Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » סיר דעיוויד אטענבאראה

סיר דעיוויד אטענבאראה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10465
מאנטאג מאי 09, 2016 8:13 pm#332333
סיר דעיוויד אטענבאראה
ראש חודש אייר תשע"ו האב איך מיא ספיציעל פאר'דביקעט אינעם "ברכי נפשי", נאך דעם וואס ס'איז מיר ארויף אין געדאנק אז היינט איז די בירסדעי פון די וועלט בארימטער נעיטשוראליסט און בריטישע טי. ווו. פרעזענטער אויף נפלאות הבורא דעיוויד אטענבאראה נאכן האבן געזעהן זיינע ווערק, זינגט זיך די ווערטער גאר אנדערש.

זיין ליבע צו נעיטשור איז איינס אין די וועלט. ער איז ארום געפארן איבעראל און געמאכט אויגן פארכאפנדע דאקיומענטעריס.
ער האט א ספיציעלע געפיל פאר אלע באשעפענישן אין כמים פנים אל פנים ווייזן די באשעפענישן ארויס זייערע אהבה צו איהם. איינס פון די מערסטע באקאנטע שטיקלעך איז ווען ער האט זיך אראפגעלייגט מיד די שרעקעגידע גארילעס. קוק ביי 3 מינוט. ער איז געווארן באקאנט אין די 1950 מיט די סיריעס"זו קוועסט".
מיט די ברכה פון די היינטיגע טעכנעלאגיע איז עס אנבילוועבעל ווי אוזי מ'קען כאפן אזעלכע דראמאטישע ווידואס פון די העליכע בריאה און די איינוואוינערס. ס'ליונט זיך צו כאפן א בליק אויף די סיריעס "לייף סטורי" אויף יו טוב קאסט עס (ס'ליונט זיך!) אבער כ'בין זיכער מ'קען עס טרעפען בחנם. צו באקומען א השגה, געט א בליק אויף די קליפ, דעס האט איבערגעלאזט אויף מיר א גיוואלדיגע רושם.


ער קומט אונער פייער פארן נישט קרעדיטן גאט אין זיין ארבעט. זייער אינטערסאנט אז נאכן זעהן מיט די אייגענע אויגען די גאנצע פלענעט און די נפלאות הבורא און יעדער ווינקל איז ער נאך אלץ נישט קיין געלויביגע, ער לייקנט נישט אינגאנצן, אהער ער זעהט דאס נישט פאר קיין הכרח. ער טענה'ט אז עווילוציע איז נישט נישט דווקא א סתירה מיט גאט, כדוגמת חד שיטה אין @ראובן'ס ארטיקל אויף דיינעזארס. וואס אברהם אבינו האט איינגעזעהן ביי די דריי יאהר האט ער נאך נישט איינגעזעהן ביי די 90. ערלי לב וואס זיי זענען... ער גייט אהן מיט א פרישקייט און ער איז נאך ביי די ארבעט.

מיר וונטשען עם אהן אז עוד ינוב בשיבה מיט אריכות ימים ושנים טובים.

דא איז זיין לעצטיגע אינטערוויו מיט אבאמא
מאנטאג מאי 09, 2016 8:47 pm#332340
"שטעלט זיך ארויס אז פרויען זענען לעס לייקלי צו האבן קינדער פריה און האבן קליינע פאמיליעס ווען זיי באקומען אן עדיוקעישן און זעהען אפערטוניטיס פון יונגווייז אן. די תוצאה: די פאפולאציע סטאביליזירט זיך" :like
מאנטאג מאי 09, 2016 9:12 pm#332344
די יוטוב קליפס זענען נישט אוועילעביל אין אמעריקא.
מאנטאג מאי 09, 2016 9:25 pm#332347
Re: סיר דעיוויד אטענבאראה
הוגה האט געשריבן:די יוטוב קליפס זענען נישט אוועילעביל אין אמעריקא.

