דער אלטע ר׳ לייב מיט זיין אריכת ימים
דער געשיכטע פון "דער אלטער ר' לייב" און זיין אריכות ימים
צווישן די אלטע אידן ביי אונז אין שטעטל, איז געווען דער עלצטער איד, איינער וואס מען האט גערופן דער אלטער לייב. דאס איז געווען א שיינער, גרויסער, און אויך א שטארקער מאן. מען האט געזאגט אז ער איז שוין עלטער פון הונדרעט יאר. ער פלעגט גאנצע טעג זיצן אין בית המדרש נעבן אויוון. לערנען האט ער נישט געקענט, פלעגט ער זאגן תהלים, און ערנסט דאווענען. געוואוסט האט מען אז ער באקומט יעדן חודש געלט פון "מאגיסטראט" דאס הייסט פון די רעגירונג, און ער לעבט פון דעם זייער בריווח. ער גייט שיין און גוט אנגטוהן, גיבט די אלטע אידן וואס קומען אין ביהמ"ד אריין צובייס און בראנפן, און אויך א נדבה, די פרעמדע ארימעלייט האלט ער אויס מיט אביסל עסן, און אויך מיט אביסל געלט.
אונז קליינע אינגלעך ווען מיר קומען פון חדר אריין צו לויפן אין בית המדרש ווינטער ביינאכט, טיילט ער אונז צוקערלעך, עפעלעך, און נאך נאשערייען. ער האט זיין אייגן הייזל ווי ער פירט זיך זיין בעל בית'שאפט. פון וואנען ער זאל האבן פארדינט זיין פענסיע פון די רעגירונג ווייסט קיינער נישט. טייל זאגן אז ער האט עפעס א ירושה פון א אלטע פריצטע, טייל זאגן פון דער פוילישע פאווסטאנע האט ער עפעס א מעדאל באקומען, אבער ער אליין שווייגט און וויל גארנישט זאגן וועגן דעם.
מיר עטליכע אינגלעך וואס האבן דעם ווינטער אנגעהויבן צו לערנען גמרא, און מיר פלעגן אויך יעדע נאכט פון חדר לויפן אין בית המדרש אריין, האבן מיר אויך באקומען יעדעס מאל עפעס צו נאשן פונעם אלטן לייב. מיר זענען דעמאלטס אלט געווען בערך זעקס יאר, און מיר האבן געוואלט וויסן פארוואס דער ג-ט האט געשענקט דעם אלטן לייב די לאנגע יארן? מיר האבן געלערנט אין די גמרא אז איינער האט געפרעגט ביי דעם צווייטן אלטן במה הארכת ימים, דאס הייסט מיט וואס האסטו זוכה געווען אז די זאלסט לאנג לעבן? און דער האט גענטפערט אז ער האט עפעס גוטס געטוהן, דעריבער האבן מיר אויך געוואלט וויסן וואס פאר א גוטס דער אלטער לייב האט געטוהן, וואס ער האט זוכה געווען צו אזא לאנג לעבן. אפשר וועלן מיר דאס אויך נאכטוהן און לאנג לעבן, אדער מיר וועלן זאגן דאס פאר אונזערע עלטערן אז זיי זאלן לאנג לעבן. מיר האבן עם געבעטן אז ער זאל אונז זאגן וואס ער האט עפעס געטוהן אין זיינע אינגע יארן עפעס גוטס, וואס ער האט דערפאר זוכה געווען צו אריכות ימים. אבער ער האט אונז ניסלעך און עפל געגעבן, אבער עפעס זאגן וועגן דעם האט ער נישט געוואלט, און נישט אפילו אונז גענטפערט.
אבער מיר אינגלעך זענען אויך געווען עקשנים, און מיר האבן אים געזאגט, אז מיר נעמען מער נישט ביי אים קיין זאך נישט, מיר זאגן שוין מער נישט אים א גוטע נאכט, אזוי ווי מיר פלעגן אים זאגן, מיר קומען נישט מער צו זיין טיש ווי ער זיצט, אויב ער וועט אונז נישט אויסזאגן דעם סוד פון זיין זכיה צום לאנג לעבן. אבער נאך עטליכע נאכט ווען מיר זענען געווען ברוגז מיט אים, איז ער געווארן בעסער מיט אונז, און אונז עטליכע גמרא אינגלעך צו גערופן צו זיך, ארום געזעצט נעבן זיין טיש ביי דעם אויווען, און ער האט אונז דערציילט זיין געשיכטע. איך גיב זי דא איבער אזוי ווי ער האט דערציילט:
איך בין געבליבן א יתום ווען איך בין אלט געווען צעהן יאר, "אזוי האט דער אלטער לייב אנגעהויבן זיין ערציילונג". מיין מוטער איז געבליבן מיט פיהר קינדער אן א גראשן פארמעגן. זי איז געגאנגען ארבעטן וואשן ביי פרעמדע מענטשן, אבי צו פארדינען א שטיקל ברויט פאר אירע הויז געזינד. מיט דער צייט איז זי מיין מוטער געווארן כמעט ווי בלינד אויף אירע אויגן, פון פיל וויינען.
צוויי יאר נאך מיין פאטערס טויט, בין איך געגאנגען צו א בעל עגלה אויף קעסט. איך האב דארט באדארפט געבן עסן די פערד, געבן זיי וואסער, און טוהן נאך אזעלעכע זאכן וואס מיין בעל הבית האט מיך געהייסן, דערפאר האט ער מיר צוגעזאגט אז ער וועט מיר אויסלערנען צו זיין א שמייסער ביי אים, און איך וועל מיטפארן מיט עם צוויי מאל אין דער וואך קיין לובלין, ברענגען פון דארטן סחורה פאר די קרעמערס, און איך וועל מיט די צייט ווערן א מענטש.
