Under maintenance
הויפט זייט » לחיים! וויין, און אנדערע אלקאהאלישע משקאות, והמסתעף

לחיים! וויין, און אנדערע אלקאהאלישע משקאות, והמסתעף

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1060
מיטוואך יולי 11, 2012 10:30 am#23301
לחיים! וויין , און אנדערע אלקאהאלישע משקאות, והמסתעף
וויין, ויין ישמח לבב אנוש,

משקה קען צוניץ קומען אסאך מאל, אמאל מען האט א דאגה אדער עפעס דריקט אויפען געוויסן וואס מען קען נישט גלייך עפעס טוהן דערצו עס זאל אוועקגיין אינגאנצן, נו מען מאכט א לחיים, אין ס'קען גרינגער מאכן אויפן הארצן.

ס'דא וואס שרייען אז אלקוהול איז נישט געזונט, איך האלט אז ס'זייער מעגליך זיי זענען נישט גערעכט, יא די קאמערציעלע וויין וואס מען לייגט צי סאלפיט'ס איז טאקע א פראבלעם ווייל די סאלפיט הרג'ט די וויין, ווייל ס'הרג'ט די באקטעריע וואס מאכט די וויין, אין בכלל סאלפיטס איז נישט געזונט, אין לכאורה די באקטעריע העלפט אויך צו צו פארדייען די וויין (אזוי מיין איך),

אבער גוטע וויין אדער אנדערע משקאות אן די קעמיקאלען, ווען מען ציהט נישט איבער די שטריקל, איז לכאורה נישט קיין פראבלעם פאר די געזונט.

אינדערהיים פלעגט מען טרינקען מעיד, דאס איז א אלקאהאלישע געטראנק געמאכט פון האניג אין וואסער, ס'זייער גרינג עס צו מאכן, מען מישט אויס נישט פעסטארייזט האניג מיט לאמיר זאגן פיר מאל אזוי פיהל וואסער, (פונקטליך וויפיל איז דא פארשידענע וועגן צו מאכן), און מען לאזט עס שטיין בערך צען טאג, די ערשטע פאר טעג מישט מען עס, אין ס'ווערט מעיד, די יועסט אין באקטעריע פון די נישט פעסטערייזט האניג דרייט איבער די צוקער פין די האניג צו אלקאהאל,

נו לחיים לחיים, לעבן זאל פרייהייט,
מיטוואך יולי 11, 2012 12:18 pm#23339
"תנו שכר לאובד ויין למרי נפש, ישתה וישכח רישו ועמלו לא יזכר עוד" זאגט דער חכם מכל אדם (משלי ל"א), גיט ביר פארן פארלוירענעם, און וויין פארן פארביטערטן זעל. זאל ער טרינקען און פארגעסן זיין ארימקייט, זיין פלאגעניש וועט ער מער ניט געדענקען.

לחיים! לעבן זאל די פרייהייט נידער די טיראניע.
מיטוואך יולי 11, 2012 1:02 pm#23360
אה, שוין לאנג געטראכט פון עפענען א אשכול ווי מ'זאל קענען איבערשמיעסן, אויב איינער טרעפט א חידוש פון א וויין, א נייע סקאטש, א זיסע וואדקע, סתם גוטע דיעלס וכדו'.

אבער הער שפירא, איך טריי נישט צו פיקסען יענעמס ספעלינג אבער פון די קעפל פון דעם אשכול זעט אויס אז דו רעדסט וועגן אריינלייגן וויין "אין" אנדערע משקאות, איך קען נישט קיינעם וואס טוט דאס, חוץ פון מיין ווייב וואס לייגט אריין גרעיפ דזשוס אין די קידוש וויין וואס כ'געב איר.
מיטוואך יולי 11, 2012 1:13 pm#23370
געפילטע פיש האט געשריבן:אבער הער שפירא, איך טריי נישט צו פיקסען יענעמס ספעלינג אבער פון די קעפל פון דעם אשכול זעט אויס אז דו רעדסט וועגן אריינלייגן וויין "אין" אנדערע משקאות, איך קען נישט קיינעם וואס טוט דאס, חוץ פון מיין ווייב וואס לייגט אריין גרעיפ דזשוס אין די קידוש וויין וואס כ'געב איר.



