Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » סמארט-פאון מיט קינדער זענען 2 אנדערע זאכן

סמארט-פאון מיט קינדער זענען 2 אנדערע זאכן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10523
זונטאג מאי 22, 2016 11:23 pm#334107
סמארט-פאון מיט קינדער זענען 2 אנדערע זאכן
יענקל א כתה ח' אינגעל ווארט שוין קוים אויף מיטוואך די גליקליכסטע טאג פון זיין לעבן, ער גייט בר מצוה האבן און אריינגיין אין די עול התורה.

ער האט געהאט א שטיקל טנעה'ריי מיט זיין טאטע איבער האבן מיוזיק אבער ב"ה מ'האלט שוין דא .
ער גרייט זיך צוגיין דאווענען מיט מנין די לעצטע מאל אלס אינגעל ער שטעלט זיך דאווענען מיט בכיות און געבעט צום אויבערשטן אז ער זאל אויסוואקסן א ערליכע איד . זיין דאווענען דויערט שוין לענגער ווי א חתן ביום חפתו ,

ער האלט נאך ביי "ולמלשינים" ווען דער עולם האט שוין געענדיגט עלינו, און ער הערט ווי א אינגערמאן (ראבינאוויטש) נעמט זיך רעדן איבער די שעדליכקייט פון "סמארטפאון'ס" ער מישט צאם פרויען, ראיות אסורות, כותל, און וואס נישט אבי אויפצוווייזן די שעדליכקייט פון א סמארטפאון, אויך פארציילט ער שיינע מעשיות פון ביזנעסער וואס זענען שיין מצליח אן קיין אימעיל וכו' וכו' ענדליך ראבינאוויטש ענדיגט זיין דרשה קען אונזער יענקל ווייטער ממשיך זיין מיט שמונה עשרה אבער שוין נישט מיט די זעלבע ברען, אין זיין קאפ לויפט דורך וואס ער האט נארוואס געהערט: זיכער נכשול געווערן, פרויען, זינדיגען, קיין שום פילטער איז נישט גוט, אנרייצן קינדער, דורות, אזוי לויפן זיינע מחשבות.

יענקל ענדיגט אפ שמונה עשרה ער גרייט זיך אהיים צוגיין זיך אנגרייטן צו די בר מצוה ווען ער באמערקט א קונטרס מיט "שומרים" ביזנעס קארד'ס וואס רעדן וועגן סמארטפאון'ס ער נעמט עס אהיים .

די זייגער ווייזט שוין פינעף צו אכט, ער טוט זיך אהן די נייע הוט מיט די געביגלטע בעקיטשע און זעצט זיך אריין אין קאר מיט געמאסטענע טריט אז גארנישט זאל ח"ו נישט קאליא ווערן.
מ'קומט אן צום זאל , נאך אפאר משוגע מאכן פאר פיקטשערס זעהט ער זיך זיצן אויבן אן אפנעמען מזל טוב'ס מיט מתנות פונעם עולם,

די שניט מיט די פיקטשער'ס פון די חלה איז געלונגען, די סעודה, די פשעטל איז אויך אריבער בשלום, זיינע חברים זענען שוין אהיימגעגאנגען, די זאל איז שוין מער ווייניגער ליידיג און מ'גרייט זיך שוין אהיימצוגיין.

אינמיטן אנלאדענען די קאר מיט אלע מתנות קומט צו פעטער משה וועלעכע איז ספיציעל געקומען פון פלארידע מיטצוהאלטן זיין נעפיא'ס בר מצוה , און גיבט איהם איבער א מתנה א סמארט-פאון יענקל זאגט א ש'כח און גיבט עס א רוק אריין אין טאש.

אנקומענדיג אהיים זאגט איהם זיין טאטע ס'איז שוין שפעט גיי שלאפן מ'דארף נאך לייגן מארגן תפילין ביים רבי'ן , מ'וועט שוין מארגן מסדר מאכן די אלע מתנות, יענקל (נאך יעצט) א פאלגעדיגע גייט שלאפן אבער נישט פאר ער לייגט זיין נייע סמארט-פאון טשארשען.

דארנעשטאג צופרי וועקט איהם די טאטע אויף זיבן דרייסיג ער דארף נאך גיין אין מקוה און לערנען עפעס פארן דאווענען , ב"ה די דאווענען איז געלונגען זיין הענט איז פערפל פון די תפילין, מ'מאכט א לחיים נאכן דאווענען און די בר מצוה בחור גייט אהיים עסן פרישטאג, נאך פרישטאג פאקט ער אויס די מתנות מיט א סדר ,

נאכדעם וואס די טאטע איז שוין געגאנגען ארבעטן נעמט ער ארויס די סמארט-פאון און גייט ארויס פון הויז קלאמפיש צו גיין אין שול לערנען.