עס איז אוועקגעגאנגען יארן, און איך בין געווען ביי מיין בעל הבית די שמייסער. ווען איך האב עפעס פארדינט ביי די ארבעט, האב איך דאס פארדינסט באלד געגעבן מיין מוטער, און מיין מוטער האט מיר שטענדיג אנגעזאגט אז איך זאל זעהן צו זיין א איד, דאווענען, לייגן תפלין, און נישט ארבעטן אום שבת, און חלילה נישט פארן מיט די פערד אום שבת. איך האב מיין מוטער זייער ליב געהאט, און זי געהארכט אלעס וואס זי האט מיר געזאגט.
איין מאל איז דאס געווען אינמיטן ווינטער, עס איז געווען א גרויסע פראסט, א קעלט, און מיר האבן זיך געגרייט צו פארן קיין לובלין מיט סחורה. איך בין שוין געווען ביי די ארבעט צי צוגרייטן די פערד און וואגן צום פארן, און צו מיר זענען צוגעקומען צוויי אידן פרעגן צו זיי קענען פארן קיין לובלין מיט אונזער וואגן. איך האב זיי אפגעשיקט צו מיין בעל הבית פרעגן צו ער וויל זיי אויפנעמען. די אידן האבן גערעדט מיטן בעל הבית, און אים געזאגט אז זיי וועלן אים געבן וויפיל ער וויל פארן פארן, און נאך עטליכע גילדן, נאר מיט איין באדינג, אז ער זאל נישט נעמען אויף דעם וואגן היינט קיין שום פרויען, נישט אידישע נישט גויאישע. אויב ער האט שוין אפשר א נקבה אויף זיין וואגן, זאל ער דאס זיי זאגן, וועלן זיי היינט נישט פארן.
דער בעל הבית האט זיי געזאגט אז ער האט נישט קיין שום פרויען צום פארן, און זיי קענען זיין זיכער אז עס וועט אויף דעם וואגן היינט נישט זיין קיין נקיבה. די אידען האבן דעם בעל עגלה געגעבן האנט געלט, און געפרעגט ווען זיי זאלן קומען צום פארן, זיי גייען נאר נעמען זייערע פעקלעך. עס איז געבליבן אז מען וועט ארויס פארן נאך מעריב דאווענען. פארן דארף מען א גאנצע נאכט, און צו מארגענס פרי וועט מען זיין אין לובלין. איך האב מיך צו געהערט צו דעם גאנצן ביזנעס מיט די אידן, אבער דאס איז דאך נישט מיין עסק, איך דארף נאר טוהן מיין ארבעט ביי די פערד און וואגן.
אזוי ווי די אידן זענען אוועקגעגאנגען דאווענען מנחה מעריב, און נעמען זייערע פעקלעך, איז אריינגעקומען א גוי פון די שטאטישע גוים, און געזאגט דעם בעל עגלה אז זיין פרוי מוז מארגן זיין און לובלין, נייטיג, און ער וויל אז זי זאל נאך היינט פארן מיט אים קיין לובלין. דער בעל עגלה האט זיך עפעס גע'סודות'ט מיט אים שטילערהייט, און זיי האבן זיך אביסל צולאכט...... און עס איז געבליבן אז די גויע פארט מיט היינט מיט זיין וואגן, אבער די גויע מוז שוין קומען, איידער די אידן קומען מיט די פעקלעך. איך האב שוין גוט פארשטאנען וואס דא גרייט זיך, די גויע איז טאקע באלד געקומען, און מען האט איר אן געטוהן א "קאזשאך" דאס איז א גרויסע פוטער וואס פארשטעלט דעם גאנצן קערפער, און אויף די פיס וואלאקעס, און א גרויסע וואלענע פאטשיילע איבערן פנים, און זי אריינגעזעצט אין וואגן.
באלד זענען געקומען די צוויי אידן, און דער בעל עגלה האט זיי אנגעוויזן זייער ארט און דער צווייטער זייט פון וואגן. עס איז געווען נאך עטליכע פאסאדזשירן, אלע האט מען געזעצט אויף זייערע ערטער, און מיר זענען אוועק געפארן. דער בעל עגלה האט זיך גלייך געמאכט א ארט ווי צו ליגן און שלאפן, און איך האב מיך געזעצט אויף די "קעלנע" און גענומען מיין בייטש שטעקל, און מיר זענען געפארן.
עס איז געווען גוט פינסטער, שטארק קאלט, און א שניי האט אנגעהויבן צו שיטן. נאך א צוויי שעה פארן זענען מיר געקומען אין א וואלד, וואס איז גרויס פון עטליכע מייל. דער וואלד האט א שם פאר א געפערליכער ארט, עס איז דא וועלף, אין ווילדע חזרים, און נאך געפערליכע חיות, איבער הויפט ווינטער זענען די וועגן פון דעם וואלד נישט זיכער. מיר פלעגן ווי ווייט מעגליך דורכפארן דעם וואלד אביסל מיט פחד.