א ברירא האבעך מיט דיר, כ'האב עס געפיקסט,
מיטוואך יולי 11, 2012 2:21 pm#23387
יישר כח פראפעסער פארען עפענען דעם אשכול, נאר איין הערל׳ה דאכט זיך אז ווען מען רעדט פון א פיינעם וויין קומט זיך אים ענדערשט א ארט אין די קונסט פארום.

פאר די וואס גלייכען א געשמאקע לייכטע טריקענע וויין, דעם שבת האב איך מיר איינגעהאנדעלט א שפאנישע וויין מיטען נאמען מעלבאק וואס ווערט פראדאצירט פונעם מעלבאק טרויב, עס איז ווערט געווען א יעדען צענט, מוראדי׳ג פרוכטיג, ווי אויך זייער לייכט און געשמאק. ווי אויך איז דא צו באקומען א בליגערע וויין (ארום זעכצען דאללער א פלעשעל) מיטען נאמען פיזשאן, דער וויין איז א געמיש פון קאבערנע און מערלא, און ווערט פראדאצירט דורך די סיגעל פירמע אין אר״י, עס אויך זייער לייכט און געשמאק מיט זייער א רייכע קאלערפאלירטע טעם.
מיטוואך יולי 11, 2012 3:20 pm#23405
פראפעסאר שפירא האט געשריבן:אינדערהיים פלעגט מען טרינקען מעיד, דאס איז א אלקעהאלישע געטראנק געמאכט פין האניג אין וואסער, ס'זייער גרינג עס צי מאכען מען מישט אויס נישט פעסטארייזט האניג מיט לאמיר זאגען פיר מאל אזוי פיהל וואסער, (פינקליך וויפעל איז דא פארשידענע וועגען צי מאכען), אין מען לאזט עס שטיין בערך צען טאג, די ערשטע פאר טעג מישט מען עס, אין ס'ווערט מעיד, די יועסט אין באקטיריע פין די נישט פעסטערייזט האניג דרייט איבער די ציקער פין די האניג צי אלקאהאל

אין מאנסי איז דא א איד וואס פארבריצירט אליינס מעיד און פארקויפט עס.
זונטאג יולי 15, 2012 11:52 am#24206
בערבין וויסקי וואס מיינט דאס וואס איז די חיליק?
מאנטאג יולי 16, 2012 7:30 pm#24779
איך בין לעצטענס זייער באנומען געווארן פון גמלא קאבארנעט, עס איז דא צוויי איינס איז א רעזערווע און איינס נישט, פארשטייט זיך אז איך רעד פונעם רעזערווע.

אוי איז דאס א גוטע געפיל פרייטיג צונאכטס נאכן פארענדיגן א גאנץ פלעשל פון געשמאקען וויין.
מאנטאג יולי 16, 2012 8:11 pm#24792
zamel האט געשריבן:איך בין לעצטענס זייער באנומען געווארן פון גמלא קאבארנעט, עס איז דא צוויי איינס איז א רעזערווע און איינס נישט, פארשטייט זיך אז איך רעד פונעם רעזערווע.

אוי איז דאס א גוטע געפיל פרייטיג צונאכטס נאכן פארענדיגן א גאנץ פלעשל פון געשמאקען וויין.

ביי מיר איז געווענליך די גיטע געפיל ביים טרונקען, נישט ביים "ענדיגן די פלעשל".
מאנטאג יולי 16, 2012 8:21 pm#24797
געפילטע פיש האט געשריבן:
zamel האט געשריבן:איך בין לעצטענס זייער באנומען געווארן פון גמלא קאבארנעט, עס איז דא צוויי איינס איז א רעזערווע און איינס נישט, פארשטייט זיך אז איך רעד פונעם רעזערווע.

אוי איז דאס א גוטע געפיל פרייטיג צונאכטס נאכן פארענדיגן א גאנץ פלעשל פון געשמאקען וויין.

ביי מיר איז געווענליך די גיטע געפיל ביים טרונקען, נישט ביים "ענדיגן די פלעשל".