ער וויל דאך שפילן מיט זיין נייע טעלעפאון דערמאנט ער זיך אז ראבינאוויטש האט געזאגט אז "אפילו מ'האט נישט קיין סערוויס קען מען זיך מחבר זיין דורך וויי-פיי" און פונקט גייט ער דורך א געשעפט וואס שטייט אין גרויס פרי וויי-פיי ער קומט אריין , מיט זיין בר מצוה געלט קויפט ער זיך עפעס צועסן און בעט ביים רעדשיסטער אז מ'זאל איהם קאנעקטאן די וויי-פיי.

אזוי איז ער אפגעזיצן דארטן אין סטאר אסאך שעות און זיך אנגעזעהן און אנגעהערט מיט אלעם , ער איז געווארן דארט א אפטע גאסט אנשטאט צו גיין אין חדר דאווענען איז ער דארט אפגעזיצן, פאר'ן טאטע האט ער געזאגט אז ער דאווענט אין חדר פאר די חדר האט ער געזאגט אז ער דאווענט אין די היים,

זיין גאנצע אידישקייט איז געווארן שוואכער און שוואכער און שוואכער.

טייערע ראבינאוויטש איהר מיינט גוט'ס און טוט'ס גוט'ס אבער לאזט מנוחה די קינדער וואס דארף א צוועלעף יעריגע אינגל בכלל וויסן פון א סמארט-פאון אפשר גייסטו איהם לערנען אויך קדושת היסוד?

דאס אז קינדער הערן פון דעם אלץ קינד הרג'ט זיי אוועק זיי גייען נישט אויסוואקסן בעסער וועגן דעים, און ספעשילי ווען מ'באקט זיי אריין אז דאס איז די ערגסטע און זיי זעהן אז אנדערע האבן עס .........
מאנטאג מאי 23, 2016 1:37 pm#334163
אינטערעסאנט אז מיין פעטער פון פלארידא האט מיר געקויפט א מקראות גדולות
מאנטאג מאי 23, 2016 1:56 pm#334172
שושן פורים האט געשריבן:אינטערעסאנט אז מיין פעטער פון פלארידא האט מיר געקויפט א מקראות גדולות


חולה דו ס'איז נאר געווען די געדאנק
מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 pm#334174
פארן געדאנק האט נישט אויסגעפעלט א פעטער זאל געבן א סמארט פאון ווייל אזא זאך געשעט קיינמאל נישט מ'פארשטייט דיין פוינט אזוי אויך. אפילו אן דעם קען א בחור סתם צודרייט ווערן פון די דרשות, און וואס איז מיט די ריזיגע קול קורא'ס אויף אלע גאסן וועגן צניעות אד''ג פארוואס דארף דאס א אינגל ליינען? זיי מאכן מער חרוב לע''ד
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 5:59 pm#345137
איינער קען פארווערדן דעם ארטיקל צו די שומרים קארדס פיאניר? (איך ווייס נישט צי ער פארמאגט טריפה'נע אימעיל)
ווער איז ער אין די פירסט פלעיס? ער האט אויך א האטליין פאר קינדער.
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 6:42 pm#345149
ווען א קינד האלט אז זיין טאטע איז שוואך, מאכט דאס פיל מער קאליע וואו סיי וואספאר סמארט-פאן.
א קינד וואס הערט אז דער גאנצער ערוואקסענער וועלט איז פאפוילט און קיקט שמיץ, זאג מיר פארוואס זאל ער אויפוואקסען אנדערש?

זיי מיינען גוט אבער די חרבן וואס זיי מאכן אן איז אין לשער
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 7:05 pm#345151
Re: סמארט-פאון מיט קינדער זענען 2 אנדערע זאכן
שמעקעדיג האט געשריבן:איינער קען פארווערדן דעם ארטיקל צו די שומרים קארדס פיאניר? (איך ווייס נישט צי ער פארמאגט טריפה'נע אימעיל)
ווער איז ער אין די פירסט פלעיס? ער האט אויך א האטליין פאר קינדער.

ס'איז שר"י.
שאול יצחק ראבינאוויטש.