סארא שאד.
ווער עס קען לינקען זיינע שטיקלעך אהער תבא עליו ברכה.
איז שוין דא ערגעץ ווי אן אשכול איבער דעם נושא מיט קליפס אדער לינקס פון די פלאי הבריאה?
איך גיי אויס פאר אונזער וואונדעליכע בריאה. ווען נישט איך בין אינעם סיסטעם וואלט עך לכאורה געהאט א האלבע פארם אין מיין גארטן...
מאנטאג מאי 09, 2016 9:41 pm#332350
Re: סיר דעיוויד אטענבאראה
מאנטאג מאי 09, 2016 9:52 pm#332354
Re: סיר דעיוויד אטענבאראה
זוך אויף די געשיכטע פון די זיסע משפחה barnacle goose, די קליינע קאטשטקעס אפאר שעה נאכן געבוירן ווערן, מוזן אראפ טאנצן די ריזיגע בארג, כדאי צו לעבען.. אדער גאר שטארבן.
כ'ווייס נישט פארוואס, אבער איך קען עס איבערקוקען נאכאמאל און נאכאמאל, און ווערן נתפעל יעדעס מאל פון פריש.
דינסטאג מאי 10, 2016 6:08 pm#332527
און 2014 האט א פארמער אין ארגענטינע בטעות געטראפן א ריזיגע ביין. די עקספערטן האבן שפעטער געטראפן 220 אנדערע ביינער פון עטליכע מיני דיינעסורז. בפשטות דאס גרעסטע דיינעסור וואס מ'האט ביז היינט געטראפן.
די עסקנים האבן אויסגעארבעט מיט די היינטיגע טעכנאלאגיע פונקטליך ווי אזוי עס האט אויסגעקוקט. אונזער ר' דעיוויד איז פארשטייט זיך געווען פארמישט אין דעם, און האט טאקע געמאכט א פרעזענטאציע וואס גייט דורך אלע פרטים ווי אזוי מ'האט עס געטראפן און צוזאמגעשטעלט. ס'איז דא היינט א חלק פון די ביינער און אויך א לייף סייז רעפליקע פון די ריזיגע בריאה און די אמעריקן מוזיעם אוו נעטשארל היסטארי

אויף די בילדער זעהט מען דעיוויד אטענבאראה מיט די ריזיגע thigh ביין פון די דיינעסאר.
פרייטאג מאי 13, 2016 3:24 am#332879
נעגעל וואסער האט געשריבן:

זייער אינטערסאנט אז נאכן זעהן מיט די אייגענע אויגען די גאנצע פלענעט און די נפלאות הבורא און יעדער ווינקל איז ער נאך אלץ נישט קיין געלויביגע,ער לייקנט נישט אינגאנצן, אהער ער זעהט דאס נישט פאר קיין הכרח. ער טענה'ט אז עווילוציע איז נישט נישט דווקא א סתירה מיט גאט, כדוגמת חד שיטה אין @ראובן'ס ארטיקל אויף דיינעזארס. וואס אברהם אבינו האט איינגעזעהן ביי די דריי יאהר האט ער נאך נישט איינגעזעהן ביי די 90. ערלי לב וואס זיי זענען... ער גייט אהן מיט א פרישקייט און ער איז נאך ביי די ארבעט.


איך האב געוואטשעט אסאך פון זיינע דאקיומענטריס, סאיז איינס אין דער וועלט און איינע פון מיינע פעיוועריטס. עוועלאציע איז נישט קיין סתירה מיט די קאנצעפט פון גאט אדער א Higher Power סאיז אבער יא א דירעקטע סתירה מיט די סקריפטשור׳ס פון די monietistic religons ווי סאיז קלאר אז די באשאף פון די וועלט איז געוועהן אין זעקס טעג און נישט דארכאויס ביליאנען יאהרן פון עוועלאציע.

צו דיין וואונדער אז אפילו ער איז אזוי אריינגעטוהן אין נאטור און ער גלייבט נישט אין גאט וואלט נישט געדארפט זיין קיין סופרייז ווייל רוב נאטריליסטן זייט דארווינס צייטן זענען נישט קיין גלייביגע, פארקערט ס׳וואלט געוועהן א חידוש ווען ער גלייבט יא.

