Under maintenance
הויפט זייט » נייע חדר אין וויליאמסבורג

נייע חדר אין וויליאמסבורג

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
44 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10524
מאנטאג מאי 23, 2016 1:19 am#334117
נייע חדר אין וויליאמסבורג
קומט יעצט אריין די נייעס אין וויליאמסבורג אז עס עפענט זיך אויף א חדר וואס גייט נאר אריין נעמען קינדער וואס די עלטערן האבן נישט קיין טעכנעלאגיע כלים
מאנטאג מאי 23, 2016 9:28 am#334127
נאך אפאר יאר גייט מען קלאר זעהן אז סמארט פאון'ס לייגן אוועק דורות, ווען מען וועט זעהן אז די פראצענט נושרים איז כמעט נול ביי די ת"ת וואס די עלטערן האבן נישט קיין כלים
מאנטאג מאי 23, 2016 9:48 am#334129
אדער גייט מען זעהן ווי די סמך מם האט זיך פארלייגט אויף די הייליגסטע, בבחינת כל הגדול מחבירו יצרו גדול.
מאנטאג מאי 23, 2016 9:53 am#334131
ס'איז א געוואלדיגע מעלה. יעצט וועלן אלע מוסדות קענען זאגן פאר די "עלטערן וואס פארלאנגן שטרענגע תקנות" אויפן חשבון פון אנדערע עלטערן אין די מוסד: "ס'געפעלט דיר נישט דא, האסט א ברירה צו גיין צו די די טעכנעלאגיע-פריי מוסד."

(מה-דאך ווען ס'איז נישט פאראן אן אלטארנאטיוו פאר די וועלכע וואס ווילן נישט עקסטרעמע תקנות פלעגט מען זיי זאגן, "ס'געפעלט דיר נישט, גיידיר ערגעץ אנדערש", אפי' ס'איז נישט געווען קיין ערגעץ אנדערש, כ"ש יעצט אז ס'וועט יא זיין אן אלטארנאטיוו וועט מען דאס קענען זאגן פאר די עקסטרעמע פארלאנגערס.)
מאנטאג מאי 23, 2016 10:05 am#334133
וואו שטייט דא אז מען וועט בכלל נישט מעגן האבן קיין טעכנאלאגישע כלים? עס שטייט נאר אז עס וועט זיין שטארקע תקנות - עפעס וואס אלע מוסדות פארמאגן שוין.
מאנטאג מאי 23, 2016 10:12 am#334137
שמעתי אז מאנכע ווילן אויך אוועקשטעלן די יסודות פונעם מוסד על טהרת הקודש-קדשים, מיט נאך פארשידענע תקנות און וויכטיגע אידישקייט זאכן.
און זו ואין צריך לומר זו אז נישט טראגן מיט דער וומסב"ג עירוב שב"ק קען זיין א תנאי. איינער ווייסט אפשר?
מאנטאג מאי 23, 2016 10:46 am#334140
יואליש האט געשריבן:ס'איז א געוואלדיגע מעלה. יעצט וועלן אלע מוסדות קענען זאגן פאר די "עלטערן וואס פארלאנגן שטרענגע תקנות" אויפן חשבון פון אנדערע עלטערן אין די מוסד: "ס'געפעלט דיר נישט דא, האסט א ברירה צו גיין צו די די טעכנעלאגיע-פריי מוסד."

(מה-דאך ווען ס'איז נישט פאראן אן אלטארנאטיוו פאר די וועלכע וואס ווילן נישט עקסטרעמע תקנות פלעגט מען זיי זאגן, "ס'געפעלט דיר נישט, גיידיר ערגעץ אנדערש", אפי' ס'איז נישט געווען קיין ערגעץ אנדערש, כ"ש יעצט אז ס'וועט יא זיין אן אלטארנאטיוו וועט מען דאס קענען זאגן פאר די עקסטרעמע פארלאנגערס.)