ווען איך בין געקומען אינמיטן וואלד, פיל איך ווי אין מיין פלייצע שטעלט מיך אפ די אידן, און זאגן צו מיר אז איך זאל אפשטעלן די פערד, ווייל זיי גייען אראפ פון וואגן, זיי וועלן דא מער נישט פארן, ווייל אויף דעם וואגן איז דא א פרוי. די ערשטע מינוט האב איך געפריווט זיי אפלייקענען די זאך אז עס איז דא א נקיבה, אבער זיי די אידן האבן אפילו נישט געוואלט הערן קיין שום זאך, נאר זיי האבן גענומען זייערע פעקלעך און זיי זענען אראפ פון וואגן. דער בעל עגלה, מיין בעל הבית האט דערהערט אז עפעס איז אויף זיין וואגן, און ער איז פון זיין געלעגער צו געקומען, און אויך געפריווט זיי איינצורעדן אז עס איז קיין שום פרוי נישטא. אבער די אלע רייד האבן נישט געהאלפן, די אידן זענען מיט זייערע פעקלעך געגאנגען צום וואלד, אפילו נישט געוואלט ענטפערן קיין ווארט, נישט געוואלט אנרירן דעם וואגן מער. די עטליכע פאסאזשירן האבן געלאכט, דער בעל עגלה האט זיי אנגערופן "אידיאטן", פאנאטיקער, און געהייסן מיר ווייטער פארן. די פראסט און די שניי האט נישט געלאזט לאנג שטיין, מען האט געמוזט פארן. דער בעל הבית איז זיך ווייטער אוועק אויף זיין געלעגער צום שלאפן, און איך אויף מיין קעלנע.
אבער נאך פינף מינוט פארן בין איך עפעס ווי צומישט געווארן, און האב אנגעהויבן איבערצוטראכטן די זאך. די צוויי אידן האבן באצאלט מער ווי מיין בעל הבית האט געוואלט, און זיך אויסגענומען אז זיי ווילן נישט פארן מיט קיין נקיבה אויף איין וואגן, און פארוואס קומט זיי אז זיי זאלן דא אינמיטן וואלד אומקומען? זיי זענען פרעמדע, דער זייגער איז יעצט פאר 12, זיי וועלן דארפן זיין אין וואלד ביז טאג, זיי וועלן זיכער דא אומקומען, דעפרוירן ווערן, אדער די ווילדע חזרים וועלן זיי הרג'ענען, און דאס וועט מען מארגן הערן אין שטאט, און מיין מוטער וועט דאס הערן, וועט זי וויינען מיט אירע בלינדע אויגן.... און ווען מיין מאמע וויינט מיט אירע אויגן, וואלט איך בעסער געשטארבן איידער דאס צו זעהן..... און איך האב מיך נישט געקענט בארוהיגן, ווייל איך בין דאך אויך אביסל שולדיג אין דעם, ווייל איך האב דאך געוואוסט דאס מען מאכט פאר א שווינדל, כדי די גויע זאל קענען פארן, און די אידן אפצונארן.
איך האב נישט פארלוירן קיין צייט, איך האב די לייצעס פון די פערד א ציה געגעבן, גענומען מיין בייטש שטעקל און די האנט, איך בין אראפ פון וואגן, צו גיין צו די אידן און זיי העלפן. מיין בעל הבית איז גלייך אראפגעשפרינגען פון זיין געלעגער, און מיך געפרעגט ווי איך וויל גיין, איך האב אים צוגעווארפן די בייטש מיינע, און נישט גענטפערט קיין ווארט, און בין אריין אין וואלד. דער וואלד איז מיר געווען גוט באקאנט, ווייל שוין יארן ווי איך פאר דא צוויי מאל יעדע וואך, אין איך האב געוואוסט יעדע וועג און שטעג, אין דעם באוואקסענעם וואלד מיט בוימער, מיין בעל הבית האט מיר נאכגעשריגן א קללה, און ער איז מיט זיין וואגן אוועק געפארן.
איך בין גלייך געגאנגען אין וואלד, צו דעם ארט ווי איך האב די צוויי אידן אראפגעלאזט פון וואגן. איך האב די אידן געטראפן גיין אין וואלד, ארום גענומען איינער מיט דעם צווייטן מיט די הענט אויף די אקסלען, און זיי האבן געזאגט, אפשר געלערנט, אדער אפשר געזאגט תהלים. זיי האבן געהערט אז מען גייט, האבן זיי זיך אפגעשטעלט, און איך בין צוגעגאנגען צו זיי, און געזאגט איך בין דער שמייסער פון דעם וואגן ווי זיי זענען געפארן. זיי האבן מיך דערקענט, און געפרעגט נאך וואס איך בין צו זיי געקומען. איך האב זיי געזאגט אז דא אין דעם וואלד איז א סכנה פאר יעדן איינעם, און נאך מער פאר זיי, איך בין א איד, און איך האב א מאמע, וואס זי איז האלב בלינד, און זי וועט וויינען אז דורך מיר וועלן חללילה אידן אומקומען. דערפאר האב איך אללעס איבערגעלאזט, און געקומען אייך ביידע העלפן, אז איהר זאלט נישט גיין אין וואלד א גאנצע נאכט. גיט מיר אייערע פעקלעך, איך בין אינג און קען זיי טראגן גרינגער ווי איהר, און האלט אייך אן און מיר, וועל איך אייך אין א שעה ארויס פירן פון דעם וואלד, אין א אידישע קרעטשמע, דארט וועט איר נעכטיגן, אינדערפרי וועט דער איד פון דער קרעטשמע אייך שוין באזארגן קיין לובלין.
איך האב די אלע ווערטער ארויס גערעדט מיט א טיף הארץ, און גיך, און מיט טרערן, ווייל איך בין געווען אויפגערעגט און נערוועז. די צוויי אידן האבן מיר פארשטאנען, די פעקלעך האבן זיי אליין געוואלט טראגן, און זיי זענען מיט מיר געגאנגען, ווי איך האב זיי געפיהרט.