אויב האסטו ליב נאטור און בעלי חיים , קוק אויף די באקאנטע סייענטיסט׳קע און נאטור-ליבהאבערין Jane Goodall (אויב האסטו נאכנישט געהערט פון איר איז כדאי איר נאכצוקוקן)

m https://en.m.wikipedia.org/wiki/Jane_Goodall m
זונטאג מאי 22, 2016 3:18 am#333940
אן אוצר בלום פון זיינע סחורה, מ'קען אויך דאונלאודן. גענצליך בחינם.
[נישט 'גענצליך בחינם', ס'קומט מיר כאטש א לייק...].



-------------
לתועלת הרבים, א שו"ת פון אישי:
פלוני אלמוני האט געשריבן:The links you sent of David Attenborough appears to be just audio.
Can you actually see the episodes too?

יא, אויבן איז דא אן אפציע פון CINEPACK FILES, דריק אויף דעם וועט דיר נתגלה ווערן אן אור פון 340 ווידעא'ס וואס מ'קען דאונלאודן!
מיטוואך מאי 25, 2016 2:28 am#334475
כ'האב אקארשט געענדיגט דאונלאודן די 340 ווידעא'ס.

עס איז אן אומגעווענליך ריזן אוצר
פון גאנצע הונדערט זעקס און זעכציג GB פון סחורה!!!
מיטוואך מאי 25, 2016 2:42 am#334476
אויף נעטפליקס איז דא עוועילעיבעל א טעלעוויזע סעריס פון די פערסטישפולע BBC טעלעוויזע נעטווארק "Human Planet" וואס זיי ווייזן אלע מיני אינטערסאנטע שבטים וואס וואוינען אין עקסטרים ענווייערמענטס ווי למשל אין די זשונגעל און אין אויף גאר הויכע בערג וכו׳ וכו׳ און וויאזוי זיי interact מיט נאטור און זייער ענווייערמענט. הויך רעקאמנדירט פאר יעדער וואס האט ליב נאטור און דעוויד אטאנבאראה׳ס ארבעט, פארציילט דורך בריטיש אקטער John Hurt, די סעריס איז ממש ווי זעהן די וועלט אין אלע קאלירן. וואונדערבאר!

m https://en.m.wikipedia.org/wiki/Human_Planet m
מיטוואך מאי 25, 2016 2:45 am#334477
לידיעתך, דאס איז נאר איינע פון די סעריעס וואס מ'קען דאונלאודן בחינם פון מיין פריער-געברענגטן לינק.

ודרוש מכאן, אז ס'ליגט דארט טאקע באהאלטן עכטע אוצרות.
רבותי, כאפטס ווילאנג ס'איז נאך דא...
מיטוואך מאי 25, 2016 7:07 am#334483
Re: סיר דעיוויד אטענבאראה
שש משזר האט געשריבן:
כ'האב אקארשט געענדיגט דאונלאודן די 340 ווידעא'ס.

עס איז אן אומגעווענליך ריזן אוצר
פון גאנצע הונדערט זעקס און זעכציג GB פון סחורה!!!

נישט קיין וואונדער אז די דרייסט דא ווייניגער אין שטיבל...
אלעס שטומט שוין..
דינסטאג יוני 14, 2016 12:03 pm#337693
מען ברויך עס דאנלוידען? איז דא א סיבה צו טראכטען אז זיי וועלען עס וועלען עס אמאל אוועק נעמען?
מיטוואך יוני 15, 2016 3:40 pm#337829
שש משזר האט געשריבן:אן אוצר בלום פון זיינע סחורה, מ'קען אויך דאונלאודן. גענצליך בחינם.
[נישט 'גענצליך בחינם', ס'קומט מיר כאטש א לייק...].

איינער וואס האט געדאונלאוד קען עס ערגעץ אפלאדען , דעי לינק ארבעט נישט מער ישר כח

-------------
לתועלת הרבים, א שו"ת פון אישי:
פלוני אלמוני האט געשריבן:The links you sent of David Attenborough appears to be just audio.
Can you actually see the episodes too?