וואס פארשטייסטו נישט איינער אינדזשויד לערנען א שטיקעל גמרא, דער צווייטער אינדזשויד ענדיגען לערנען...
מאנטאג יולי 16, 2012 8:26 pm#24799
יאך הער.
מאנטאג יולי 16, 2012 10:34 pm#24836
[quote="געפילטע פיש"
ביי מיר איז געווענליך די גיטע געפיל ביים טרונקען, נישט ביים "ענדיגן די פלעשל".[/quote]

די געפיל ביים טרונקען האב איך שוין געשריבן " איך בין געווארן זייער אובערגענומען"
איך האב נאר צוגעלייגט נאך א פוינט אז נאך א גאנץ באטל פילט מען זיך דערהויבן לכבוד שבת.

און אדרבה לאזט אייך הערן פון וועלכע וויינען איר ווערט אובערגענומען
יישכ למפרע
מאנטאג יולי 16, 2012 10:37 pm#24839
פארוואס האב איך פיינט וויין?
מאנטאג יולי 16, 2012 11:13 pm#24861
זר זהב האט געשריבן:פארוואס האב איך פיינט וויין?

וויין איז אן אינערליכע תאווה וואס מען ברויך זיך אויפבויען אויב ווילסטו זיך אנהייבן בויען די תאווה דאן לאז דאס וויסען און די קאווע טרונקערס וועלן דיך העלפן ארויף פארן אויפן וואגן

אהה און אויב איינער וועט דיך געבן א גלעזל וויין און וועט זאגן אוי ווי גוט דאס איז, דאן זאלסטו עס נישט טרונקען אויב די האלטס נאכנישט ביי דעים לעוועל, נאר די זאלסט ענדערש סטיקן צו דיין לעוועל און מיט די צייט וועסטו פילן גאר א גוטן טעם ברוחניות ובגשמיות
מאנטאג יולי 16, 2012 11:23 pm#24873
איך פלעג טרינקן נאר ברוינפן. כ'האב די לעצטע צוויי יאר דעוועלאפט מיין טעיסט אין וויין. כ'בין געפאלן פאר קאבארנעי. קיין שום אנדערע וויין גלייך איך נישט. קאבארנעי קען איך טרינקן אפי' די ביליגע באראן הערצאג. הגם כ'שפיר אז די טייערע איז גאר בעסער.

כ'האב געהערט אז ס'האט מיט ווי א מענטש און מיט די טעיסט באדס. איינער גלייכט א מערלאו א צווייטער א קאבארנעי. נישט דא קיין זין זיך אריינצושטיפן עפעס וואס מ'גלייכט נישט. ווען איך קויף בטעות א מערלאו איז עס יסורים אראפצוטרינקן א גלאז.
מאנטאג יולי 16, 2012 11:27 pm#24877
נאך אזאך. דאס אראפטרינקן א כוס קידוש וויין איז א רעבתנות און איז בכלל נישט די אופן וויאזוי מ'קען הנאה האבן פון וויין. וויין ברויך מען זיפן שטייטעלעך און צוביסלעך, מיט די עסען, נאך די עסן. אזוי קען מען אראפזיפן צוויי באטלעך ולא נודע.

איך מאך קידוש און טרינק מלא לוגמא, און זיפ דאס איבעריגע שטייטעלע און מ'שמועסט (מ'ברויך זיכער מאכן אז די משפחה איז נישט הינגעריג). ווען מ'איז פארטיג, גייט מען זיך וואשן און מוזגין כוס שני.
מאנטאג יולי 16, 2012 11:31 pm#24879
אויב קען איך דעוועלאפן א טעיסט צו עפעס וואס איך האב נישט קיין טעיסט, וועל איך ענדערש נוצן די כח פאר בעסערע וויכטיגערע זאכן (מאחורי הפרגוד טעמעס) איך גלייב נישט אין דעוועלאפן א טעיסט.
מאנטאג יולי 16, 2012 11:34 pm#24881
ס'האט נישט מיט גלייבן. קלאסישע מוזיק און רוב קונסט פארלאנגט זיך א דעוועלפמענט אין טעיסט. אז איינער וויל נישט הנאה האבן פון וואס די בריאה האט צו אפערן פאר די נשמה, איז עס זיין ברירה. און גארנישט איז נישט קיין סתירה מיט מאחורי הפרגוד. שמעתי מאחורי הפרגוד אז וויין און קונסט קענען זיין זייער געשמאק, טובים השניים מן האחד.
מאנטאג יולי 16, 2012 11:35 pm#24883
יואליש האט געשריבן:נאך אזאך. דאס אראפטרינקן א כוס קידוש וויין איז א רעבתנות און איז בכלל נישט די אופן וויאזוי מ'קען הנאה האבן פון וויין. וויין ברויך מען זיפן שטייטעלעך און צוביסלעך, מיט די עסען, נאך די עסן. אזוי קען מען אראפזיפן צוויי באטלעך ולא נודע.