שאול, מפני שאינו שואל רשות לדבר.
יצחק, מפני שעושה צחוק וק"ר בביהמ"ד.
ראבינאוויטש, מפני שמחשיב א"ע כרבונו של החרדים.
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 7:11 pm#345154
קל וחומר האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:איינער קען פארווערדן דעם ארטיקל צו די שומרים קארדס פיאניר? (איך ווייס נישט צי ער פארמאגט טריפה'נע אימעיל)
ווער איז ער אין די פירסט פלעיס? ער האט אויך א האטליין פאר קינדער.

ס'איז שר"י.
שאול יצחק ראבינאוויטש.

שאול, מפני שאינו שואל רשות לדבר.
יצחק, מפני שעושה צחוק וק"ר בביהמ"ד.
ראבינאוויטש, מפני שמחשיב א"ע כרבונו של החרדים.

מורא'דיג. אייגענס?
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 7:15 pm#345156
Re: סמארט-פאון מיט קינדער זענען 2 אנדערע זאכן
יא, קעניינעהארע...
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 7:46 pm#345157
קל וחומר האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:איינער קען פארווערדן דעם ארטיקל צו די שומרים קארדס פיאניר? (איך ווייס נישט צי ער פארמאגט טריפה'נע אימעיל)
ווער איז ער אין די פירסט פלעיס? ער האט אויך א האטליין פאר קינדער.

ס'איז שר"י.
שאול יצחק ראבינאוויטש.

שאול, מפני שאינו שואל רשות לדבר.
יצחק, מפני שעושה צחוק וק"ר בביהמ"ד.
ראבינאוויטש, מפני שמחשיב א"ע כרבונו של החרדים.

או כלך לך לדרך זו:

שאול, מפני שהוא שאול שלא מדעת.
יצחק, שכל השומע יצחק ממנו.
ראבינאוויטש, רבו הדעות: י"א, מפני שהוא רב ריב עם כולם. י"א, מפני שהוא רב/ראבינער בביהמ"ד. י"א, מפני שחושב שהוא רבונו של עולם. וי"א, מפני שסופו ליהרג כיצחק ראבין.

אמרו בבי מדרשא, הא עדיפא מכולהו, דהא שמיה כשמיה, יצחק רבינוביץ ויצחק רבין. הה"ד ש'ם ר'שעים י'רקב נוטריקון ש'אול י'צחק ר'בינוביץ. חושבנא דדין כחושבנא דדין.


[אקעי, ח"ו. כ'מיין נאר דרך הלצה].
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 8:50 pm#345165
איך דארף דרינגענד א סקען פון שש משזר מוח, עני סקען עוועילעבל?
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 9:23 pm#345169
Re: סמארט-פאון מיט קינדער זענען 2 אנדערע זאכן
מ'האט שוין כמה פעמים פרובירט צו סקענען, מאנכע גיבן אהן אז ס'איז פשוט צו גרויס און ס'פיט נישט אריין אינעם קעט סקענער.
דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 5:24 pm#345427
כ'האב באקומען א זאפטיגע קול קורא דערוועגן.

שיקטס עס ארום ווייטער אויך:
דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 7:13 pm#345436
Re: סמארט-פאון מיט קינדער זענען 2 אנדערע זאכן
שאף עס אויף הויעך רעזעלוציע אז מ'זאל עס קענען פרינטן און אויפהענגן אין סמעדריש
דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 7:54 pm#345446
אויב ד רבנים האבן טאקע בושות, איז אפשר האט זיך שוין יא געלוינט די גאנצע ראבינאוויטש סומאטוכע?
פרייטאג אוגוסט 12, 2016 5:10 pm#345559
באקומען אין אישי קלארער

.
דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 6:03 pm#346413
אויף אייוועלט זענען אויך פאראן אפאר נארמאלע מענטשן וואס די מערכה טוט זיי וויי

m http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=31099 m
דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 8:29 pm#346436
למעשה וואס האלט די עולם ווען איך טרעף אן א יונגעל מיט די שומרים קארדס? וואס קען זיין א מהלך? וויאזוי קען מען אים מסביר זיין אז סאיז נישט ריכטיג ווען אויפן קארטעל שטייט בהראות הרבנים? אדער איז בעסער צו איגנארירען?
דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 10:06 pm#346445
נישט געזארגט, די אשכול דארט איז שוין פארשפארט
מאנטאג אוגוסט 22, 2016 2:22 pm#346763
באקומען אויף אימעיל.

ס'איז אוודאי געפעלטשט, אבער ס'איז א גוטס...
מאנטאג אוגוסט 22, 2016 4:40 pm#346772
שש משזר האט געשריבן:באקומען אויף אימעיל.

