Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » בשורה טובה: קויפטס דעם זשורנאל 'דער וועקער', אין געשעפט!

בשורה טובה: קויפטס דעם זשורנאל 'דער וועקער', אין געשעפט!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 140 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #10608
דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 6:38 pm#363014
היבש א גרויסער שיפמענט
אויב זאל צען אזעלכע שיפמענטס גיין
הייסטעס אז 1800 טאלער האט זיך דר'עולם געלאזט קאסטן פארן וועקער
דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 6:38 pm#363015
Re: בשורה טובה: קויפטס דעם זשורנאל 'דער וועקער', אין געשעפט!
ווייזט אויס אז וויליאמסבורג איז אין א טיעפן שלאף.
דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 10:53 pm#363052
דעת תורה האט געשריבן:דער שכן - מיט די אידישע סטאר וואס פארקויפט אלע סארט צייטונגען - האט עס נישט געוואלט אריין נעמען?


זעט אויס אז שלום שטיסל'ס הילכיגען רויט פארביגען מזל טוב קרית יואל איז ווי א שידוך וואס מ'האט געשלאסען אונטערען טיש וואס איז ביזדערווייל בסוד
דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 10:56 pm#363053
שלום שטיסל האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:כ'האב מיר יעצט איינגעהאנדלט דער וועקער ביי טובי'ס אין מאנסי. (בעטער לעיט דען נעווער.) דער געשעפט'ס אייגנטומער זאגט אז פון א ריזיגע שיפמענט זענען נאר אכט פארבליבן

@הוגה שרייב וואס נאך ער האט געזאגט, ער האט זיכער נאך עפעס געזאגט חוץ וויפל ס'איז פארבליבן פון די וועקער.


ס'קען זיין א שאד צו שרייבן, מן הסתם וועלען די אחראים דאס דארפן פארמעקן
דאנערשטאג מערץ 30, 2017 7:52 pm#367676
דער וועקער איז שוין דא צו באקומען ביים ניוז-סטענד 49-13 אין בארא-פארק.
דאנערשטאג מערץ 30, 2017 8:47 pm#367682
גלייך געקויפט אויף עמעזאן.

די שאלה איז נאר צו מ'דארף נאך איינס וואס העט בלייבן כשר לפסח.

בד"וו, דאס ווייב ווייסט נישט וואס ס'איז, אבער האט באקומען א פיקטשער ווי ליפא האלט דאס, האט זי געמאכט א גזירה שווה.
עפ.וויי.איי, אלעס איז דורך בשלום
פרייטאג מערץ 31, 2017 4:25 am#367739
Re: בשורה טובה: קויפטס דעם זשורנאל 'דער וועקער', אין געשעפט!
ראובן האט געשריבן:דער וועקער איז שוין דא צו באקומען ביים ניוז-סטענד 49-13 אין בארא-פארק.

אין געשעפט קאסט עס $9
פרייטאג מערץ 31, 2017 7:39 am#367748
פארוואס לייגט די געשעפטסמאן ארויף 3 דאלער.
פרייטאג מערץ 31, 2017 7:48 am#367749
Re: בשורה טובה: קויפטס דעם זשורנאל 'דער וועקער', אין געשעפט!
איש את רעהו האט געשריבן:פארוואס לייגט די געשעפטסמאן ארויף 3 דאלער.

ווייל ער דארף אויך עפעס פארדינען פארדינען דערפון.
זאגט נאר איר זענט אפשר א געליציאנער?
פרייטאג מערץ 31, 2017 8:18 am#367750
גר ותושב האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:פארוואס לייגט די געשעפטסמאן ארויף 3 דאלער.

ווייל ער דארף אויך עפעס פארדינען פארדינען דערפון.
זאגט נאר איר זענט אפשר א געליציאנער?

יא
מען טאר מער נישט פרעגן קשיות אנבאלאנגט וועקער ?
נאר ביי וועקער לייגן געשעפטן ארויף 3 דאלאר אדער ביי אלע אויסגאבעס
פרייטאג מערץ 31, 2017 8:25 am#367751
Re: בשורה טובה: קויפטס דעם זשורנאל 'דער וועקער', אין געשעפט!
ווי זעהט איר $3? אויף עמעזאן קאסט עס $7.61
פרייטאג מערץ 31, 2017 10:05 am#367756
קלוגע יודל האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:דער וועקער איז שוין דא צו באקומען ביים ניוז-סטענד 49-13 אין בארא-פארק.

אין געשעפט קאסט עס $9

וועלכער געשעפט? דער קאווער פרייז איז 7.99.
פרייטאג מערץ 31, 2017 10:15 am#367757
קען זיין דער געשעפטסמאן האט אים געזען אויסגעהינגערט האט ער געזאגט פאר יו איטס אנלי 9
פרייטאג מערץ 31, 2017 11:54 am#367766
Re: בשורה טובה: קויפטס דעם זשורנאל 'דער וועקער', אין געשעפט!
ראובן האט געשריבן:
קלוגע יודל האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:דער וועקער איז שוין דא צו באקומען ביים ניוז-סטענד 49-13 אין בארא-פארק.

אין געשעפט קאסט עס $9

וועלכער געשעפט? דער קאווער פרייז איז 7.99.

יעצט באמערקט אז איך האב געשריבען 9 אנשטאטס 8.