איך מאך קידוש און טרינק מלא לוגמא, און זיפ דאס איבעריגע שטייטעלע און מ'שמועסט (מ'ברויך זיכער מאכן אז די משפחה איז נישט הינגעריג). ווען מ'איז פארטיג, גייט מען זיך וואשן און מוזגין כוס שני.

בכלל דאס טרינקען פונעם פולען זילבערנע בעכער איז א ברכה לבטלה, מ'קען נישט ריכטיג טעיסטען ווען די גלאז איז פול, גלייך נאך קידוש טרינקט מען קוים מלא לוגמיו און דערנאך גיסט מען דאס איבער אינעם וויין גאבלעט, דאן קען מען מקיים זיין דעם וקראת לשבת עונג.
מאנטאג יולי 16, 2012 11:36 pm#24885
zamel האט געשריבן:און אדרבה לאזט אייך הערן פון וועלכע וויינען איר ווערט אובערגענומען
יישכ למפרע

כ'האב מורא פאר גילוי, מיין וויין סוחר... קידינג, עוד חזון למועד.
מאנטאג יולי 16, 2012 11:38 pm#24887
איך בין א געזונטער 30 יעריגער מאן, איך גלייב אז פאר יעדער גוטע גשמיותדיגע זאך וואלט איך געווען דער ערשטער קאנדידאט. פארוואס פונקט ביי וויין דארף איך זיך פלאגן? מיוזיק האב איך ליעב, אייער שפייז אויך, ארענדזש דזשוס עפעל דזשוס גרעיפ דזשוס, קאקאש קעיק, פיש, מילך, סאדע. נאר אלקאהאל קען איך נישט פארנעמען.
מאנטאג יולי 16, 2012 11:40 pm#24888
אז דו קענסט נישט פארנעמען אלקעהאל איז עפעס אנדערש. ס'איז דא מענטשן וואס קענען טאקע נישט. כ'ווייס נישט מיט וואס דאס האט. אבער מיין שוואגער ווערט אלע קאלירן ווען ער גיט א לעק וויין. דאס איז עפעס אנדערש.
מאנטאג יולי 16, 2012 11:44 pm#24893
פאר איינער וואס האט ליעב א גוטן בארדוי (נישט דיר יואליש, דו בלייב מיט דיין קאבארנעי) קען פראבירן א 2009 שאטוי לאפארעי, ממש א חידוש פאר אונטער 20 טאלער. ווענד זיך אין אייער טעיסט אבער איך וואלט רעקאמעדירט עס אביסל צו דיקענטען, אבער נישט צו סאך, א האלבע שעה צו א שעה אין באטל, און ווייניגער אין א דיקענטער.
מאנטאג יולי 16, 2012 11:45 pm#24894
ניין נישט אזוי ווייט. איך קען טרינקען למשל קדם'ס קאנקארד קל אדער די מאלאגא 12%. איך גלייך עס אבער זייער נישט! --- ווידעראום די טרוקענע וויינען קען איך נישט אין מויל נעמען! און מיין שוואגער קומט זיך אלץ אן מיט דעי טייערע שמאלע באטלעך אר"י וויינען טרוקענע און ער פאסמאקעוועט זיך דערמיט אזוי אז איך ווער פשוט דזשעלעס. וואו נעמט מען נאך אזעלעכע העטער'דיגע טאוועת?... און איך קען נישט נעמען א חלק דערין...
מאנטאג יולי 16, 2012 11:47 pm#24896
איינמאל מ'קומט צום טעם, קען מען טאקע נישט פארשטיין וויאזוי קדם האט יארן פארקויפט די ברייטע קאלע וואסער באטלעך. זייט די בר מצוה מאך איך קידוש אויף קדם'ס בורגענדי. היינט קען איך עס נישט אנקוקען.
דינסטאג יולי 17, 2012 11:07 am#25024
זשענעט איז א ברענד פון קדם, דאכט זיך. איך גלייך אים נישט, אבער ער איז ביליג און בשביל טעם ורח אין להתוכח.