יא, אויבן איז דא אן אפציע פון CINEPACK FILES, דריק אויף דעם וועט דיר נתגלה ווערן אן אור פון 340 ווידעא'ס וואס מ'קען דאונלאודן!
מיטוואך יוני 15, 2016 8:01 pm#337875
Re: סיר דעיוויד אטענבאראה
די צוויי פארשוינען (Cassetteboy on YouTube)
מאכן קאט-אפס פאראדאויס פון באקאנטע פיגורן אויף די טעגליכע טעלעוויזיע. ספעציעל פאליטישענס. זיין שטיקל (געשטיקלטע איבער די שטיקל) פון סויר אלען שוגער איז הרבו לכת! כ'האב מיך געשטיקט פון לאכן.
m https://youtu.be/dXZ-ijNAFVM m

דא האסטו ברייען קוקס רעדן איבער זיין עקספיריענס מיט דראגס.
m https://youtu.be/30ruBtLIvJM m


Sent from my SM-G903F using Tapatalk
מיטוואך יוני 15, 2016 8:20 pm#337882
Re: סיר דעיוויד אטענבאראה
די ערשטע לינק איניש אזוי איידל, מילד גערעדט..

דער קליפ אויף אלען צוקער איז אייזן. גאונות! אויך גאר גוט פאר א שוואכע מינוט..

כ'האף א צווייטע מאל לכשירחיב הזמן צו עפענען א באזונדער אשכול אויף דעם באקאנטן איד לורד שוגער. סטעי טיונד.
זונטאג נאוועמבער 13, 2016 2:01 pm#354417
ס'האט זיך שוין אנגעהויבן די נייע סיריעס "פלענעט אירט 2" !
דא האט איר די נייעס


ווער עס ווייסט ווי אזוי מ'קען עס זעהן אין אמעריקא זאל מודיע זיין דא.
דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2017 11:20 am#388209
ס'האט זיך שוין אנגעהויבן Blue Planet 2
א העליכע סיריעס אויף די דגים שבים און אלעס ארום. פלאי פלאים!

דא קען מען זעהן א שטיקל פריוויו.

איינער ווייסט אויב ס'דא אויף טעלעגראם?
דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2017 11:47 am#388211
Re: סיר דעיוויד אטענבאראה
נעגעל וואסער האט געשריבן:ס'האט זיך שוין אנגעהויבן Blue Planet 2
א העליכע סיריעס אויף די דגים שבים און אלעס ארום. פלאי פלאים!

דא קען מען זעהן א שטיקל פריוויו.

איינער ווייסט אויב ס'דא אויף טעלעגראם?
עס איז דא אן עפפ וואס האט אלע שאוס, עס איז אסאך בעסער פון שאובאקס, עס הייסט
m https://terrariumtv.com m
דארט קענסטו טרעפן אלע אלע שאוס, ביי די וועי איך האב אנגעפאנגען נעכטן די נייע שאו
דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2017 11:47 am#388212
Re: סיר דעיוויד אטענבאראה
נעגעל וואסער האט געשריבן:ס'האט זיך שוין אנגעהויבן די נייע סיריעס "פלענעט אירט 2" !
דא האט איר די נייעס


ווער עס ווייסט ווי אזוי מ'קען עס זעהן אין אמעריקא זאל מודיע זיין דא.
האסט עס שוין געזען?
דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2017 12:12 pm#388216
געטראפן יעצט Blue Planet 2 אויף דער טשענעל

m https://telegram.me/joinchat/BnnJMDwxBQsqVfrA7M0q0w m
דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2017 12:19 pm#388217
טרויבן88 האט געשריבן:
נעגעל וואסער האט געשריבן:ס'האט זיך שוין אנגעהויבן די נייע סיריעס "פלענעט אירט 2" !
דא האט איר די נייעס


ווער עס ווייסט ווי אזוי מ'קען עס זעהן אין אמעריקא זאל מודיע זיין דא.
האסט עס שוין געזען?


אויף יענער טעלגראם טשענעל קען מען אויך זעהן planet earth 2
דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2017 12:21 pm#388218
Re: סיר דעיוויד אטענבאראה
נעגעל וואסער האט געשריבן:
טרויבן88 האט געשריבן:
נעגעל וואסער האט געשריבן:ס'האט זיך שוין אנגעהויבן די נייע סיריעס "פלענעט אירט 2" !
דא האט איר די נייעס


ווער עס ווייסט ווי אזוי מ'קען עס זעהן אין אמעריקא זאל מודיע זיין דא.
האסט עס שוין געזען?


