Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » האט איר שוין אמאל געטראפן א...

האט איר שוין אמאל געטראפן א...

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10554
זונטאג מאי 29, 2016 10:39 pm#335131
האט איר שוין אמאל געטראפן א...
א פאמעליכע גוגל סורטש?

א גוזמא וואס איז נישט "ממש"?

א מת וואס איז נישט געווען קיין עסקן?

א מרביץ תורה וואס איז נישט חשוב?

א צוועק וואס איז נישט וויכטיג?

א געשעפט וואס איז נישט די ביליגסטע?
זונטאג מאי 29, 2016 10:48 pm#335136
א רבי וואס איז נישט נעתר לבקשתינו צו קומען באזוכן?
זונטאג מאי 29, 2016 11:08 pm#335144
א פאבליק בית כסא וואס איז נישט אנגעפישט

א מקוה וואס האט נישט קיין האר אויף די ווענט

א קליין קינד וואס איז נישט cute

א שידוך וואס איז נישט פאסיג

א רעביש קינד וואס ארבעט

א ארץ ישראלדיגע יוד וואס גייט נישט נאך געלט
זונטאג מאי 29, 2016 11:29 pm#335147
א גענצליך ריינע האנטוך אין מקוה..
זונטאג מאי 29, 2016 11:46 pm#335148
סמבטיון האט געשריבן:א גענצליך ריינע האנטוך אין מקוה..


מיטאמאל א 'גאנצליך' האנטוך קען מען טרעפן
מאנטאג מאי 30, 2016 12:06 am#335152
.
מאנטאג מאי 30, 2016 12:25 am#335156
שמעון וואלף האט געשריבן:
סמבטיון האט געשריבן:א גענצליך ריינע האנטוך אין מקוה..


מיטאמאל א 'גאנצליך' האנטוך קען מען טרעפן

נו. איהר קענט מנדב זיין א 100 האנטוכער פאר די מקוה פונ'ם הוידו-נאנאשער רעבי'ן זכותו יגון עלינו...!
מאנטאג מאי 30, 2016 7:33 am#335183
Re: האט איר שוין אמאל געטראפן א...
אומגעשמאקע מחנך

פארשטענדליכע טאטע

באם מיט א בארד

טלית קטן אן א פלעק

טייערע זייגער וואס ארבעט

די מחותן ביי א חתונה
מאנטאג מאי 30, 2016 8:45 am#335190
Re: האט איר שוין אמאל געטראפן א...
די וועלט זאגט אז דריי זאכן זיך מען אבער מען וויל נישט טרעפען
1)חמץ אין פסח
2) וערים אין פירות
3) א איידעם א תלמיד חכם...


Sent from my iPhone using Tapatalk
מאנטאג מאי 30, 2016 10:10 am#335216
א חתן נישט קיין ת"ח

א כלה נישט קיין מהוללה

א נפטר א גנב
מאנטאג מאי 30, 2016 10:12 am#335217
Re: האט איר שוין אמאל געטראפן א...
65th האט געשריבן:די וועלט זאגט אז דריי זאכן זיך מען אבער מען וויל נישט טרעפען
1)חמץ אין פסח
2) וערים אין פירות
3) א איידעם א תלמיד חכם...


Sent from my iPhone using Tapatalk

ווערים אין פירות וויל מען נישט טרעפן? הלוואי...
מאנטאג מאי 30, 2016 1:12 pm#335288
mevakesh האט געשריבן:
65th האט געשריבן:די וועלט זאגט אז דריי זאכן זיך מען אבער מען וויל נישט טרעפען
1)חמץ אין פסח
2) וערים אין פירות
3) א איידעם א תלמיד חכם...


Sent from my iPhone using Tapatalk

ווערים אין פירות וויל מען נישט טרעפן? הלוואי...