מיין וויין איז קיינמאל נישט קאלט. א שלעכטע וויין ברויך זיין קאלט מ'זאל נישט שפירן די טעם. הוא הדין מיט ברוינפן.
דינסטאג יולי 17, 2012 11:16 am#25026
ירדן האט שוין איינער אויסגעטרייט? ביי מיר האט ער דערווייל געווינען.
דינסטאג יולי 17, 2012 11:18 am#25028
און קדם מאכט אויך קארבענעי? נאמען?

א חבר מיינע האט מיר אמאל געשיקט קויפן 5 באטלעך "משוגענע גוטע וויין". איך פרעג אים יעצט וועלכע וויין ס'איז געווען. האט ער מיר צוריקגעטעקסט: Segals argaman dry red
דער עולם באלעקט זיך דערמיט, זאגט ער. איך מיין ס'ארום 20-30 א באטל.
דינסטאג יולי 17, 2012 11:32 am#25034
אברעמעל האט געשריבן:ירדן האט שוין איינער אויסגעטרייט? ביי מיר האט ער דערווייל געווינען.

ירדן איז לכל הדיעות פון די ערשטע שירה, איבער הויפט מיט זייער קאבערנעי רעזערוו וואס איז מלא טעם נאר איז היבש שווער, משא״כ די סיגעל קאבערנעי איז זייער לייכט.
דינסטאג יולי 17, 2012 11:50 am#25037
אלפאסי קאבערנעי רעזערוו נישט מבושל. זייער גוט פארן פרייז פון $10. עס קומט פון איינע פון די בעסטע וויין געגענד פאר קאבערנעי אין טשילע.
דינסטאג יולי 17, 2012 12:30 pm#25055
יואליש האט געשריבן:זשענעט איז א ברענד פון קדם, דאכט זיך. איך גלייך אים נישט, אבער ער איז ביליג און בשביל טעם ורח אין להתוכח.


זשענעס איז א semi dry פאר די וואס זענען שוין געקומען צום טעם פון א טרוקענע וויין קענען א סעמי דריי נישט נעמען אין מאל, אבער פאר די וואס הייבן אן איז ״משה געציל״ גערעכט קודם מיט סעמי און נאכדעם מיט געהערט דריי.

זר, פראביר קודם סעמי סוויט ווי הערצאג׳ס בלעק מוסקאט אדער רשי׳ס קלארעט נאכדעם די סעמי דריי ווי די קאבערנעי זשענעס. אבער איינמאל די וועסט קומען צום טעם וועסטו מער נישט קענען אנקוקען די וויין.
דינסטאג יולי 17, 2012 2:32 pm#25108
איינער האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:זשענעט איז א ברענד פון קדם, דאכט זיך. איך גלייך אים נישט, אבער ער איז ביליג און בשביל טעם ורח אין להתוכח.


זשענעס איז א semi dry פאר די וואס זענען שוין געקומען צום טעם פון א טרוקענע וויין קענען א סעמי דריי נישט נעמען אין מאל, אבער פאר די וואס הייבן אן איז ״משה געציל״ גערעכט קודם מיט סעמי און נאכדעם מיט געהערט דריי.


