Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » כשר עסן אין די גאנצע וועלט

כשר עסן אין די גאנצע וועלט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10558
מאנטאג מאי 30, 2016 5:09 pm#335353
כשר עסן אין די גאנצע וועלט
עס איז יעדעם גיט באקאנט די פראבלעם ווען מען וויל פארן ערגעץ וואקאציע ווי עס איז נישט דא קיין אידישע קהילה, אוכל מנלן ? ווי נעמט מען כשר עסן,
נאך וואס זייער אסאך ישראלים האבן די פראבלעם, בפרט די אלע וואס פארן קיין נעפאל אדער אינדיע וכדו' און זיי ווילן בלייבן עסן כשר'ס, האט א איזראעילי געעפנט א ביזנעס ווי מען קען ארדערן פרישע כשר'ע עסן ווי איר זענט נאר אויף די וועלט,
פארשטייט זיך אז איר דארפט צאלן שיפינג, און די פרייז ווענדט זיך ווי ווייט די רעסטוראנט פון ווי די עסן קומט איז, אבער אין גאר אסאך פלעצער איז עס נישט אזוי געפערליך טייער בפרט נאכן עסן א תקופה נאר פון קענס און מען איז מוכן צו צאלן פאר א פריש שטיקל בשר,
אזוי אויך קען מען זיך איינשרייבן צו ווערן א סופלייער ,
דא האט איר די וועבסייט,
אפשר וועט עס אייך צוניצקומען איין טאג.
מאנטאג מאי 30, 2016 5:15 pm#335356
גיטע ביזנעס איידיע.
מאנטאג מאי 30, 2016 10:17 pm#335427
זייער א גוטע געדאנק, די שאלה איז נאר ווי גרויס עס איז דער פארלאנג דערפאר.

מיינסטענס די וואס זענען מקפיד אויף גלאט כשר א. ד. ג. גייען צו די פלעצער אין טשיינע אדער אינדיע ווי עס זענען דא חב"ד הייזער מיט פרישע הייסע מאכלים צו די האנט.