אין א שעה זענען מיר ארויס פון דעם וואלד, און געקומען אויף א גלייכע וועג, אין מיר האבן דערזעהן א קרעטשמע. עס איז שוין געווען 12 אזייגער ביינאכט, דער איד פון די קרעטשמע איז שוין געשלאפן, אין דער קרעטשמע איז געווען פינסטער, איך האב אן געקלאפט, און דער איד האט געפרעגט ווער עס איז, איך האב אים געזאגט אז דאס בין איך מיט נאך צוויי אידן. דער אהרן קרעשטשמער האט מיר גוט געקענט, ווייל עטליכע מאל בין איך שוין געווען ביי אים, כאטש זיין קרעשטמע שטייט נישט אויפן וועג ווי מיר פארן.
ער האט באלד געפענט די טיר, און מיר זענען אריין אין א ווארימע שטוב. איך האב אים פארציילט די מעשה מיט די צוויי אידן. באלד איז געווארן אין שטוב טיי, מילך, און אויך אביסל בראנפן. די פרוי פון דעם קרעטשמער האט געהערט אז אזעלכע צוויי אידן זענען דא ביי איר, איז זי אויך באלד געקומען אין געמאכט עסן, און א געלעגער פאר אזעלכע גוטע פרומע אידן. וועגן פארן צומארגענס קיין לובלין דארף מען שוין נישט זארגן, ער וועט שוין זעהן אז זיי זאלן זיין צופרידן, און קומען קיין לובלין, איך האב מיינס אפגעטוהן, און באזארגט די אידן מיט א נאכט לעגער, און אלעס גוטס.
איך האב געוואלט גיין דורך דעם וואלד צו דעם דארף וואו מיין בעל עגלה וועט פאשען די פערד, און צוריק איבער נעמען מיין ארבייט אלס שמייסער. איך האב מיך מיט די צוויי אידן געוואלט געזעגענען אבער דער עלטערער איד האט ארויס גענומען געלט און מיר געוואלט געבן פאר דער טירחה און פאר דער טובה וואס איך האב זיי געטאן, אבער איך האב קיין געלט ביי די אידן נישט געוואלט נעמען, זיי האבן שוין איין מאל געגעבן מיין בעל הבית געלט, און יעצט וועלן זיי הערשט דארפן געבן נאך אמאל צו קומען קיין ליבלין, פארוואס זאלן זיי אומזינסט געבן געלט. איך האב געזאגט דעם איד אז פאר א מצוה נעמט מען נישט קיין געלט, איך האב עס געטאן פאר מיין חוב אלס איד, און פארדעם דארף איך גאר נישט נעמען. איך בין צופרידן וואס כ'האב געהאט די שכל דאס צו טאן.
דער עלטערער איד זאגט צו מיר, הער אויס אינגערמאן, דעריבער ווייל דו האסט די מצוה געטאן צוליב דיין מוטער און מקיים געווען כיבוד אם, זאג איך דיר צו אריכת ימים, דו וועסט דערגרייכן א טיפע עלטער און וועסט זיין געזונט. דער צווייטער איד, דער אינגערער, האט נאך צוגעזאגט, די ברכה פון מיין חבר איז אי"ה זיכער, דו וועסט האבן אריכת ימים, אבער אויף דער עלטער מאכט זיך אז מען מוז חלילה אנקומען צו מענטשן, אפילו צו קינדער איז זייער נישט גוט, דעריבער גיב איך אויך צו דיר א ברכה אז זאלסט האבן אין דיין עלטער פון וואנעט צו לעבן פון דיין אייגן געלט, און זאלסט נאך קענען געבן צדקה און דערהאלטן ארימע אידן פון דיין אייגנס. איך האב זיי געדאנקט פאר די ברכות, און איך בין באלד אוועק געגאנגען צו קומען צוריק צו מיין בעל הבית.
עס איז געווען אינמיטן נאכט, די קעלט און דער שניי איז געווען שטארק, איך האב געדארפט דורך גיין א שטיק וועג צו קומען צו אים, צו דעם דארף וואו מען פאשעט די פערד פון די בעל עגלות, אבער די זאך וואס איך האב אזוי גוט געטאן צו צוויי ערליכע אידן, דאס האט מיר געגעבן אזא חשק און אזא שטארקייט אז איך בין געגאנגען אין וואלד אן פחד, אן מורא, איך האב געוואוסט אז קיין שום שטערונג, קיין שום אומגליק קען מיך דא נישט טרעפן. עפעס האט זיך מיר געדאכט אז די מצוה גייט מיר נאך, און היט מיך פון אלעס שלעכטן. איך בין אינג, געזונט, און ווייס גוט דעם וועג פון וואלד, און נאך אזא גוטע טאט ווי איך האב געטאן בין איך זיכער אין מיין וועג. אזוי בין איך א האלבע שעה אין וואלד געגאנגען, און עס איז געווען נאך א האלבע שעה צו גיין.
פלוצלינג הער איך עפעס א הונט בילן, און באלד שטייט פאר מיר א מאן מיט א ביקס אויף זיינע פלייצעס, דער מאן האלט איין דעם הונט, און צו מיר זאגט ער, ווער ביסטו, און וואס טוסטו דא אין וואלד? ווי קומסטו אינמיטן דער נאכט דא אין מיין וואלד אריין?