ס'ווענדט זיך ווער...!
די רבנים פון כולל ---- זוכן דאך אייביג פרישע סחורה....אייער, טשיקנס, האט-קאפס, סטראבעריס, ועוד ידם נטויה...!
מאנטאג מאי 30, 2016 1:22 pm#335294
און אויב זיי טרעפן נישט, מאכן זיי אייגענע ווערים.
מאנטאג מאי 30, 2016 1:34 pm#335297
Re: האט איר שוין אמאל געטראפן א...
יואב האט שוין פותר געווען. ס'איז דא א ביזנעס פון אימפארטירען ווערים

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
מאנטאג מאי 30, 2016 3:54 pm#335325
א אדמור א תלמיד חכם.

א רבישע טווערסקי טייטעלבוים האגער האראוויץ אן קיין אויסגעצאלטע הויז/פאלאץ
מאנטאג מאי 30, 2016 4:07 pm#335327
יא
מאנטאג מאי 30, 2016 4:08 pm#335328
א בעל דרשן וואס האט זיך פארגעקוקט
מאנטאג מאי 30, 2016 5:35 pm#335363
א נפטר-

וואס איז נישט געווען זהיר אין קדושת ביהמ"ד?

וואס האט נישט מקבל געווען יסורים באהבה?
דינסטאג מאי 31, 2016 10:17 pm#335602
Re: האט איר שוין אמאל געטראפן א...
א אייטעם אויף סעיל ווען איך דארף וויכטיג דעם אייטעם
מיטוואך יוני 01, 2016 3:54 pm#335781
mevakesh האט געשריבן:
65th האט געשריבן:ווערים אין פירות וויל מען נישט טרעפן? הלוואי...


שמעתי אז די רבנים גייען אויף די סדר פון אלף בית און זיי אסערן צוליב ווערים

לדוגמא
א'ייער
ט'רויבן
ס'טראבערי
ס'עלערי
ר'עזבערי

אך און ויי ווען זיין וועלן אנקומען צו ת'
מיטוואך יוני 01, 2016 10:48 pm#335884
וועט מען פריש אנהייבן פון אלף
דאנערשטאג יוני 02, 2016 1:28 pm#335995
א געשעפט אדער קאמפאני וואס שטעלט אייך נישט צו "די שנעלסטע סערוויס" און "בעסטע קוואליטעט"

אן עושר וואס האט נישט "תורה וגדולה" במקום אחד

א שנארער (ווי משוגע ער זאל נישט זיין) וואס זאל רייך צוריקגעבן צופיל change פון אייער דאלער

"נאטורליכע טראפן" און "ווינדערבארע געשפריצן" וואס קענן נישט היילן "אלעס" אנגעהויבן פון א קליין פימפל, ווארצל, שניט, באאבאא, און געענדיגט ביי הארץ פעלערס און יענע מעשה רח"ל

א אדמו"ר וואס איז נישט א "גאון" ווי אויך א "קדוש" אינאיינעם
דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:45 pm#336030
א רבי וואס איז נישט א גנב

א רבי וואס איז נישט א רשכב"הג

א סאקמערע וואס האלט אז חוץ די רעבא זחיסע יאגאן אאלייני זענען אויך געוועהן אנדערע צדיקים
דאנערשטאג יוני 02, 2016 3:16 pm#336033
א צוריקגעצויגענע לייק...
דאנערשטאג יוני 02, 2016 6:25 pm#336078
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:א סאקמערע וואס האלט אז חוץ די רעבא זחיסע יאגאן אאלייני זענען אויך געוועהן אנדערע צדיקים


Seems that to much Tzvibele Kigele
bring stomach aches
דאנערשטאג יוני 02, 2016 10:22 pm#336130
א סיאנא אהן לעדערנע זיצן...

א סבורבון אהנע בליצערלעך....
דאנערשטאג יוני 02, 2016 10:25 pm#336132
א תגובה פון @berlbalaguleh אנע :roll: :lol: :D ?

א תגובה פון @שש משזר מיט גראמאטיק טעותים ?
מיטוואך יולי 06, 2016 10:22 am#340557
א רעבע אן א קעדילעק
דאנערשטאג יולי 07, 2016 6:09 am#340763
אברך משי האט געשריבן:
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:א סאקמערע וואס האלט אז חוץ די רעבא זחיסע יאגאן אאלייני זענען אויך געוועהן אנדערע צדיקים


Seems that to much Tzvibele Kigele
bring stomach aches

vt xyuy uuhh