ואתכם הסליחה
פרייטאג מערץ 31, 2017 2:42 pm#367789
דער וועקער איז שוין דא צו באקומען ביי טובי'ס ספרים געשעפט אין מאנסי.
פרייטאג מערץ 31, 2017 4:01 pm#367793
וויליאמסבורג, מארסי קארנער בראדוועי.
פרייטאג מערץ 31, 2017 4:45 pm#367800
איש את רעהו האט געשריבן:פארוואס לייגט די געשעפטסמאן ארויף 3 דאלער.
"פארוואס" פרעגסטע?!

פארוואס אזא טראלל ווי דיר איז נאך נישט פאר'זרק'ט פון דא פארשטייסטו שוין יא?
מוצ"ש אפריל 01, 2017 10:25 pm#367830
Re: בשורה טובה: קויפטס דעם זשורנאל 'דער וועקער', אין געשעפט!
גאר שווער איז מיר אנגעקומען נישט צו עפענען די געילע ענוועלאופ, איך בין שיעור געלאפן צים לאקאלען רב פאר א היתר.
ב''ה אויפגעפליקט מוצאי
מוצ"ש אפריל 01, 2017 11:21 pm#367837
פליקער האט געשריבן:גאר שווער איז מיר אנגעקומען נישט צו עפענען די געילע ענוועלאופ, איך בין שיעור געלאפן צים לאקאלען רב פאר א היתר.
ב''ה אויפגעפליקט מוצאי

דאס זעלביגע ביי מיר. כ'האב איהם געטראפן ביים טיר אהיימקומענדיג פון דאווענען. דאך האביך איהם נישט אויפגעפליקט מוצאי, כ'הייס דאך נישט פליקער.
זונטאג אפריל 02, 2017 12:04 am#367844
איך האב מיך גראדע נישט אזוי געיאגט עס אויפצורייסן, כ'האב מיך קודם געוואלט זען נאכ'ן עבודת היום פון אוועקפאקען די שבת און די חובת היום פון אויסקלינען די חמץ פון שבת, האב אבער אבער מורא געהאט אז מיין ווייב - נישט וויסענדיג וואס דאס איז - וועט עס יא אויפליקען. האב איך שוין געמוזט גלייך קעיר נעמען פון דעם.
זונטאג אפריל 02, 2017 12:09 am#367845
ביי מיר האט דאס ווייב גאר אויפגעפליקט האפענדיג עס איז די וועקער.. זי לאזט עס נישט ארויס פון די האנט. זי האט געוויינט ביי די מעשה פון קימפעטארען היים און געלאכט ביי משפחת אדמדם. די ארטיקל פון ATUB @יואב ATUB האב איך פארגעליינט הויעך.. אזש די ווענט האבן געשאקעלט פאר געלעכטער...
זונטאג אפריל 02, 2017 11:08 am#367877
רויטע וואנצעס האט געשריבן:ביי מיר האט דאס ווייב גאר אויפגעפליקט האפענדיג עס איז די וועקער.. זי לאזט עס נישט ארויס פון די האנט. זי האט געוויינט ביי די מעשה פון קימפעטארען היים און געלאכט ביי משפחת אדמדם. די ארטיקל פון @יואב האב איך פארגעליינט הויעך.. אזש די ווענט האבן געשאקעלט פאר געלעכטער...


איך האב אפיציעל געטוישט די שילד ביי מיין טיר מוצ"ש פון פריעדמאן צו אדמדם נאך ליינען משפחת אדמדם. מארגען גייט מען אין קאורט ליגעלי טשענדזשען די נאמען
זונטאג אפריל 02, 2017 11:13 am#367878
באשטעלט האביך די וועקער אויף עמעזאן אבער קומענדיג צום פוילען מוצ"ש האביך מיר בארעכענט אז די העל מיט ווארטן ביז מאנטאג מ'גייט יעצט קויפן די וועקער ביים ניוז סטענד וועט העכסטענס זיין צוויי. איינס פאר'ן בעט און איינס פאר'ן בית כסא. און כ'האב נישט חרטה געהאט ווייל די וועקער איז גאד-דעמנד קרעזי גוט. כ'האב נישט אויףגעהערט זיך צו ווארפן פאר געלעכטער מיט יאמערליכע טרערען אינאיינעם ביז'ן עלות. נאך שטערן די שלאף פונ'ם שטיב דורך שפאלטן די שערי שמחה האמיר מחליט געווען אז היי יאר אנשטאטס זאגען פיקודא בתר דא וועט מען פאר ליינען הויך די ארטיקעל פון ATUB @יואב ATUB צו ווייזען פארן גאנצען פמליא של מעלה ווי אזוי די יודען פרייען זיך מיט'ן יום טוב פסח

עצה טובה הייבטס אן ליינען פון די בעק אויף ציריק צו וועגס...
זונטאג אפריל 02, 2017 12:43 pm#367891
"א ווארט פון דער רעדאקציע," איז נישט נארמאל גוט. ממש צום פינטל. און מושי'ס ווינקל? אמג!
זונטאג אפריל 02, 2017 3:03 pm#367909
יואב האט געשריבן:"א ווארט פון דער רעדאקציע," איז נישט נארמאל גוט. ממש צום פינטל. און מושי'ס ווינקל? אמג!


דער ווארט פון רעדאקציע איז אזוי ווי גאווערנער קריסטי האט זעלבסט באצייכנט זיין רעזשים אמאל אין די בראשית טעג:

!!!HONEST AND REFRESHING