אויף יענער טעלגראם טשענעל קען מען אויך זעהן planet earth 2
איך האב יענע טשענעל
דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2017 12:58 pm#388225
איך האב עס דא ארויפגעלייגט אויף גוגל דרייוו

ביטע נישט ארום שיקן דאס לינק.
דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2017 9:06 pm#388281
נעגל וואסער: אנטשולדיג אז איך האב ביז היינט (כמעט) איגנארירט דעם אשכול. ווייל געוויינליך האביך נישט קיין נערוון צו לאנגע, ענדלאזע און צוועקלאזע דיסערטאציעס. פארשטייצעך מיט געוויסע אויסנאמען. ווען ס'האנדלט זיך פון א סאבדזשעקט וואס ציעט מיך זייער שטארק צו וויסן. נאר ס'האט מיך געכאפט איין סענטענס אין דיין פתיחת האשכול. אז דו ביסט אינספירירט געווארן פון דעם קאפיטל ברכי נפשי את ה'...! ווייל איך בין אויכעט געווארן זייער שטארק איבערגענומען פון אט דעם קאפיטל און נאך א סאך אנדערע (כמעט אלע) קאפיטלען אין תהילים...! וויליך דיר זאגן אז איך האב שוין לאנג געטראכט אז ס'דארף זיך געפונען א פראדיוסער וועלכער זאלל מאכן א פראפעסיאנללן קליפ (כנוסח האליוואוד, להבדיל) פון דעם קאפיטל. איך מיין אז אזא די.ווי.די. וואלט זיך זייער גוט פארקויפט. ...!

און יעצט וועל איך ממשיך זיין צו קוקן דעם וואונדערליכן קליפ פון סיר אטטענבאראוה...!
מאנטאג נאוועמבער 06, 2017 9:51 am#388485
דא איז די צווייטע עפיזאד פון Blue Planet
דא קען מען זעהן ווי זיי קריכען אראפ אין די טיפעניש פון די תהום, ווי א מענטש האט נאך קיינמאל נישט באזוכט.
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 4:00 pm#414291
דער קליפ איז אלטע נייעס, פארט איז עס ראוי צו אהערברענגן ווייל מ'קען דאס איבערקוקן איינמאל און נאכאמאל.
יעדעס מאל איך שפיר אז מענטשן ווילן מיר אינטערברענגן, צינד איך דאס אהן!... דאס גיבט מיר א שטופ צו קיינמאל אויפגעבן.
מיטוואך אקטאבער 30, 2019 10:56 pm#437720
Re: סיר דעיוויד אטענבאראה
ער איז די וואך ארויס מיט א פרישע סעריע "זיבן וועלטן, איין פלאנעט", ער האט אונז נישט אנטוישט! יודע דבר זאגן אז דאס שטייגט איבער אלע פריערדיגע סעריעס, עס איז באמת שטוינענדיג הערליך!
דאנערשטאג אקטאבער 31, 2019 9:48 am#437735
Re: סיר דעיוויד אטענבאראה
נעגעל וואסער האט געשריבן:ער איז די וואך ארויס מיט א פרישע סעריע "זיבן פלאנעטן, איין וועלט", ער האט אונז נישט אנטוישט! יודע דבר זאגן אז דאס שטייגט איבער אלע פריערדיגע סעריעס, עס איז באמת שטוינענדיג הערליך!
שכוח פאר מודיע זיין. איך האב נאך נישט גענדיגט די צווייטע בלו פלעניט.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
דאנערשטאג אקטאבער 31, 2019 10:27 am#437737
Re: סיר דעיוויד אטענבאראה
פון וויקי:
Seven Worlds, One Planet is a documentary series from the BBC Natural History Unit. Over 1,500 people worked on the series, which was filmed over 1,794 days, with 92 shoots across 41 different countries. It debuted on 27 October 2019 and is narrated and presented by naturalist Sir David Attenborough.