דאנערשטאג יוני 02, 2016 1:55 pm#336008
ווי אלט דארף מען זיין צו זיין פאררעכנט ווי א "מענטש"
אין אמעריקע איז דא א פייערדיגע דעבאטע צווישן די רעכטע און לינקע בנוגע "אבארשן". צי זאל מען לאזן פרויען אבארטן אן עיבור וואס געפונט זיך ביי זיי, צי נישט. די רעכטע, הויפטזעכליך קריסטן, שטיצן דעם געדאנק פון זייער רעליגיע אז דער עיבור באקומט דעם שוויות פון א "מענטש" פון "קאנסעפשאן" - דאס הייסט די רגע וואס דער "פיטוס" פאנגט זיך אן צו אנטוויקלען בלויז שעות נאכ'ן געשלעכטליכן אקט.
לויט זיי באקומט די צוזאמענשטעל פון דעם זכר'ס ספערמע און די נקיבה'ס ביצה א באלדיגן חלק אלוק ממעל, און זיין הפלה דארף פאררעכנט ווערן פונקט ווי מארד. די וואס זענען מער לינק האלטן אז אן עיבור איז נישט קיין מענטש, און האבן פארשידענע מיינונגען באזירט אויף סייענס און געפילן ווען דער עיבור קען שוין פאררעכנט ווערן ווי א מענטש, און ווען עס באקומט רעכטן ווי א מענטש. מאנכע האלטן אז נאך א סכום פון חדשים במעי אמו, ווען דער עיבור באקומט שוין א צורה פון א מענטש און האט שוין די מעגליכקייט פון לעבן אויב מ'נעמט עס ארויס, ערשט דאן הייסט עס א מענטש און מ'טאר דאס נישט "ערמארדן". אנדערע האלטן אז דער עיבור הייסט נישט קיין מענטש ביז'ן געבורט ממש.
רעליגיעזע אידן האבן א גאנץ מעסיגע שטעלונג אין דעם ענין. לויט חז"ל אין מס' יבמות איז אן עיבור אין די ערשטע וואכן "מיא בעלמא" - בלויז וואסער, און אוודאי איז נישט דא קיין שום פראבלעם צו אבארטירן וואסער. אפילו שפעטער אין די ימי העיבור איז הלכה אין מס' נדה היבש לינק מיט'ן דערקלערן אז אן עיבור האט נישט די זעלבע רעכטן ווי א "מענטש", און חז"ל טוען טאקע אייביג הייבן די מאמע'ס רעכטן איבער דעם עיבור'ס. אפילו סעקונדעס פאר'ן געבורט, פסק'ענען חז"ל אין מס' אוהלות, "האשה שהיא מקשה לילד, מחתכין את הוולד במעיה ומוציאין אותו איברים איברים, מפני שחייה קודמין לחייו." צו דעם האבן די פוסקים שעפעריש דערקלערט אז אין יעדן פאל פון א סכנה קען דער עיבור פאררעכנט ווערן ווי א "רודף" אויף דער מאמענ'ס לעבן, און דערפאר מעג מען עס אומברענגען. דער דאזיגער "לופהאול" גיט פאר פוסקים בויגזאמקייט צו קענען מתיר זיין אבארשן אין פילע פעלער.
אבער לאמיר די אלע שיטות לייגן אין א זייט. לאמיר פרובירן אליין צו דערשפירן, ווען ווערט א מענטש א מענטש? דאס קינד וואס איז נאך במעי אמו און 10 מינוט שפעטער איז שוין אינדרויסן, האט זיך גארנישט געטוישט אין דורכאויס דעם געבורט. טא, וואס מאכט עס יעצט פאר א מענטש? און לאמיר טראכטן אין א פאל וואס א בעיבי וואס איז צוויי טאג אלט באדראעט דעם לעבן פון א 15-יעריג בחור. איז נישט גאנץ קלאר אז דעם בחור'ס טויט איז פיל ערגער ווי דעם קינד'ס? דער בחור איז א בר שכל, אנטוויקלט, האט קשרים און שייכות אין דער וועלט, משא"כ דאס בעיבי איז גארנישט אנדערש ווי א קוים-געבוירענע בהמה, און אפילו דער צער פון די עלטערן וועט נישט זיין אזוי גרויס.
אפשר קלונגט עס ראדיקאל, אבער אין מיינע אויגן איז א מענטש א מענטש ווען ער האט שוין דעם מותר האדם מן הבהמה. א בעיבי פאנגט אן צו ווערן א מענטש ביי די זעקס חדשים ווען עס פאנגט אן צו האבן א שייכות מיט די עלטערן, און פאנגט אן ווייזן סימנים פון אינטעליגענץ. אפילו דאן קען מען דן זיין צי עס איז שוין אין כלל פון א מענטש און צי מ'קען נישט ווארטן נאך א יאר ביז עס קומט צו צו א מער באדייטפולן שטאפל פון אינטעליגענץ און קאמוניקאציע.
דער שרייער וועט שרייען אז מיר גייען דא אויף א שרעקליך סכנה'דיגן וועג. אויב ווילן מיר דן זיין אויף דעם שטאפל פון אינטעליגענץ, זאלן מיר דוחה זיין נפש מפני נפש אויב ס'איז א קינד פון 5 יאר לעומת א מענטש פון 25 יאר? אויב זאלן מיר אנפאנגען שאצן וועלכער מענטש איז ווערד באטראכט צו ווערן ווי א "מענטש", וועלן מיר צוקומען צו קענען טאלערירן מערדער וועלכע קומען מיט תירוצים אז יענער איז נישט געווען מער ווי א בהמה.
אלזא איך שלאג נישט פאר אז די געזעצן פון לאנד זאלן געטוישט ווערן. עס איז מסתמא וויכטיג אז דאס געזעץ זאל באטראכטן דעם מארד פון אן איין-טאגיקן בעיבי פונקט ווי דעם מארד פון א 30-יעריגן מענטש, אבער איך פרעג דא די פראגע אז יעדער זאל פאר זיך טראכטן: ווען ביסטו באקוועם צו דערקלערן א מענטש פאר א מענטש?
וויאזוי קען מען דאס שאצן? ווען איז דאס נוגע?
לאמיך אייך פרעגן אזוי: וואס איז אויב א בעיבי פון א טאג אלט דארף א נירן-איבערפלאנצונג - וואלט איר מנדב געווען אייער ניר? איך קען אייך זאגן בפה מלא אז איך וואלט נישט מנדב געווען מיין ניר. איך האלט נישט אז מ'דארף אנווענדן יעדן מיטל אין דער וועלט צו ראטעווען א בעיבי וואס האט זיך נישטאמאל אנגעהויבן אנטוויקלען. ווי אלט יא? 6 חדשים, 18 חדשים, דריי יאר? כ'ווייס אליין נישט. דאס איז ביי מיר ברור אז יעדער מענטש פון 2.5 יאר אלט און עלטער (חוץ גאר אלטע מענטשן) האט ביי מיר דעם זעלבן שוויות, און כ'וואלט פאר זיי אלע אנגעוואנדן יעדן מיטל וואס איך קען צו ראטעווען זייער לעבן - אריינגערעכנט מנדב זיין מיין ניר. אבער אונטער 2.5 יאר ווייס איך נישט וואס איך האלט געטון. כ'בין שטארק נוטה אז פאר א 2-יעריג קינד וואלט איך יא געגעבן א ניר. אבער וואס איז אויב כ'האב אן אויסוואל צווישן א 2-יעריג קינד און א 12-יעריג קינד? כ'מיין אז כ'וואלט ענדערש געגעבן פאר דעם עלטערן.