קיין אלטערנטיוו וועט עס נישט זיין ווייל סאטמאר וועט קיינמאל נישט צולאזן קיין בעסערס און פרומער פון זיי, מ'וועט טרעפן עפעס א חטוטי שכבי עוולה פון א מנהל און די מוסד וועט ווערן די נייע עירוב.
מאנטאג מאי 23, 2016 11:18 am#334142
כמדומה אז חיטוטי שיכבי איז שוין ברייט געזאגט
עס איז גענוג אז דער מנהל זאל האבן געכאפט א היטש אין א קאר וואס האט געהאט אן עיר קאנדישן סיסטעם דורך א קאמפעני וואס איז פארדעכטיגט צו האבן שייכות מיט מתחם גלנצביץ אין בית שמש אדער מיט אברהם סלאנים
און דאס וועט שוין זיין גענוג פאר אלע יראי' ה' וחושבי שמו נישט צו קומען אין בארירונג מיט די אלע רוצחים פושעים אפיקורסים...
מאנטאג מאי 23, 2016 1:03 pm#334152
אויך גייען זיי פארשטייט זיך נישט נעמען קיין נדבות פון מענטשן וואס האבן סמארט פאונ'ס
מאנטאג מאי 23, 2016 1:26 pm#334159
איך פארשטיי נישט על מה יצא כל הקצף הזה? אין אזא מקום קדוש ווי קאווע שטיבל וואו פרייהייט פון ווארט און אינדיווידזשועליטי איז פראמאוטעד וואלט מען געדארפט שפרינגען פאר שמחה אז אידן מיט א געוויסע מיינונג האבן זיך צוזאמגעקומען און אנשטאט ארויפצווינגען אויף יענעם מאכן זיי שבת פאר זיך און ווער עס וויל נישט מוז נישט אהינשיקן.

איך פערזענליך האלט אז זיי לעבן אין עולם הדמיון אבער זיי האבן א רעכט פאר זייער מיינונג פונקט ווי איך האב א רעכט אויף מיינס, איך באגריס די פאזיטיווע שריט און איך וואונטש זיי גרויס הצלחה
מאנטאג מאי 23, 2016 2:18 pm#334179
בין נייגעריג וואס הרב יחיאל פריעד האט דא קשר. ער'ז דאך געווען פון די מייסדים פון בני יואל, געווען דער ערשטער מנהל. זיי האבן איהם פארשיקט ווייל ער'ז געווען משוגע עקסטרעם אפילו פאר די הייפער עקסטרעמיסטן דארט, מיט מיטל אלטער טאקטיקן און געדאנקען. מען הייבט אן פריש בשינו מקום ושיניו מעשה און וועט נאך זיין גענוג בעלנים צו קויפן באנקראטירטע עקסטרעמיזם ריפעקעזשד פאר גוט געלט.
מאנטאג מאי 23, 2016 2:33 pm#334182
שושן פורים האט געשריבן: און אנשטאט ארויפצווינגען אויף יענעם מאכן זיי שבת פאר זיך און ווער עס וויל נישט מוז נישט אהינשיקן.


מיינסט טאקע? וויאזוי מיינסטו איז פארמירט געווארן אונזער געזעלשאפט אויב נישט פון אנדערע וואס האבן 'געמאכט שבת פאר זיך'.
מאנטאג מאי 23, 2016 2:33 pm#334183
Re: נייע חדר אין וויליאמסבורג
לעצטענס, איז אנגעקומען קיין לעיקוואוד דער מוסד חומת יהושע, פון דער קרישעווסקי פראקציע פון נטו"ק, נאך געלט. אין זייער פראפאגאנדע איז געשטאנען אז זייער קינדער קומען פון שטיבער ווי ס'איז נישט דא קיין קאמפיוטער'ס און די עלטערען שלאגען זיך מיט ציונים (ט'האבען זיי עפעס ווי געטוהן די ציונים?) און נאך אזעלכע וויכטיגע סבות זיי צו שטיצען.
איך בין נייגעריג צו קנאת סופרים האט געטוהן זיינס

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
מאנטאג מאי 23, 2016 2:40 pm#334187
איך וואלט עקספעקטעט די מעלדונג פון אזא הייליגע מוסד צו זיין געשריבן מיט א מעזשיק מארקער אדער אין ארגסטן פאל מיט א טייפרייטער. ווי קומט דאס אז מ'זאל דריקן א מאדערן צעטל דיזיינט דורך א גראפיקער אויף א טריפענע קאמפיוטער?
מאנטאג מאי 23, 2016 3:41 pm#334201
שושן פורים האט געשריבן:איך פארשטיי נישט על מה יצא כל הקצף הזה?

