן אז ס׳איז פשוט א מנהל וואס טוט זיין עבודת הקודש.

איז פארהאן א ספק, פארוואס זיין ברוגז אז מ׳האט ארויסגעגיבן דעם קליפ; זאלען די מומחים (די. עי.) באשטעטיגן (ווי דו אליינס ווילסט).

ווי קומט דא אריין דאס ווארט ׳באשמיצן׳? מ׳רעדט יעצט דא פון א פאבליצירטע קליפ גלוי לכל, אצינד איז דאס נאר דין מיינונג קעגען מיינס. מיין מיינונג אויף וואס איך זעה אויפן קליפ איז נישט קיין ׳באשמיצן׳; עס איז - צום ארגסטן - א מיינונג. מיר ווייסן אלי ווער ס׳האט אזוי מורא פאר יענעמ׳ס מיינונג.

ATUB @שמעקעדיג ATUB , דו האסט פארגעשלאגן אים צו ארויסווארפן? איינע פון די א.ג. סעלף-לאווינג יודן האבן עס פארגעשלאגן?

כל שנעשה רחמן על האכזרים, לסוף נעשה אכזר על רחמנים. הפנים, דער מדרש רעדט נישט אויפן עתיד, נאר אויפן ארט!