איך האב אים געזאגט פון וואנעט איך קום און וואו איך וויל גיין, אבער דער וואלד וועכטער האט אויף מיר עפעס קרום געקוקט און מיך געפרעגט וואו זענען מיינע חברים מיט די וועגענער וואס ווילן גנב'נען האלץ. איך האב אים פארזיכערט אז איך בין נישט געקומען גנב'נען קיין האלץ, און איך האב נישט דא קיין חברים, אבער ער איז נישט געווען זיכער אין מיינע רייד, און ער האט נאכאמאל געפרעגט צי איך בין געקומען אין וואלד גנב'נען. דער וועכטער איז געווען א קליינטשיק פויערל, און א מאגערס... איך האב געהאט חשק אים צו ווייזן וואס עס מיינט זיך צו טשעפען מיט א פרעמדען מענטש... מיט איין האנט מיינע וואלט איך אים אנידער געלייגט אויף דער ערד...
אבער ווייטער מיין מצוה, מיין גוטער טאט, האט מיך אפגעהאלטן נישט צו שלאגן זיך מיט א פרעמדען מענטש, און אויך ער האט דאך א ביקס... און א הונט, און איז דאך נאר א היטער ביי זיין פריץ, ער מוז דאך זיין שטיקל ברויט היטן... איך האב געפרעגט וואס ער וויל טון מיט מיר, ער האט מיר געזאגט אז איך זאל מיט אים גיין אין זיין כאטע אריין ביז עס וועט ווערן טאג, און אכט אזייגער צופרי וועט ער מיך אפ פירן צו זיין פריץ, און וואס דער פריץ וועט מיט מיר טון איז נישט זיין עסק.. דאס איז זיין חוב, צו היטן דעם וואלד און ווען ער כאפט א פרעמדען מענטש ביינאכט, מוז ער פירן דעם מענטש צום פריץ.
איך האט גערעכענט אז עס איז גלייכער פאר מיר צו הארכן דעם מענטש און גיין מיט אים צום פריץ איידער צו מאכן א געשלעג מיט אים איינער אליין אין וואלד. איך האב איינגעשטומט צו גיין מיט אים אין זיין כאטע אריין. דער וואלד וועכטער איז געווען צופרידן ווייל ער האט אויך מורא געהאט אז איך זאל מיט אים נישט פארפירן קיין געשלעג. מיר זענען געקומען אין זיין שטיבל אין וואלד, ער האט באלד געמאכט ליכטיג און מיר געגעבן טיי, אויך ציגארעטן פון מאכארקע האט ער מיר מכבד געווען.
די רעשט פון די גאנצע נאכט זענען מיר געזעצן ביי דעם ווארעמען אויווען און זיך גוט אינטערגעהאלטן. אכט אזייגער צופרי זענען מיר געגאנגען צום הויף פון דעם פריץ וואס די וואלד איז זיין אייגנטום. דער וואלד וועכטער האט מיר געזאגט אז מיר וועלן מוזן לאנג ווארטן אין דער קיך פון הויף, ווייל ביינאכט איז דא ביים דעם פריץ געווען א האלאנקע, עס זענען געווען אסאך פרעמדע פריצים און זיי האבן פארברענגט ביז שפעט אין דער נאכט, דעריבער שלאפט נאך דער פריץ, אבער מיר מוזן זיין דארט אום אכט אזייגער ווייל אזוי איז איינגעפירט. מיר זענען געקומען אין הויף אריין און טאקע געטראפן אויפן דיל אנגעווארעמטע ציגארעטן, שפיל קארטען, ליידיגע פלעשער, און אויך שיכורים ליגן אויף די זאפעס. מיר האבן זיך געזעצט ווארטן אין קיך ביז דער פריץ וועט אונז אריין רופן.
עס האט גענומען א שטיקל צייט, און דער פריץ האט מיך מיט דעם וואלד וועכטער אריין גערופן אין זיין קאנצעלאריע, עס זענען אויך דארט געווען עטליכע געסט זיינע פריצים. דער וועכטער האט דערציילט אז ער האט מיך געטראפן גיין אין וואלד אינמיטן דער נאכט. דער פריץ קוקט מיר אן און זאגט מיר אז איך זאל אים דערציילן נאר דעם אמת.. ווי קום איך אין זיין וואלד אזוי שפעט ביינאכט? איך האב געוואוסט אז איך מוז אלעס דערציילן כדי ער זאל וויסן אז איך בין נישט געקומען גנב'נען קיין שום זאך ביי אים. מיט מיין זיכערקייט אין מיר האב איך אלעס דערציילט אזוי ווי עס איז געווען פון אנהייבן אָן ביז מיין גיין אין וואלד. איך האב נאך צוגעגעבן אז ער קען פרעגן דעם איד פון דער קרעטשמע אהרו וועט ער זאגן צי אלעס איז אמת, ווייל ביי אים נעכטיגן די צוויי אידן.
די אנדערע פריצים וואס זענען אויך געווען אין דער קאנצילאריע און האבן געהערט די געשיכטע פון די אידן וואס האבן נישט געוואלט פארן מיט א נקבה, האבן מיט א גרויס געלעכטער ארויס געזאגט עטליכע זייער מיאוסע ווערטער... און געמאכט שפאס פון די נארישע אידן. אבער דער פריץ איז געזעצן און זיך גוט צוגעהערט וואס איך האב געזאגט, און ווייזט אויס שוין געזען אז קיין גנב האט ער נישט דא פאר זיך. נאך מיין דערציילן, פרעגט ער מיר צי די אידן האבן מיר כאטשיג געגעבן עפעס געלט פאר דעם? איך האב אים געזאגט אז ער האט מיר געוואלט געבן געלט אבער איך האב דאס נישט געוואלט נעמען ווייל איך האב געטאן מיין חוב צו פרעמדע מענטשן און פאר אזא זאך נעמט מען נישט ביי אונז אידן קיין געלט... אבער די צוויי אידן האבן מיר אנגעוואונטשן אז איך זאל לאנג לעבן און דאס איז ביי מיר גענוג.