דו זעסט ערגעץ קצף?
מאנטאג מאי 23, 2016 3:45 pm#334203
Re: נייע חדר אין וויליאמסבורג
שמעון וואלף האט געשריבן:איך וואלט עקספעקטעט די מעלדונג פון אזא הייליגע מוסד צו זיין געשריבן מיט א מעזשיק מארקער אדער אין ארגסטן פאל מיט א טייפרייטער. ווי קומט דאס אז מ'זאל דריקן א מאדערן צעטל דיזיינט דורך א גראפיקער אויף א טריפענע קאמפיוטער?

זיי זענען לכאורה געגאנגן צו א גויאישע גראפיקער.
מאנטאג מאי 23, 2016 3:47 pm#334204
שוין געבויעט אויף גויאשע יסודות.............
מאנטאג מאי 23, 2016 4:45 pm#334208
סשוין דא און וויליאמסברוג א חדר פאר די גאר פרימע, כמיין סהייסט תשבר. וואס קען מען נאך צילייגן?
מאנטאג מאי 23, 2016 7:40 pm#334239
Re: נייע חדר אין וויליאמסבורג
מוסדות דאבשינא
אויפן קומענדיגן זמן גיימער בעזר השם עפענען א מוסד פאר קינדער וואס ביי זיי אינדערהיים עסט מען נאר וואלאווע הכשר.
די מטרה איז פאר די וואס ווילן נישט אז זייערע קינדער זאלן לערנען אינאיינעם מיט אזעלכע וואס קומען פון שטובער וואס עסן גרובער מיט מאגרוב.
ק/פ

Sent from my Fire Phone using Tapatalk
מאנטאג מאי 23, 2016 10:47 pm#334275
ווער איז דער פרישער ספרים פאקער יחיאל פריעד?
האסט נישט קיין זשאב גייסטו טאנצן קדוש קדוש קדוש? די אפגעריסענער באגאבונד.
פראבלעם איז אז פרום קוקאריקא ווערט אלעמאל דער נארם. קומט אויף א משוגענער און מאכט צעדרייטע תקנות אוו ביז א קורצע צייט מאכט יעדער נאך.
#זשאאאאן_מאנטאאאאן_טען_טען_ווינס
דינסטאג מאי 24, 2016 1:41 am#334308
שמעון וואלף האט געשריבן:איך וואלט עקספעקטעט די מעלדונג פון אזא הייליגע מוסד צו זיין געשריבן מיט א מעזשיק מארקער אדער אין ארגסטן פאל מיט א טייפרייטער. ווי קומט דאס אז מ'זאל דריקן א מאדערן צעטל דיזיינט דורך א גראפיקער אויף א טריפענע קאמפיוטער?

און די אלע אנדערע מחאות וקונמות וחרמות אקעיגן קאמפיוטער און טעכנאלאגישע כלים ווערן דען נישט געשריבן אויף א קאמפיוטער...?!
דינסטאג מאי 24, 2016 9:56 am#334324
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:קומט יעצט אריין די נייעס אין וויליאמסבורג אז עס עפענט זיך אויף א חדר וואס גייט נאר אריין נעמען קינדער וואס די עלטערן האבן נישט קיין טעכנעלאגיע כלים


נאר די מלמדים און מנהלים גייען דאס האבען
דינסטאג מאי 24, 2016 12:25 pm#334341
אודה ולא אבוש,
טייל-מאל האב איך הרהורים, אפשר זענען זיי גערעכט...
מאן יימר אז זיי זענען נישט דער שבט לוי פון די היינטיגע דור???

