דאנערשטאג מאי 12, 2016 1:48 pm#332790
אידישקייט-משוגעת'ן איז א משוגעת-אידישקייט (פה-סח II)
א ידיד האט מיר דערציילט וועגן דעם גורל'דיגן שמועס וואס ער האט געהאט מיט זיין טאטן הארט פאר זיין חתונה. געווען איז עס עטליכע טעג פאר זיין חתונה, און דער טאטע האט אים פאררופן צו א פריוואטן שמועס, אזא אפנהארציגן טאטע-און-זון שמועס – האט דער חתנ'דל זיך פארגעשטעלט. אוודאי גייט דער טאטע רעדן מיט אים וועגן דעם פארהייראטן לעבן, און מיטטיילן פערזענליכע עצות און ערפארונגען, און זיך עפענען הארץ-צו-הארץ מיט זיין טייערן זון וואס גייט אט אט אונטערהייבן זיינע פליגעלעך און אוועקפליען פון דער היים.
אבער דער שמועס איז בכלל נישט געווען וואס ער האט ערווארטעט. "אז מ'האט חתונה," האט דער טאטע געזאגט, "דארף מען אוועקשטעלן אן ערליכן תורה'דיגן שטוב. און דער יסוד פאר דעם איז צו האבן 'משוגעת'ן' – יא, יא, אזויווי דו הערסט." דער טאטע איז אריין אין א ביאור ארוך איבער דער וויכטיגקייט אוועקצושטעלן דעם שטוב אז דער טאטע האט "אידישקייט-משוגעת'ן". "מ'דארף אויסוועלן געוויסע הכשרים, און אנזאגן אין שטוב אז מ'טאר נישט עסן קיין פראדוקטן מיט זייער השגחה. די הכשרים דארפן נישט באמת זיין פראבלעמאטיש, אבער דאס ברענגט אן ערנסטקייט אין שטוב צו וויסן אז דער טאטע לאזט דאס יא און דאס נישט."
דער טאטע איז דא אריינגעגאנגען אין דעטאלן אויסשמועסנדיג ווי וויכטיג ס'איז צו האבן אזעלכע באשטימטע "משוגעת'ן" אז דאס ווייב און די קינדער זאלן וויסן אז מ'טוט אלעס לויט ווי דער טאטע באשטימט. דאס ברענגט א תורה'דיגע און ערליכע אטמאספערע אין שטוב. און ער האט קלאר מסביר געווען אז די "משוגעת'ן" דארפן בכלל נישט האבן קיין פאקטועלן תוקף אין הלכה, מנהג אדער שכל, ס'איז בלויז צו באשאפן א געוויסע אטמאספערע אין שטוב.
נו, נישט יעדער זאגט עס קלאר ארויס בשם המפורש "משוגעת'ן", אבער דאס איז גוט אפגעטייטשט. איך געדענק אלס קינד און אלס בחור ווי מיין אויפגאבע איז געווען צו פסח'דיג מאכן די ספרים ביי מיינע עלטערן אינדערהיים. כ'האב אויסגעשאקלט יעדן ספר, און גענוצט "ווינדעקס" אפצואווישן יעדן דעקל. רוב פון די ספרים זענען קיינמאל נישט גענוצט געווארן, געוויסע גאנצע פאליצעס זענען נישט בארירט געווארן מפסח לפסח. אפט האב איך ארויסגענומען עטליכע ספרים, און די דעקלעך זענען געווען אביסל צוגעקלעבט איינס צום צווייטן, ווייל כ'האב נישט גענוג גוט אפגעווישט די ווינדעקס פאראיאר ביים וואשן...
מיין טאטע האט דאס געוואוסט, און כאטש ער האט עס נישט גערופן "משוגעת'ן" האט ער געהאט די זעלבע השקפה ווי דעם ידיד'ס טאטן. עס פעלט אויס פאר אידישקייט אז פאר פסח "זאל זיך טון", מ'זאל שלעפן, פאקן, ווישן, וואשן. דער בחור זאל פילן "א טעם" אין פסח מיט'ן ווינדעקסן און אויסשאקלען ספרים וואס ווערן נישט גענוצט.
מ'קען אויף דעם נוצן א געוואלד מיט ביישפילן, און יעדער קען טראכטן פון נאך אזעלכע לעכערליכע איינפירונגען – אפט וועלכע נעמען א סך מוט און כוחות, און האבן נאר א פשט לויט דער משוגעת'ן השקפה. און דאס פארענטפערט וויאזוי "אור לי"ד בודקין את החמץ" איז געווארן א מאסיווע רייניגונג-פראיעקט וואס נעמט גאנצע וואכן און חדשים, און וויאזוי דער זמן שמחתינו איז געווארן זמן גלותינו.