יפה דברת בנוגע זשענעס,
בנוגע מיט וועלכע וויין אנצוהייבן איז דא זייער א גוטע וויין פאר אנהייבערס זאקאן ליטל גרעיפ פאטיט סיראה
זייער גרינג און געשמאק.
א גוטע טיפ פאר אנהייבערס מען זאל נישט טרונקען אסאך ביי די סעודה נאר מען זאל ווארטן ביז נאך די בהמה פלייש און די וויין זאל זיין און די טעמפוטאר צווישן 65 און 70, אהה און טרינקען שטייט כאפ נישט עס מעג געדויערן א גלעזל וויין איבער א שעה.
דינסטאג יולי 17, 2012 3:51 pm#25137
איינער, גיט געזאגט. כ'האב נישט געכאפט פארוואס כ'קען עס נישט אין מויל נעמען. ס'איז נישט געווען געניג טריקן.
מיטוואך יולי 18, 2012 12:48 am#25416
לחיים, וויין וכו'
לכ' זר זהב און אנדערע אידן וועלכע האבן נישט ליעב זויערן וויין (נאר זיסע(
איך האב א טעאריע (Theory) איז זיס. איבער דעם אפשטאם פון די אללע זויערע וויינען מיט די פענסי נעמען. אין די צייטן פון די גמרא איז וויין געווען זייער זיס. און פון שולחן ערוך זעען מיר אויך אז וויין וואס איז כשר פאר קידוש מוז זיין זיס. טא פון וואו נעמען זיך די אללע זויערע וויינען מיט די פענסי נעמען? ווי למשל Cabernet Sauvignon, וכדומה. נאר די מעשה איז אזוי: ס'איז געווען א אידל' א וויין סוחר וואס ס'איז איהם זויער געווארן עטליכע פעסער וויין' איז ער געפאלן אויף המצאה. אנשטאט אויסגיסן דעם וויין און שאדן האבן געלט האט ער עס א נאמען געגעבן פענסי (פראנצויזישע ) נעמען און איינגערעדט פאר'ן עולם אז ס'איז טייערע וויין. און דער עולם האט עס געקויפט!!! :lol:
מיטוואך יולי 18, 2012 12:53 am#25418
ס'מיר נישט איינגעפאלן ווי פאסיג דער אשכול איז, "אשכול ענבים".
מיטוואך יולי 18, 2012 1:59 am#25437
בערעלבעלעגלה, גיב אכט! איר קענט מיר גרינג צומישן, נאך א מזל האסט געלייגט א סמיילי עט די ענד. (און שלום עליכם שטייצעך)

איך האב יעצט וואס צו ליינען. געמיר א מינוט אדער פינף...
מיטוואך יולי 18, 2012 1:02 pm#25665
זיס און זויערע ןןיין
זר זהב האט געשריבן:בערעלבעלעגלה, גיב אכט! איר קענט מיר גרינג צומישן, נאך א מזל האסט געלייגט א סמיילי עט די ענד. (און שלום עליכם שטייצעך)

איך האב יעצט וואס צו ליינען. געמיר א מינוט אדער פינף...

עליכם שלום. איך האב ערשט נעכטן בדרך אגב אויסגעפונען וועגן דעם ןןאונדערליכן "וועבסייט" קאווע שטיבל. ס,'איז אריינגעפאללן א שטיקל "קאנפיוזשן" אין מיין מעשה'לע איבער דעם אפשטאם פון זויערע וויין. (די שורות יאבן זיך אויסגעמישט( וועל איך עס איבערחזר'ן בקיצור. אריגינעל (אין די צייטן פון די גמרא( איז וויין געווען זייער זיס. וויאזוי איז היינט פארהאן אזויפיל זויערע וויינען? נאר די מעשה איז אזוי: ס'געווען א אידל א וויין סוחר וואס ס'איז איהם זויער געווארן עטליכע פעסער וויין. איז ער געפאללן אויף א המצאה ער האט עס געגעבן עטליכע פענסי (פראנצויזישע( נעמען ווי למשל Merlot, cabernet Sauvignon און דער עולם האט עס געקויפט. לחיים.
נ.ב.: איך פערזענליך בין א חסיד פון Bourbon: ווי למשל אלד וועללער 107 אדער אלד גרענד דעעד. :lol:
מיטוואך יולי 18, 2012 6:22 pm#25842
רעב בערל אז די ביסט א ברוינפן טרונקער וועל איך דיר פארציילן, איך האב א חבר וואס טרונקט יעדן טאג נאך די ארבייט ברוינפן, ווייסטו וועלכע ? טשערי 80% פראף פון ר' שלמה ווצב
מיטוואך יולי 18, 2012 6:41 pm#25862
דזשענעס איז זויער און זיס אויסגעמישט און נישט גוט אלס סעמי אויך נישט, שאטערנוף איז כמעשה אבער שוואך אין טעם, כ' נוץ יקב אודם וואלקאניק מערלוי עס איז טרוקן און נישט זויער (כ'ווייס אז מבינים ווילן נישט פארשטיין די חילוק)
מיטוואך יולי 18, 2012 6:53 pm#25872
נס קאווע האט געשריבן:דזשענעס איז זויער און זיס אויסגעמישט און נישט גוט אלס סעמי אויך נישט, שאטערנוף איז כמעשה אבער שוואך אין טעם, כ' נוץ יקב אודם וואלקאניק מערלוי עס איז טרוקן און נישט זויער (כ'ווייס אז מבינים ווילן נישט פארשטיין די חילוק)