די אנדערע פריצים האבן הערשט יעצט ארויס ארויס מיט א געלעכטער, דו נארישער איד, האבן זיי געלאכט, אז דו וועסט קראנק ווערן און שטארבן וועסטו גיין צו די אידן מאנען דיינע יארן? א גלאפיע דזשיד וואס דו ביסט. איין פריץ האט זיך אנגערופן אז די אידן קען מען נישט פארשטיין, טייל מאל זענען זיי נאר פאר געלט צו פערדינען, זיי קענען פארקויפן זייער טאטע מאמע פאר געלט, און טיילמאל זענען זיי געטריי זייערס א זאך מיט זייער גאנץ לעבן, און קיין שום געלט וועט זיי נישט אפקויפן. דער פריץ איז געזעצן די גאנצע צייט און נישט גערעדט קיין ווארט, מיך גוט אנגעקוקט געפרעגט מיך ווי איך הייס מיטן נאמען, איך האב אים געזאגט מיין נאמען איז לייב מארדקאוויץ. ווי אלט ביסטו? איך האב אים געזאגט אז איך בין אלט 18 יאר. הער אויס, האט דער פריץ געזאגט, אין 62 יאר ארום ווען דו וועסט לאנג לעבן אזוי ווי די אידן האבן דיר צוגעזאגט, דו וועסט אלט ווערן 80 יאר, זאלסטו מיט דיין מעטריקע קומען אין דעם מיינים מאיאנטיק אריין, און דו וועסט דא באקומען פינף טויזענט רובל בארעס געלט פון מיין פארמעגן, עס איז גאנץ צי איך צי מיינע יורשים אדער גאר א גאנץ פרעמדער וועט זיין דער בעל הבית פון די פעלדער, וועלדער און הייזער, די סומע וועט זיין פארשריבן אויף דעם אייגענטום וואס עס איז דא יעצט אין מיין רשות, און דאס קען קיינער נישט צונעמען. די פעלדער, דער וואלד, דער גאנצער מאיאנטיק איז דאס שולדיג דיר, און דו וועסט עס באקמען ביי דיינע 80 יאר, אבער געדענק אז נישט דיינע קינדער, נישט דיינע אייניקלעך, נישט קיין שום אנדערער מענטש קען די סומע באקומען, נאר דו אליין ווען דו וועסט ווערן 80 יאר אלט, ביז די 80 יאר דארפסטו נישט דא קומען וויל דו וועסט דא גארנישט קריגן.
די פריצים וואס זענען דערביי געווען האבן מיט א גרויס געלעכטער אויפגענומען די ווערטער פון דעם פריץ, געמיינט אז ער מאכט א שפאס מיט דעם איד, און זיי האבן אים געזאגט אז ער איז א חכם... אויך איך בין געשטאנען אין געטראכט אז ער מאכט אביסל חוזק פון מיר, און דאס איז דאך די טבע פון די פוילישע פריצים. איך האב שוין געוואלט פטור ווערן פון דעם גאנצן עסק, און גיין צוריק צו מיין ארבעט ביי די פערד פון מיין בעל הבית, וואס ער ווארט זיכער אויף מיר, די גאנצע זאך פון דעם פריץ איז מיר אפילו נישט אריין געגאנגען אין געדאנק, איך בין א אינגל פון 18 יאר, איך האב פאר מיר נאך א וועלט צו לעבן, דארף איך קלערן וואס עס וועט זיין אין 62 יאר ארום? איך האב געבעטן דעם פריץ אז ער זאל מיך באפרייען, איך וויל גיין צוריק צו מיין ארבעט קיין לובלין וואו דער בעל הבית ווארט זיכער אויף מיר.
דער פריץ איז אבער געווארן ערענסט אין דער זאך, און האט געזאגט צו די פריצים און צו מיר, מיינט נישט אז איך מאך עפעס א שפאס מיט די ווערטער, די פינף טויזנט רובל. ניין, איך מיין עס גאנץ ערענסט, אבי עס זאל מקוים ווערן די ווערטער פון די צוויי אידן וואס האבן אים געוואונטשן אז ער זאל לאנג לעבן, וויל איך אויך זיין א שותף צו דער ברכה, און איך וויל אז מיין פארמעגן זאל צוהעלפן צו דער זאך... און צו מיר האט דער פריץ געזאגט, אז מיר אללע וועלן יעצט פארן קיין לובלין צום "נאטאראס" אין וועט פארשרייבן אין די אקטען אז עס זאל אזוי בלייבן געשריבן פון מיר. איך האב דאך אויך געוואלט זיין אין לובלין, ווייל מיין בעל הבית איז דאך שוין זיכער דארט מיט זיין וואגן, בין איך געווען צופרידן צו פארן מיט דעם פריץ, כאטש איך בין אין גאנצן מיט זיין פלאן נישט געווען אינטערסירט. כ'האב עס דאך געהאלטן פאר א וויץ דורך די פריצים.