אויך דער וואס שטיצט דעם משוגעת'ן געדאנק, דארף זיך כאפן ביים קאפ אז זיין טאטע האט מיט אים קיינמאל נישט אויסגעשמועסט וואס ער טוט צוליב מנהג און הלכה, און וואס ער טוט וועגן משוגעת'ן. און דאס זעלבע דער זיידע און דער עלטער-זיידע. ווער ווייסט וויפיל דורות פון משוגעת-שיכטן זענען געוואקסן איינע איבער דער אנדערער, און מיר לייגן גאר צו פרישע שיכטן צו שיצן די פריערדיגע...
דערפאר, אז איינער האלט אז דער משוגעת'ן-אידישקייט איז ריכטיג, דארף ער דאס טון נאר אויף אן אופן אז ער מאכט קלאר וואס איז הלכה און מנהג און וואס איז סתם לרווחא דמילתא – ס'זאל זיך טון. אז נישט וועט ער אויסזען ווי יענער וואס – – – (אקעי, לאמיך נישט חוזק מאכן פון אידישע מנהגים וואס יסודתם בהררי קודש.)
אבער איז עס דען ריכטיג? קען דען איינער אנווייזן אז די משוגעת'ן האבן אים אינספירירט צו זיין א בעסערער איד און א בעסערער מענטש? איז בכלל אמת אז ווי מער באגרעניצונגען און ווי מער פיזישע און גארנישט-מיינענדע פעולות מ'טוט פאר א מצוה ברענגט דאס מער הנאה רוחני און מער צוגעבונדנקייט צום אויבערשטן? דאס נענטסטע וואס מיר טרעפן צו אזא השקפה איז דער ענין פון "חינוך" – מחנך צו זיין קינדער מקיים צו זיין תורה ומצוות אפילו זיי זענען נאך נישט מחויב. אבער חינוך איז נישט חלילה א פאלשע זאך, איינצונארן די קינדער מקיים צו זיין זאכן וואס זיי דארפן נישט טון. קיינער באהאלט נישט פון די קינדער דעם פאקט אז זיי זענען נאך קטנים און זענען בעצם פטורים מן המצוות, נאר זיי וואקסן אויף וויסנדיג אז זיי זענען אידישע קינדער, און ס'איז א זכיה מקיים צו זיין מצות ה', און זיך אריינלייגן אין די שיך פון ערוואקסענע צו זיין גרייט צו דינען דעם אויבערשטן אלס מצוה ועושה.
אבער ווער רעדט דען פון פאלשקייטן? זייט ווען דארף אידישקייט שקר און צביעות צו ברענגען "א טעם" אין אידישקייט?
און דער אמת איז אז דער אינגערער דור זעט דורך די אלע משוגעת'ן, און לאזט זיי פאלן. טייל מאל פאלן אויך ליידער מיט שטיקער פון אידישקייט, ווייל דער טאטע און זיידע האט קיינמאל נישט קלאר געמאכט וואס איז אידישקייט און וואס איז משוגעת. אבער א סך פון דעם אינגערן דור זענען גענוג אינטעליגענט צו וויסן וואס יא אנצוהאלטן און וואס נישט – און לאזן טאקע נאר די משוגעת'ן פאלן. און אפט הערט מען דעם טאטן און זיידן זיך באקלאגן אז דער זון אדער אייניקל האט פארלוירן זיין "ווארעמקייט"... אפנים זייער אידישקייט איז שוין אזוי צונויפגעפלאכטן מיט משוגעת אז מ'קען גארנישט זיין קיין נארמאלער איד און טאקע אויך א ווארעמער איד.
זאלן די ווערטער דינען ווי חיזוק ועידוד פאר די יונגעלייט וואס לעכצן נאך קרבת אלוקים, וואס זוכן א טעם און אידישקייט, אין א יום-טוב, אבער ווילן זיך נישט אראפלאזן צו משוגעת'ן און נארישקייטן. איר זענט גוטע, ערליכע, ווארעמע אידן! איר האט א געפיל פאר אמת און ערליכקייט, און אייער אידישקייט איז נאך אזוי חשוב אין הימל ווי א אידישקייט וואס רעדט זיך איין אז מיט שקר באפרידיגט מען דעם אויבערשטן.
מִתְּחִלָּה עוֹבְדֵי עֲבוֹדָה זָרָה הָיוּ אֲבוֹתֵינוּ, וְעַכְשָׁיו קֵרְבָנוּ הַמָּקוֹם לַעֲבֹדָתוֹ...