איך זעי איז איך בין נישט דער איינציגסטער מיט די מיינונג אויף דזשענעס, איך בין זייער גערעגט אויף קדם וואס זיי עדווערטייזן זייער שטארק די דזשענעס און ווען עס קומט פורים וועלן אסאך יודן קויפן די דזשענעס ווייל קדם זאגט אז עס איז נישט זיס און נישט טרוקן און ממילא פורים וויל מען מיך מכבד זיין מיט א גוטן וויין זאגט מען מיר אהה די האסט דאך ליב טרוקן נעם פיינע דזשענעס, מיין ענטפער איז,קדם זאגט אז עס איז נישט זיס און נישט טרוקן און איך זאג עס איז נישט צום טרינקן.

בנוגע משפחת וואלקאניק זיי זענען ניי אויף די מארקעט און זיי האבן פיינע סחורה, זייער קאבערנעט,קאבערנעט מערלאט,
ווי אויך האבן זיי ארויסגעגעבן פאר דעם עולם וואס וויל טרונקען א גוטן וויין אבער נישט צו טריקן צוויי וויינען איינס איז לייאניס און איינס איז טייגרעס, ווי אויך האבן זיי גאר א גוטן שארדאנעי און א ראזעי.
דאנערשטאג יולי 19, 2012 12:16 am#26016
תשובה לר' זאמעל שליט"א (מאנ"ש(
ביי אונז )בלשון ענווה( ווערט איעדער בראנפן אדער משקה וואס איז נאר 80 פרוף, פאררעכנט אלס מים אחרונים וואסער. א משקה וואס האט א רעכט זיך צו רופן בראנפן הייבט זיך אן ביי 100 פרוף:
פרייטאג יולי 20, 2012 10:55 am#26594
תשובה לזר זהב שליט"א
זר זהב האט געשריבן:בערעלבעלעגלה, גיב אכט! איר קענט מיר גרינג צומישן, נאך א מזל האסט געלייגט א סמיילי עט די ענד. (און שלום עליכם שטייצעך)

איך האב יעצט וואס צו ליינען. געמיר א מינוט אדער פינף...

ס'נישט קיין וואונדער אז איהר האט זיך כמעט צומישט פון מיין שרייבעכץ. אז מען איז פארנומען אין די סוגיא פון וויינען )יינות( זיסע, זויערע, דריי און סעמי דריי ווי למשל Jeunesse, Cabernet Sauvignon & Merlot און מען דארף דאך פון אלעם טועם זיין, קען מען נאך אנקומען צו עד דלא ידע אין א גרינעם מיטוואך. ע"כ האב איך באשלאסן אז איך וועל לאזן דעם חשוב'ן עולם מפלפל דיין אין די סוגיא און איך וועל מיר ווייטער טרינקען (בעז"ה( מיין בוירבן פון 100 פרוף און העכער.
נאך איין מעשה וויל איך פארציילן און איך בין געענדיגט מיט די פרשה פון שתויי יין: א טאטע זאגט פאר זיין זון ביי די שבת'דיגע סעודה: "גיי ברענג מיר רש"י, ברטנורא און ר' עקיבא אייגער. גייט דער אינגל צו דער ספרים שאנק און וויל ארויסנעמען די ספרים, זאגט איהם דער טאטע, ניין: גיי צו'ם רעפרידזשערעיטאר!
בקיצור: אלעס איז געווארן א וויין. רש"י, תוספות, ברטנורא און ר' עקיבא אייגער: :lol:
פרייטאג יולי 20, 2012 11:07 am#26598
נאך א מזל ער האט אים נישט געהייסן ברענגן ירדן
פרייטאג יולי 20, 2012 11:53 am#26614
פאר די וואס גלייכען א געשמאקען סמאט סקאטש וואלט איך מציע געווען צו פראבירען דעם Tomintoul, עס קומט אין פארשידענע יארען איך גלייך די בעסטע די 10 Year aged, עס איז די סמאטעסט און נישט אזוי סמאקי ווי די אנדערע, ווי אויך איז עס די ביליגסטע.