אפשר ביים חטא העגל האט מען אויך אזוי שטארק געלאכט פון די א.ג. פאנאטישע און פארפרימטע יודן???
ווער ווייסט...
דינסטאג מאי 24, 2016 12:34 pm#334345
מען ברויך זיך לערנען פון זיי און אויך עפענען מוסדות התורה פון נארמאלע פערזאנען וואס האבן נישט בדעה צי אויפגעבן די סמארט פאון'ס, נארמאלע מענטשען וואס פארמאגן א מוח בקדקדו, נארמאלע מענטשען וואס קענען נישט באשטיין ציריק ציגיין צים פערד און וואגען עפאכע, אזאנע וואס ווילן נישט בקרוב ווערן אויסגמסורט דורך די אייגענע קינדער, אזעלכע וואס ווילן נישט שפירן ווי די אלע קארטונען וואס קינצלען מאלן אויס די וואס האבן סמארט פאון'ס.
מיר ברויכן זיך אויך צאם נעמען און אראפ ווארפן די יאך פון טעראר וואס איז נישט אויסגעהאלטן.
דינסטאג מאי 24, 2016 12:37 pm#334348
יא שטעל דיר פאר ר מוסד עפענט נאר פאר קינדער וואס טאטעס האבן סמארט פאונס ! הלוואי אבער קיין איין רב חוץ שמעלצער וועט נישט וועלן שטיין אונטער אזא מוסד און ניטאמאל די סמארטפאון טאטע'ס וועלן דארט וועלן לייגן זייערע קינדער, פארפאלן יענע צד האט געווינען
מאנטאג מאי 30, 2016 5:51 pm#335367
Re: נייע חדר אין וויליאמסבורג
בילד
מאנטאג מאי 30, 2016 6:03 pm#335370
דאס איז א וויץ?
מאנטאג מאי 30, 2016 6:03 pm#335371
אינטערעסאנט אז די מוסד איז שוין 'הייליג' נאך איידער עס האט זיך ג'עפענט
מאנטאג מאי 30, 2016 6:10 pm#335372
נולד מאוחר האט געשריבן:דאס איז א וויץ?

אודאי.
מאנטאג מאי 30, 2016 7:55 pm#335393
נולד מאוחר האט געשריבן:דאס איז א וויץ?

דערווייל
דאנערשטאג יוני 02, 2016 11:01 am#335973
עס איז אבער זייער קרוב לאמת. ווארטס נאר אביסעל און מען וועט שוין מאכען ערגערס פון דעם
דינסטאג יולי 12, 2016 10:45 pm#341790
נייע חדר אין וויליאמסבורג
הער איך אז אין די נייע חדר וועט מען נאר קענען באצאלן מיט וואטשערס גייענדיג נאך די רוב פין די טאטעס..
דינסטאג יולי 12, 2016 11:53 pm#341797
נולד מאוחר האט געשריבן:דאס איז א וויץ?


די גאנצע מוסד איז א וויץ
מיטוואך יולי 13, 2016 12:01 am#341799
אנטיסעמיטן!
מיטוואך יולי 13, 2016 2:14 pm#341870
שמעון וואלף האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:דאס איז א וויץ?


די גאנצע מוסד איז א וויץ

אויסער די פאקט אז א חלק פון די גרינדונג איז קומט צו מאכן א סטעיטמענט, זעה איך נישט פארוואס מ'דארף זיין ברוגז אז זיי מאכן זיך שבת פאר זיך? ער איז דא איינעם מחייב ? אדרבה זאלן די וואס דרייען א קאפ פאר די מנהלים יעדן שני וחמישי מיט פרישע אכשור דרא שטיק, זאלן זיך אוועקציען אין א ווינקל און לאזן דעם עולם געמאכט
מיטוואך יולי 13, 2016 7:15 pm#341923
פארוואס רופט מען עס נישט סקולענער חדר?
מיטוואך יולי 13, 2016 8:25 pm#341946
מסתמא נישט צו קאמפיטן מיט די פאנדרעיזינג פון די הייליגע מוסדות חסד לאברהם.
מיטוואך יולי 13, 2016 9:01 pm#341959
רויטע וואנצעס האט געשריבן:מסתמא נישט צו קאמפיטן מיט די פאנדרעיזינג פון די הייליגע מוסדות חסד לאברהם.

לגזירה שוה...!
זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:32 am#344729
Re: נייע חדר אין וויליאמסבורג
בילד
זונטאג אוגוסט 07, 2016 2:10 pm#344768
וואס גיייט מען לערנען אין דעם סקול?
זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 12:13 am#349068
נייע חדר אין וויליאמסבורג
image.jpeg
image.jpeg (47.47 KiB) געזען געווארן 1588 מאל
זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 12:14 am#349069
image.jpeg
image.jpeg (51.25 KiB) געזען געווארן 1584 מאל
זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 12:21 am#349073
איין זאך זעה איך: ס'איז נישט דווקא א סאטמאר'ע זאך. אפילו מ'פאררופט אויף רביהקוה"ט זי"ע...! ס'איז דא א סאך הויכע ביבער הוטן. אפשר רוב...!
ס'קען זיין ס'איז א גוטער סעילס פוינט...!
מיטוואך יוני 14, 2017 10:56 pm#375154
תושבי בארא פארק האבן געוויינט, למה נגרע?
נו, ביקשתי ונושעתי...
בשורה טובה לתושבי בארא פראק

.