ס'איז אוודאי געפעלטשט, אבער ס'איז א גוטס...


די חתימה איז די בעסטע . . .
דינסטאג אוגוסט 23, 2016 8:53 am#346856
דינסטאג אוגוסט 23, 2016 12:22 pm#346883
קאמענטירער האט געשריבן:למעשה וואס האלט די עולם ווען איך טרעף אן א יונגעל מיט די שומרים קארדס? וואס קען זיין א מהלך? וויאזוי קען מען אים מסביר זיין אז סאיז נישט ריכטיג ווען אויפן קארטעל שטייט בהראות הרבנים? אדער איז בעסער צו איגנארירען?
דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:49 pm#346901
לדעתי זאל מען יא מסביר זיין אז דאס איז די מעשה פון א יחיד אן קיין רשות אדער בעקינג פון קיין איין נארמאלע רב, אדרבה עס איז אנטקעגן די דעת פון רוב גדולים.
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 6:46 pm#349763
א מחי' צו ליינען אויף אייוועלט ווי דער עולם בייזערט זיך (עכ"פ רוב פון די תגובות)

m http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=31473 m
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 7:39 pm#349770
Re: סמארט-פאון מיט קינדער זענען 2 אנדערע זאכן
געווען דארט, אויש קען איך זיי נישט דערליידן, די פוסע על מיליאן סעיפים, פעך, עקעלדיג.
זאג נאר האסט א סמארט פאון, וואס האט ער, דער שגץ, האט ער געשיקט א טעלעגראם, דרעק איינער.
דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 12:11 pm#349876
משוגע.

שומרים אפליקעישאן.
דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 5:44 pm#349933
Re: סמארט-פאון מיט קינדער זענען 2 אנדערע זאכן
שמעקעדיג האט געשריבן:לדעתי זאל מען יא מסביר זיין אז דאס איז די מעשה פון א יחיד אן קיין רשות אדער בעקינג פון קיין איין נארמאלע רב, אדרבה עס איז אנטקעגן די דעת פון רוב גדולים.

לענ"ד קען מען עס גאר גרינג אינטערברענגן.
מ'ברויך נאכמאכן די זעלבע קארטל און שרייבן אזעלכע זאצן ווי: 'א אינגערמאן וואס פארמאגט א געפילטערטן סמארטפאון איז א ריכטיגער נהנה מיגיע כפו בהיתר לדעת אלע רבנים און איז עומד בנסיון פון נישט האבן א פילטער!' וכדו'.
און מ'זאל עס שטייצעך אויסטיילן אין אלע בתי מדרש.
דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 6:57 pm#349940
דער איינציגסטער פראבלעם: נישטא קיין "מע". מ'ברויך, מ'דארף, מ'זאל, וכו' וכו'... פאר דעם דארף מען איינעם וואס זאל אויפגעבן זיין נארמאלע דזשאב און ווערן א מקבל צדקה...
פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 3:03 pm#350071
קל וחומר האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:לדעתי זאל מען יא מסביר זיין אז דאס איז די מעשה פון א יחיד אן קיין רשות אדער בעקינג פון קיין איין נארמאלע רב, אדרבה עס איז אנטקעגן די דעת פון רוב גדולים.

לענ"ד קען מען עס גאר גרינג אינטערברענגן.
מ'ברויך נאכמאכן די זעלבע קארטל און שרייבן אזעלכע זאצן ווי: 'א אינגערמאן וואס פארמאגט א געפילטערטן סמארטפאון איז א ריכטיגער נהנה מיגיע כפו בהיתר לדעת אלע רבנים און איז עומד בנסיון פון נישט האבן א פילטער!' וכדו'.
און מ'זאל עס שטייצעך אויסטיילן אין אלע בתי מדרש.

מדארף נישט זיין סתם אנטי אין די וועלט, אריין סאיז דא נאך עיצות וואס מזאל פארשפרייטען פאר די קינדער, ווי פארשדיענע סארטן עקסערסייזעס, און פארשידענע סייענס, באקאנטע וועלט פיגורן!!..
זונטאג פעברואר 19, 2017 12:03 pm#363172
זעענדיג די נייע רויטע שומרים קארטל ווי ס'דא א בילד פון אלע מינע בעקעטשע'ס, רעקלעך און דשעקעטס אין ביים קאפ איז דא בילדער פון חיות, האב איך געוואלט פרעגן פארוואס די סמארטפאון ביי די הענט כשר'ט די קארטל צו געבן פאר קינדער אזא מין משוגע'נע מאדנע קארטל........