בילד
פרייטאג יולי 20, 2012 6:56 pm#26725
קען זיין איך פארשטיי נישט אבער איך האב ליב די אונגארישע שליוואוויץ וואס מ'קען נאר קויפן אין אונגארן עס האט א היימישע טעם נישט אזוי ווי אלע קאממערציאלע ברוינפן ס'האט אביסעל קימעל נישט קיין סאך בקיצור איך טרינק נאר דאס
זונטאג יולי 22, 2012 1:39 pm#26920
תשובה לזר זהב שליט"א
זר זהב האט געשריבן:נאך א מזל ער האט אים נישט געהייסן ברענגן ירדן


דיין פאוסט איז (מסתמא( א רעאקציע צו מיין מעשה'לע ואיבער די נעמען פון אללע (זויערע( וויינען למיניהם. אזוי ווי איך בין אן אונ... האט מיר גענומען צוויי טעג צו כאפן וואס דער פסוק מיינט. בכל אופן. ס'איז קורץ און שארף. א יישר כח.
נ.ב. איך וויל דיר געבן א איך בין א פארצייטישער איד. :oops: Thank You. און א rating. נאר איך ווייס נישט וויאזוי
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2012 7:32 pm#49430
"זענט איר אלקאהאליק?" - די וויין, ברוינפן, ביר אשכול. +18
א חילוק פונעם אמאליגן ביזן היינטיגן שיכור: אמאל האט דער יוד אריינגעוואקט צום מקוה איד און גענומען א פלאש וויין אדער ברוינפן, קיין חילוק פון זיס, זויער, טרוקן, נאס, שטארק, שוואך, קאליר אדער טעם, און זיך גוט אנגעשיקערט ביזן ערד. היינט איז יעדער שנאק וואס האט שוין איינמאל פארזוכט א ברוינפן גלאז א גאנצע מבין און פארשטייט צו די גאנצע נושא.

אין אמת'ן אריין ווער עס טרינקט אסאך און אפט זעהט חילוקים אין טעם און סמאטנעסס, און היינט צוטאגס איז שוין ביי כמעט יעדע היימישע קידוש פארהאן א סעלעקציע פון גוטע שנאפס, האב איך געעפענט דעם אשכול צו דיסקוסירן אלעס איבער די ביטערע (? - קוק מיין אונטערשריפט) טראפן.

ביי מיר אין שטוב איז שטענדיג דא א גרויסן פלאש 'גרעי גאס' וואדקא און א קעיס 'באדווייזער' ביר. וויין איז מיר קיין גרויסע ארטיקל.

וואס גלייכט\טרינקט איר?
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2012 7:49 pm#49431
l viewtopic.php?f=4&t=1060&hilit=%D7%95%D7%95%D7%99%D7%99%D7%9F l

צאמגעשטעלט

הק' משמרת
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2012 8:10 pm#49433
פויער האט געשריבן:א חילוק פונעם אמאליגן ביזן היינטיגן שיכור: ..... היינט איז יעדער שנאק וואס האט שוין איינמאל פארזוכט א ברוינפן גלאז א גאנצע מבין און פארשטייט צו די גאנצע נושא.


נאר ביי דעם? ביי וואס נישט?
עפעס השפעות חכמה האט זיך געעפנט. יעדער איז היינט א מבין אין זאכן וואס אמאל האבן בלויז יחידי סגולה פארשטאנען דערצו.
מען קען געבן אסאך משלים, צו קארס, צו בגדים, בעיקר צו מוזיק, מוזיקאנטן און "פראגראמירערס" (יעדער בחור'ל און שנאק פארשטייט צו מוזיק, בשעת אמאל איז דאס געווען אחד בעיר ושנים ממשפחה).
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2012 9:07 pm#49440
גראדע דאס מאכט מיך אייביג טראכטן אז די היינטיגע דור איז יא קלוגער ווי אמאל...