באלד איז געשטאנען פאר דער טיר א ברישצקע מיט צוויי גוטע פערד, און מיר זענען געפארן קיין לובלין. די ברישצקע מיט די צוויי שיינע און גוטע פערד האבן מיר געגעבן חשק צו ווייזן דעם פריץ וואס איך קען, איך בין דאך א שמייסער פון פערד, האב איך געבעטן דעם פארמאן אז ער זאל מיר ערלויבן צו טרייבן די פערד. אין א שעה זענען מיר געווען אין לובלין ביי דעם נאטאראס, דער פריץ האט געבעטן נאטאראס אויף זיכן זיינע אקטען פון זיין גיט, און צושרייבן א אקט אז דאס גיט איז מחייב צו געבן דעם מאן לייב מארדקאוויץ אין דעם און דעם יאר, פינף טויזענט רובל, אויב ער וועט לעבן און מיט ברענגן זיין מעטריקע. דער נאטאראס האט דאס געמאכט און דער פריץ מיט צוויי עדות פון די פריצים און אויך איך האבן דאס אונטער געשריבן, דער פריץ האט באצאלט דעם נאטאראס און מיר האבן זיך געזעגנט. איך האב אפילו נישט געזאגט קיין דאנק פאר דעם פריץ, איך בין גלייך געלאפן צו דעם ארט ווי מיין בעל הבית שטייט דארטן מיט זיין פערד און וואגן.
ווען דער בעל הבית מיינער האט מיך דערזעהן איז ער געווען זייער צופרידן, ווייל ער אליין האט נישט געקענט באדינען די פערד, אדער נישט געוואלט ארבעטן. ער האט מיך געפרעגט וואו איך בין געווען. איך האב אים געזאגט אז איך בין געגאנגען באזארגן די צוויי אידן אז זיי זאלן נישט אומקומען... ער האט מיר גארנישט געזאגט נאר מיר איבערגעגעבן צוריק מיין ארבעט. עס ווייזט אויס אז ער איז אויך געווען צופרידן וואס די אידן האבן געהאט ווער עס זאל זיך זארגן פאר זיי. וועגן דעם פריץ מיט זיינע טויזענטער האב איך אים אפילו נישט דערציילט, ווייל עס האט ביי מיר נישט געהאט קיין שום ווערד.
איך בין צוריק געווארן א שמייסער... די יארן זענען דורך געגאנגען, איך האב חתונה געהאט, געהאט קינדער, אליין געווארען א בעל עגלה מיט מיינע אייגענע פערד און וואגן, חתונה געמאכט די קינדער, געהאט אייניקלעך, די קינדער זענען אויך געווארן בעל עגלות, די צייט איז געווען אמאל גוט און אמאל נישט אזוי. די יארן זענען אזוי דורך געלאפן ביז איך בין געווארן א איד פון 80 יאר, איך האב איבערגעגעבן מיין ארבעט פאר מיין זון, און איך האב גערעכענט אויסצולעבן די רעשט פון מיינע יארן ביי מיינע קינדער, און אביסל זיי נאך צוהעלפן מיט מיין בעל עגלה'שאפט. מיט איין מאל באקום איך פון "מאגיסטראס" א פאפיר אז איך זאל מיט מיין מעטריקע קומען אין דעם דארף וואו עס איז דא א רוסישער פארוואלטער אין דעם גיט וואס האט אמאל געהערט צו א פוילישן פריץ, ווייל אין דער צייט איז געווען א פוילישער אויפשטאנד... און דער רוסישער צר האט די פוילישע פריצים וואס האבן אנטייל גענומען אין דעם אויפשטאנד, א טייל אויס גע'הרג'עט און א טייל פארשיקט קיין סיביר און צוגענומען זייערע גיטער און אריינגעזעצט זיינע אייגענע פארוואלטער. איך האב באקומען דאס פאפיר און נישט געוואוסט פארוואס איך דארף מיך שטעלן אין דעם דארף, איך האב נישט אנגעהויבן צו געדענקן פון דער גאנצער מעשה מיט עטליכע זעכציג יאר צוריק, איך האב געטראכט אז עס איז זיכער עפעס א טעות אין מיין נאמען, מען מיינט נישט מיך. אבער ביי דעם בארמיטש פון מאגיסטראס איז געווען א באפעל אז איך זאל קומען, און איך האב געמוזט פארן אין דעם דארף.
מיין זון איז מיט מיר מיטגעפארן און ווי נאר איך בין אנגעקומען אין דעם הויף האב איך מיך דערמאנט אין דער גאנצע געשיכטע וואס איז דא פארגעקומט מיט 62 יאר צוריק, איך האב אלעס געדענקט ווי גלייך עס איז געווען נעכטן, איך האב יעצט אלעס דערציילט פאר מיין זון און געוואוסט נאך וואס מען רופט מיך. מיר זענען אריין געגאנגען אין דער קאנצילאריע פון דעם פארוואלטער און געמאלדן אז מיר זענען געקומען. דער פארוואלטער איז געווען א פראפעסער פון פעטערבארג, ווייל דאס גיט איז געוואן א אגראר שאלע פאר סטודענטן, עס איז געווען אסאך וואלד און עס איז געווארן א וואלד אינסטיטוט... דער פראפעסער האט אונז אריין גערופן אין זיין קאבינט און מיך געפרעגט מיין נאמען און געפאדערט מיין מעטריקע, איך האב אים דאס געגעבן.
דער פראפעסער זאגט מיר אז דא אין די ביכער פון דעם גיט איז פארשריבן אז דו דארפסט באקומען היינט ווען דו ביסט אלט געווארן 80 יאר, דאס איז היינטיג יאר, דארף איך דיר געבן פינף טויזנט רובל און דאס געלט איז גרייט פאר דיר, ווייל דער מאיאנטיג איז דאס דיר שולדיג, און דאס מוז ווערן געצאלט. דער פריץ וואס האט דאס אונטער געשריבן לעבט שוין נישט, אבער דו קומסט מיט דיין מעטריקע מוז איך דיר דאס אויס צאלן, איך גיב עס דיר נאר אויב דו ווילסט מיר דערציילן פון וואנען נעמט זיך אזא חוב פון אזויפיל יארן? עס מוז דאך זיין עפעס אינטערעסאנט וואס אזויפיל יארן איז דיר געקומען אזא חוב און דו ביסט אפילו נישט איין מאל געקומען עפעס נעמען פאר דעם? און צי דו האסט אמאל טאקע אים געלייעט? און צי דו האסט טאקע אמאל אים דעם פריץ געלייעט אזויפיל געלט? איך בין זייער נייגעריג צו וויסן, אויב דו ווילסט מיר דאס דערציילן.
איך האב נישט געהאט קיין שום אינטערעסע צו באהאלטן עפעס פון דער זאך, און איך האב דעם פראפעסער דערציילט די גאנצע געשיכטע מיט די צוויי אידן וואס האבן נישט געוואלט פארן אויף א וואגן וואו עס איז געווען פרויען, און ווי איך האב זיי געהאלפן, און זיי האבן מיך געבענטש אז איך זאל לאנג לעבן, און דער פריץ האט מיר אליין געגעבן די סומע געלט אויב די ברכות פון די אידן וועט מקוים ווערן, און ער וויל זיין א שותף צו דעם...
דער פרעפעסער האט אויסגעהערט די גאנצע געשיכטע און ער האט ארויס גענומען פון זיין קאסע א פעקל מיט הינדערטער רובל'ס און עס אוועק געלייגט נעבן מיר און געזאגט, דאס איז דיין געלט, דא איז דא פינף טויזענט רובל, קענסט עס נעמען, עס איז דיין, אבער אזוי ווי דו האסט דערציילט די געשיכטע, איז די גאנצע מעשה געשען אין איינציגע 12 שעה, און עס איז אינגאנצן מקוים געווארן אזוי ווי די אידן האבן געזאגט, וואלט איך אויך געוואלט מיט עפעס צוהעלפן פון דער מיסטערישע זאך. ער האט געזאגט, איך ווייס אז דו וועסט נאך לאנג לעבן, דער איד האט דיר געוואונטשן לעבן, דו וועסט נאך לעבן איבער די הונדערט יאר, דעריבער וואלט איך געוואלט אז דו זאלסט זיין פארזיכערט אויף דיין גאנץ לעבן מיט אלעס וואס א לעבעדיגער מענטש דארף האבן, זאלסט נישט דארפן אנקומען צו קיין מענטש. די פינף טויזנט רובל איז טאקע א גרויסע סומע געלט, און דאס איז די געפאר פאר דיר, די קינדער, אייניקלעך, און אויך פרעמדע מענטשן וועלן וויסן אז ביי דיר איז דא אזויפיל געלט... און דאס קען ברענגן צו נישט גוטע זאכן, מען קען עס ארויס גנב'נען, און נאך פארשידענע אומגליקן, אלזא הער צו וואס איך וועל דיר זאגן, איך גיב דיר יעדן חודש א פענסיע פון 30 רובל, דאס איז פראצענט פון דיין געלט, דאס געלט איז פאר דיר אדער פאר דיינע יורשים אפצונעמען צו יעדער צייט אזוי אז דו וועסט זיין זיכער מיט דיין אויסהאלט פון דיין לעבן, זאג דאס דיין זון, און אויב איר ביידע וועט איינשטימען צו דעם וועל איך עס דא איינשרייבן און וועסט באלד באקומען פאר א חודש פענסיע, איך בין א פארוואלטער און נעם אויך נישט מער ווי 30 רובל געהאלט.
אזוי ווי דער פראפעסער האט גערעדט די ווערטער, איז מיר אויף מיין זינען באלד געקומען די ווערטער פון דעם צווייטן איד וואס האט מיר געזאגט אז איך זאל האבן די גאנצע צייט מיין פרנסה און נישט דארפן אנקומען צו די קינדער און נישט צו קיין אנדערע מענטש, און נאך קענען געבן צדקה פאר אנדערע, מיין זון האט אויך צוגעשטימט דערצו און מען האט אנגעשריבן א פאפיר אז איך וועל באקומען ווי לאנג איך וועל לעבן פון מאגיסטראט א פענסיע פון 30 רובל א חודש, און די פינף טויזענט רובל וועט בלייבן דא אלץ א חוב פאר מיינע יורשים. איך האב באקומען פאר דריי חדשים 90 רובל און מיר זענען צוריק אהיים געפארן. פון דעמאלטס אן באקום איך יעדן חודש מיין פענסיע פון 30 רובל. עס איז שוין מער ווי 20 יאר וואס איך באקום מיין געלט און איך וויל מקיים זיין די וועטער פון דעם איד אז איך זאל אויך קענען געבן צדקה, דעריבער גיב איך אייך קינדער יעדן נאכט ווען איר קומט פון חדר, גיב איך אייך אביסל צו נאשן, און אויך פאר די אלטע אידן, ארימעלייט גיב איך צו ניסלעך, געלט, עסן, און וואס עס איז נאר מעגליך.
אט די מעשה האט אונז אינגלעך דערציילט דער אלטער ר' לייב, און מיר זענען געזעצן מיט פארפלאמטע בעקעלעך און אויסגעהערט זיין געשיכטע פון זיין לאנג לעבן, און מיר האבן שוין יעצט געוואוסט במה הארכת ימים, פארוואס ער האט זוכה געווען צו א לאנג לעבן.
מיט יארן שפעטער האט מיין זיידע מיר דערציילט אז דער עלטערער איד פון די צוויי אידן וואס האבן געגעבן ר' לייב'ן די ברכה פון אריכת ימים, איז געווען דער רבי פון לובלין וואס מען האט אים גערופן דער "חוזה".